בלאט 2 פון 8

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 1:12 pm
דורך פליקער
אלעס ווענט זיך ווי דער חמער שטייט איין

אויב איז דער חמער ביי איינעם מיט א פלאכע ביבער היט אדער מיט ווייסע זאקן, אדער אפילו אויב דער חמער שטייט טאקע יא איין ביי איינעם מיט גאלדענע גלעיזער מיט שווארצע זאקן, אבער מען קען דערקענען אז ער האט נישט די ריכטיגע סימנים, למשל ער גייט נישט פאר א געוויסע אייניקל פון ר' אלימלך נאך געלט דאן איז נישט מוכרח אז זי גייט מיט די שווארצע זאקן וועיגן צניעות, ברויך מען קיקן אויפן חמער זעלבסט זעין גענוי וואס דארט טיט זיך אויב למשל דער חמער האט א קרוין וואס טייל ריפן אן קיין באוויסטע סיבה שפיצעל דאן קען מען אן נעמען אז די שווארצע זאקן זענען מחמת צניעות, אבער דעיס איז אויך נישט קיין הינדערט פראצענטיגע ראיה ווייל מיר זעיען ביי געוויסע וואס תחילתו איז עס צניעות אבער סופו איז עס א פעשען, געוועינטליך קען מען דאן באמערקן אויפן שפיצעל געוויסע פעשען'ס למשל אז דער שפיצל ווערט העכער און גרעסער, און זי הייבט אן מער אויסזעין ווי די מאהארזש פון שערלאק האלמס ווי א מנהלת אין בנות חיל, והמזל יזיל

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 1:17 pm
דורך its me
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'דא אסאך אזעלכע פאראדוקסן אין דעם געביט, לדוגמא די לענג פונעם שעסל, קורץ איז מאדערן, וועסטו אבער מיינען אז די לענגער די בעסער? זאג איך דיר ניין, בעוד כברת ארץ, לאנג איז אויך מאדערן, ס'מוז זיין קרח מכאן ובלק מכאן, חקת עולם לדורותם, אז נאר פונקט אינמיטן איז פרום. מאכט סענס? ניין, אבער זייט ווען דארף צניעות מאכן סענס?

גראדע איז סקאטש טעיפ אויך אביסל מאדערן, ס'דאך ממש דורכזיכטיג! נאר אויב נוצט מען עס צוצוקלעבן די הענטל פונעם גלעזער ווערט עס פרום, זעסט די פאראדוקס?

איך זיץ אין א פאבליק טוילעט ליינענדיג דיין תגובה אין איך רייס מיר פאר געלעכטער. וואס מיינסטו טראכטען מיינע קאלעגעס
נאך א מזל די ווענט זענען נישט דורךזיכטיג

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 2:48 pm
דורך דריידל
אז די וועסט גיט באטראכטן (תורה הוא וללמוד אני צריך אזויווי רש"י מיט'ן אפוד) די פרויען וואס גייען מיט שווארצע שטרימפ וועסטי זעהן אז עס זענען דא צוויי סארטן : דיקערע און דינערע. ביי די דינערע זעהט זיך אביסול ארויס די קאליר פון די לייב (גוף בלה"ק). אבער די פשוטע חילוק איז אז די פרומע ריפן עס שווארצע שטרימפ און די מאדערענע ריפן עס טייטץ.

מיר באדערט שוין לאנג עפעס אנדערש. ס'איז איינגעפירט, און סקולס פארלאנגען, אז מיידלעך זאלן גיין שבת נאר מיט ווייסע טייטץ. איך קען נישט פארשטיין פשט דערפון ווייל ביי די צוועלף גייט מען שוין נישט דערמיט איז פארוואס דארף מען מחנך זיין קינדער צו טאן עפעס וואס שפעטער מעגן זיי דאס מער נישט טאן? די גאנצע מצוה פון חינוך איז נאר כדי אז ווען די קינדער וואקסן אויף זאלן זיי וויסן וואס יא און נישט צו טון אבער דא וויל מען דאך נישט זיי זאלן גיין מיט ווייסע טייטץ ווען מ'וואקסט אויף איז וואס מאכט מען אן עסק דערפון ווען זיי זענען קליין?

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 2:56 pm
דורך דריידל
מ גפני האט געשריבן:איז ער נאך בכלל דאהי דער סקאטש?? ער האט דערווייל נישט צוריקגעענטפערט אויף קיין איין תגובה, ניטאמאל א לייק געגעבן און מיר זענען פארנומען אז ער זאל אונז נישט איבערלאזן, ער איז שוין לאאאאנג נישט דא!!!



איך גלייב אז ער'יז דא מיט אן אנדערן ניק

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 3:15 pm
דורך לית דין בר נש
דריידל האט געשריבן:מיר באדערט שוין לאנג עפעס אנדערש. ס'איז איינגעפירט, און סקולס פארלאנגען, אז מיידלעך זאלן גיין שבת נאר מיט ווייסע טייטץ. איך קען נישט פארשטיין פשט דערפון ווייל ביי די צוועלף גייט מען שוין נישט דערמיט איז פארוואס דארף מען מחנך זיין קינדער צו טאן עפעס וואס שפעטער מעגן זיי דאס מער נישט טאן? די גאנצע מצוה פון חינוך איז נאר כדי אז ווען די קינדער וואקסן אויף זאלן זיי וויסן וואס יא און נישט צו טון אבער דא וויל מען דאך נישט זיי זאלן גיין מיט ווייסע טייטץ ווען מ'וואקסט אויף איז וואס מאכט מען אן עסק דערפון ווען זיי זענען קליין?


מען איז נישט מחנך קאלירן מען איז מחנך צניעות אין אלס קליין מיידל איז עס ווייס אין ווען זי ווערט עלטער איז עס בעיז"ש אדער שווארצע שטרימ"פ ווי די רופסט עס.

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 3:17 pm
דורך ברסלבער
דאס האט בכלל נישט מיט צניעות, די סקולס טענה'ן אז לכבוד שבת דארף מען גיין ווייס, נישט ווי די נייע מאדעס צו גיין שבת שווארץ/נעווי.

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 3:27 pm
דורך לית דין בר נש
דו ביסט זיך סותר מיניה וביה קודם שרייבסטו די סקולס טענה'ן אז לכבוד שבת דארף מען גיין ווייס, נאכדעם שרייבסטו נישט ווי די נייע מאדעס צו גיין שבת שווארץ/נעווי.
איז וואס איז די סיבה לכבוד שבת אדער נישט גיין ווי די מאדע (צניעות)?

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 3:29 pm
דורך ברסלבער
ווי איך פארשטיי האט מאדע גארנישט מיט צניעות. צניעות מיינט איידל און באשיידן. און ווען עס איז דא א נייע מאדע, דארף מען זעהן אויב עס איז צניעות'דיג אדער נישט.

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 3:32 pm
דורך געפילטע פיש
דריידל האט געשריבן:אז די וועסט גיט באטראכטן (תורה הוא וללמוד אני צריך אזויווי רש"י מיט'ן אפוד) די פרויען וואס גייען מיט שווארצע שטרימפ וועסטי זעהן אז עס זענען דא צוויי סארטן : דיקערע און דינערע. ביי די דינערע זעהט זיך אביסול ארויס די קאליר פון די לייב (גוף בלה"ק). אבער די פשוטע חילוק איז אז די פרומע ריפן עס שווארצע שטרימפ און די מאדערענע ריפן עס טייטץ.

נישט אמת, אבער לשיטתך וואלט leggings געדארפט זיין די פרומסטע.

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 3:51 pm
דורך דריידל
מיין קשיא איז אויף דער ערשטער וואס האט איינגעפירט די מאדע אז מיידלעך זאלן גיין מיט ווייסע טייטץ שבת. פארוואס קליינע קינדער יא און גרויסע נישט?

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 4:09 pm
דורך its me
געפילטע פיש האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:אז די וועסט גיט באטראכטן (תורה הוא וללמוד אני צריך אזויווי רש"י מיט'ן אפוד) די פרויען וואס גייען מיט שווארצע שטרימפ וועסטי זעהן אז עס זענען דא צוויי סארטן : דיקערע און דינערע. ביי די דינערע זעהט זיך אביסול ארויס די קאליר פון די לייב (גוף בלה"ק). אבער די פשוטע חילוק איז אז די פרומע ריפן עס שווארצע שטרימפ און די מאדערענע ריפן עס טייטץ.

נישט אמת, אבער לשיטתך וואלט leggings געדארפט זיין די פרומסטע.

מיט א סקורט איבער לעגינגס? דאנט ואררי, יבא יום ווען עס וועט זיין א מאסט

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 4:17 pm
דורך סקאטש טעיפ
אקעי איך בין ציריק
קאווע שטיבעל איר האט מיר איבעראשט, איך האב ווי געווארפן א באמבע און אנטלאפן, און יעצט ווען איך קים ציריק זעה איך ווי ס'ווארפט זיך תשובות אויף רעכטס און אויף לינקס, א מינוט שפעטער האט שוין היימישע ליטוואק געהאט מראה מקומות אא''וו
איך הייב אהן דורכציליינען איינס ביי איינס בעצם וואלט איך ענק אלע געדארפט געבט א ליק, אבער איך קען דאך נישט זיצען מיטן כלי אזוי לאנג באלד וועט מען מיר באמערקן, מיט די צייט האף איך דורכציטין אלע תשובות און ציריקענטפערן מיין הערות
דערווייל בין איך נאך נישט אינגאנצען קלאר אין דעם, זעהט אויס אז ס'איז טאקע נישטא קיין געהעריגע תשובה אויף דעם און מיר אלע ברעכן זיך קאפ ציזאמען
ומכאן הקריאה יוצאת פאר יעדער וואס ווייסט יא, און קען עס שיין מגדיר זיין please come forward
אוי איך הער שוין פיס טריט
עניוועיס קווע שטיבעל די ביסט גיט, איך וועל דיר נישט אזוי שנעל פארלאזן

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 4:26 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:אז די וועסט גיט באטראכטן (תורה הוא וללמוד אני צריך אזויווי רש"י מיט'ן אפוד) די פרויען וואס גייען מיט שווארצע שטרימפ וועסטי זעהן אז עס זענען דא צוויי סארטן : דיקערע און דינערע. ביי די דינערע זעהט זיך אביסול ארויס די קאליר פון די לייב (גוף בלה"ק). אבער די פשוטע חילוק איז אז די פרומע ריפן עס שווארצע שטרימפ און די מאדערענע ריפן עס טייטץ.

נישט אמת, אבער לשיטתך וואלט leggings געדארפט זיין די פרומסטע.

רבותי. (ענד איי עם טאלקינג טו אלל אוו יו.) ווי זענט עטץ געוועין צוויי וואכן צוריק ביי די הייליגע צניעות אסיפה. דארט האמיר געהאט (ב"ה נישט געוועין. נאר מפי השמועה. מיין גוטער חבר טיטאניק האט מיר געגעיבן אלע ריפארטס.) גרויסע גאונים וצדיקים וועלכע זענען געקומען ספעציעל פון די מרחקים להורות לעם ישראל את תורת הצניעות. דארט איז געווען די פלאטץ אויס צו פאקן אלע בויך ווייטאג איבער עניני צניעות. :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :o

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 4:30 pm
דורך שמעקעדיג
דריידל האט געשריבן:מיין קשיא איז אויף דער ערשטער וואס האט איינגעפירט די מאדע אז מיידלעך זאלן גיין מיט ווייסע טייטץ שבת. פארוואס קליינע קינדער יא און גרויסע נישט?

און די קשיא אויפן ערשטן וואס האט איינגעפירט נעווי אינדערוואכן ווייסטו יא?
אמאליגע צייטן (נישט אזוי לאנג צוריק) האבן קליינע קינדער אין די היימישע מוסדות נישט געטארט גיין שווארץ, בלויז נעיווי! כאטש ס'איז קוים א חילוק צווישן די צוויי. היינט איז שוין געווארן הותרה הרצועה.
ומי יבין בסוד קדושים.

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 4:37 pm
דורך berlbalaguleh
ס'ווענדט זיך וועלכע רביצין זיצט אויפ'ן וועד. און וואס איר מאאד איז יענע טאג. און אויב זי האט ח"ו געהאט אן ארגומענט מיט איר מאן דער ת"ח שממית את עצמו באהלה של תורה מיט'ן גלעיזל קאווע, ציגארעטל און סעללפאון. :? 8-) :roll: :lol: :x :P :oops: :cry: :o

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 4:44 pm
דורך פלעין יודיש
סקאטש טעיפ האט געשריבן:
אזוי האב איך געמיינט, ביז איך בין אמאל געפארן באזיכן מיין שוועסטער און שוואגער וואס האבן זיך געצויגן קיין ירושלים, ביפארן אהיימפארן זאגט זי מיר, "זאג נישט פאר טאטי און מאמי אז איך גיי מיט שווארצע טייץ", איך האב דאן אפילו נישט אין אכט גענומען אז זי גייט אזוי אבער אז זי האט מיר געזאגט פרעג איך איר וואס איז די פראבלעם, זאגט זי מיר אז טאטי מאמי האבן נישט ליב ווען איך גיי פעשענעבול, און דא האט זיך געענדיגט די שמועס.

סקאאטש
איך שוין דיין שוועסטער :cry: :( :lol: :lol: :lol:

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 4:49 pm
דורך טעפל
אויך קען מען פרעגען אויף די לאנגע ראוב'ס איז דאס נישט מער צניעותדיג? ס'באדעקט אסאך מער..

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 5:02 pm
דורך berlbalaguleh
טעפל האט געשריבן:אויך קען מען פרעגען אויף די לאנגע ראוב'ס איז דאס נישט מער צניעותדיג? ס'באדעקט אסאך מער..

דער כלל איז. א יעדע זאך וועלכע איז נארמאל און שכל'דיג איז אסור. אויב ס'איז פארדרייט איז גוט. נאר איך האב ב"ה נישט קיין פראבלעים מיט די זאכן. מ'מוז פרעיגן ביי די מענטשן וועלכע האבן יא א פראבלעים. :? 8-) :lol: :roll: :o

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 5:03 pm
דורך פישלע העררינג
סקאטש טעיפ האט געשריבן:אקעי איך בין ציריק
קאווע שטיבעל איר האט מיר איבעראשט, איך האב ווי געווארפן א באמבע און אנטלאפן, און יעצט ווען איך קים ציריק זעה איך ווי ס'ווארפט זיך תשובות אויף רעכטס און אויף לינקס, א מינוט שפעטער האט שוין היימישע ליטוואק געהאט מראה מקומות אא''וו
איך הייב אהן דורכציליינען איינס ביי איינס בעצם וואלט איך ענק אלע געדארפט געבט א ליק, אבער איך קען דאך נישט זיצען מיטן כלי אזוי לאנג באלד וועט מען מיר באמערקן, מיט די צייט האף איך דורכציטין אלע תשובות און ציריקענטפערן מיין הערות
דערווייל בין איך נאך נישט אינגאנצען קלאר אין דעם, זעהט אויס אז ס'איז טאקע נישטא קיין געהעריגע תשובה אויף דעם און מיר אלע ברעכן זיך קאפ ציזאמען
ומכאן הקריאה יוצאת פאר יעדער וואס ווייסט יא, און קען עס שיין מגדיר זיין please come forward
אוי איך הער שוין פיס טריט
עניוועיס קווע שטיבעל די ביסט גיט, איך וועל דיר נישט אזוי שנעל פארלאזן


איך... איך... איך... איך... איך... איך... איך... איך... איך... איך... איך...

האסט דיך באמת ליב, מיסטער בראנפען קלעבאכטץ.

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 5:07 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז דאך א דאורייתא!
ואהבת לרעך 'כמוך'.

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 5:17 pm
דורך היימישער ליטוואק
לאחר כל הדברים ופלפולים, עס איז ברור אז גיין מיט א בגד וואס זעט אויס ווי די קאליר פון די skin איז אסור און נישט צניעות'דיג.
די מדריגות פון נישט אויסגהאלטן.
אנדרע קאלירס, ווצב"ש בלוי אדער גרין אדער שווארץ וכדומה, אע"פ אז עס איז א משהו דין און עס זעט זיך ארויס די פוס, איז דאס מכל מקום פאררעכנט ווי צוגדעקט היות מזעט דאס מיט אן אנדרע קאליר. משא"כ ווען עס איז א ליכטיגע קאליר דאן זעט זיך דאס ממש אן.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:32 am
דורך berlbalaguleh
היימישער ליטוואק האט געשריבן:לאחר כל הדברים ופלפולים, עס איז ברור אז גיין מיט א בגד וואס זעט אויס ווי די קאליר פון די skin איז אסור און נישט צניעות'דיג.
די מדריגות פון נישט אויסגהאלטן.
אנדרע קאלירס, ווצב"ש בלוי אדער גרין אדער שווארץ וכדומה, אע"פ אז עס איז א משהו דין און עס זעט זיך ארויס די פוס, איז דאס מכל מקום פאררעכנט ווי צוגדעקט היות מזעט דאס מיט אן אנדרע קאליר. משא"כ ווען עס איז א ליכטיגע קאליר דאן זעט זיך דאס ממש אן.

הרב היימישער ליטוואק שליט"א: ווי איך זעה זייט איר א שטארקער בקי אין די דאזיגע סוגי'. איר האט געטון דערין מיט אן אויסער ווי געוויינליכע עמקות.. איך האלט אז איהר זאלט ארויסגעיבן/דרוקן א קונטרס. מיט אלע פרטי ההלכות און די סעיף קטנ'ס. מיט אילוסטראציעס און בילדער, פארשטייט זיך... :? 8-) :roll: :lol: :lol: :roll: :lol: :o

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 1:45 am
דורך געפילטע פיש
היימישער ליטוואק האט געשריבן:לאחר כל הדברים ופלפולים, עס איז ברור אז גיין מיט א בגד וואס זעט אויס ווי די קאליר פון די skin איז אסור און נישט צניעות'דיג.
די מדריגות פון נישט אויסגהאלטן.
אנדרע קאלירס, ווצב"ש בלוי אדער גרין אדער שווארץ וכדומה, אע"פ אז עס איז א משהו דין און עס זעט זיך ארויס די פוס, איז דאס מכל מקום פאררעכנט ווי צוגדעקט היות מזעט דאס מיט אן אנדרע קאליר. משא"כ ווען עס איז א ליכטיגע קאליר דאן זעט זיך דאס ממש אן.

אה! איך זוך טאקע איינער וואס איז באקאנט בהלכות כיסוי. איך האב באקומען א מתנה א חלה דעקל וואס איז די זעלבע קאליר ווי די חלות, כ'האב געוואלט וויסן אויב ס'הייסט א כיסוי אדער נישט. א דאנק.