בלאט 2 פון 5

מעמד ממלכת כהנים וגוי קדוש

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:23 pm
דורך ראש הישיבה
היינט באקומען א ידיעה פון ידידי ממאנסי אז עס הענגט גרויסע קאלירטע פלאקאטען הכונו צו מעמד "ממלכת כהנים וגוי קדוש"!!! אונטער דעם שטייט וכבסו בגדיהם והטהרו. וואס גייט פארקומען פרשת נשא הבעל"ט.

מאנסיער אידען טוהט ענק אהן בלעכענע הויזן, מען גייט אריין שמייסען אין ענק!!! הכונו הכונו הכונו!!! היו נכונים! זאגט נישט אז מען האט אייך נישט געווארענט!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:32 pm
דורך גאנצל
איך וויל עס נישט זאגן אבער טאמער גייט זיך דעס אזוי אויסארבעטן ווי ס'האט זיך אויסגעארבעט די אונטערנעט תקנות וואס אויף דעם איז אין מאנסי אויך געווען א גרויסע טעראר דעמאלס איז נישט וואס צו זיין געזארגט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:41 pm
דורך ראש הישיבה
גאנצל האט געשריבן:איך וויל עס נישט זאגן אבער טאמער גייט זיך דעס אזוי אויסארבעטן ווי ס'האט זיך אויסגעארבעט די אונטערנעט תקנות וואס אויף דעם איז אין מאנסי אויך געווען א גרויסע טעראר דעמאלס איז נישט וואס צו זיין געזארגט

איך ווייס נישט אין וועלעכע מוסדות איר שיקט אייער קינד. אבער מיין שוואגער שיקט אין א 'היימישיע' מוסד אין מאנסי און מאכט מיט שבעה מדורי גהינם. אזוי אויך ידידי וואס האט מיר געזאגט די נייעס היינט צופרי פארציילט אסאך טעראר וואס ער האט מיט געמאכט. ביודאי קאמינא אז די זאך גייט זיין מיט טעראר.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:43 pm
דורך גאנצל
איך ווייס נישט רוב אירע האבן אריין געשיקט דעם סכום וואס זיי האבן ארויפגעלייגט און אלעס איז געווען ערלעדיגט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:45 pm
דורך ראש הישיבה
אין די קהילות איז דא שפיאנען צו דו ביזסט טאקע מקיים וואס דו האסט געשריבן!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:57 pm
דורך גאנצל
טאמער יא האבן זיי גאנץ שוואכע שפיאנען

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 2:03 pm
דורך ראש הישיבה
זיי טערארעזירן נישט נאר דעם וועם זיי ווילן. למשל ווען זיי ווילן איינעם נישט אהננעמען אין די מוסדות זאגן זיי אז זיי נעמען נישט אהן די נעקסטע קינד ווייל דו פאלגסט נישט די גזירות פון כינוס כלל ישראל.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 4:00 pm
דורך berlbalaguleh
ראש הישיבה האט געשריבן:אין די קהילות איז דא שפיאנען צו דו ביזסט טאקע מקיים וואס דו האסט געשריבן!

דאס געלט (וואס זיי האבן געגזל'ט) איז נאר געווען א באנוס. אבער די טעראר און סטראשונגען מיט וועלכע ס'איז געווען באגלייט. דאס איז דער עיקר...קיינער האט נישט געוואלט זיין א "חכם". לויט ווי איך הער האבן 95% פון עוילעם אריינגעשיקט דאס געלט און אפגעווישט די נאז... :? 8-) :roll: :lol: :x :P :oops: :cry: :( :o :twisted: :evil:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 5:27 pm
דורך הוגה
גאנצל האט געשריבן:איך וויל עס נישט זאגן אבער טאמער גייט זיך דעס אזוי אויסארבעטן ווי ס'האט זיך אויסגעארבעט די אונטערנעט תקנות וואס אויף דעם איז אין מאנסי אויך געווען א גרויסע טעראר דעמאלס איז נישט וואס צו זיין געזארגט


ביזט גערעכט אז א גרויסע עולם פאלגט נישט די אינטערנעט תקנות, דאס איז אבער נאר ווייל די לעפטאפ קען מען באהאלטן אין די בעדרום, די סמארטפאון אין טאש און די אימעיל מאשין צווישן די אינטערוועש. קליידער איז דאך אבער א דבר הגלוי לכל! אויב וועט מען מאכן יוניווערסאל תקנות וואס אלע מוסדות אין מאנסי וועלן פארלאנגן אלץ א תנאי צו קענען שוקן די קינדער דאן וועט די עולם מוזן פאלגן.


.

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:34 pm
דורך לך לך
עפעס הכונו'ט זיך שוין ... שווארצע וואלקענעס קומען צו גיין :evil:

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:56 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב רחמנות אויף די נשמות וואס מען מאכט די טעראר לעילוי נשמתם...

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:32 pm
דורך מ גפני
באולמי אטריום וסניפי' = ווייסט איינער וויפיל זאלן דארט איז דא?

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 6:27 pm
דורך [NAMELESS]
אמת. הייליגע גוים

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 7:27 pm
דורך טיטאניק
א ריכטיגע גזירת שמד
מען דארף מעריש עולמות זיין ביים סדר נאכט להעביר את רוע הגזרה
א כלל גדול. ביי אונזערע רגליגע האט מען זיך קיינמאל נישטגעפירט צו צווינגען דעם ציבור צו האלטען די תורה
אייביג געקומען בדרכיה דרכי נועם
אבער היינט מאכט מען נאך די אראבער און די קריסטען צו גיין מיט טעראר און פארס
אזאך וואס איז אייביג געווען פסול ביי חזל און גדולי הדורות
אזא פנים האט מען ווען מען פירט איין נייע תורות נייע גזירות וועלכע זענען נגד דעת תורה שאריע געזעצען פון אראבער און פרישות משןגעתן פון די נאניקעס און גלחים
גייט מיט די תורה הקדושה וועט מען קיינעם נישט דארפען צווינגען!!!!!!

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 7:30 pm
דורך טיטאניק
איך ווייס נישט צו איר ווייסט
אבער גלחים און נאניקעס פארקויפן גאר הויכע מדרגות אין פרישתו זיי האבען אפילו מקוואות אויך
תורה איז נישט קיין עקסטרעמיזעם און ראדיקאלישקייט

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 7:34 pm
דורך berlbalaguleh
טיטאניק האט געשריבן:איך ווייס נישט צו איר ווייסט
אבער גלחים און נאניקעס פארקויפן גאר הויכע מדרגות אין פרישתו זיי האבען אפילו מקוואות אויך
תורה איז נישט קיין עקסטרעמיזעם און ראדיקאלישקייט

און וואס זיי זענען אין ריעל לייף ווייסט דאך א יעדער. ס'דא א גוט ווערטל איבער גלחים און גלח'טעס, אבער ס'פאסט נישט צו שרייבן אפילו אין מאחורי... :? 8-) :lol: :roll: :twisted: :evil: :P :oops: :cry: :( :o

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 11:19 pm
דורך שמעקעדיג
טיטאניק האט געשריבן:א כלל גדול. ביי אונזערע רעליגיע האט מען זיך קיינמאל נישט געפירט צו צווינגען דעם ציבור צו האלטען די תורה
אייביג געקומען בדרכיה דרכי נועם

שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך....
אין הלכה טרעפט מען, מען שטעלט שוטרים יעדן יו"ט

נישט אז איך בין מסכים מיט די מאנסי טעראר, נאר אלס די נקודה בין איך מעורר אז עס האט א שטיקל מקור.

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 11:28 pm
דורך טיטאניק
כה תאמר לבית יעקב אלו הנשים ותגיד לבני ישראל אלו האנשים, דבר אחר כה תאמר לבית יעקב בלשון רכה
אוודאי איז געווען א מושג פון "שטרענגקייט" אין די תורה
אבער די מושג פון "טעראר" דאס איז נישט געווען ביי אידן דאס זעען מיר נאר ביי מוסלומענער און קריסטען

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 11:29 pm
דורך מאטי
אונזער מלכות של חסד און יעדע ציווילזירטע מדינה האט אויך מארשאלס ... ס'ווענד זיך צו וואס מ'נוצט דאס.

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 2:36 pm
דורך עפל סיידער
אין קרית יואל אין סאטמאר ביהמ"ד הגדול איז נעכטן פארגעקומען א המשך פינעם בארא פארקער אסיפה ווי רבי מנחם פישער וויענער דיין פון מאנסי האט גערעדט און רבי בערל טויבער און די דיין פון קרית יואל.
די אסיפה פון ב.פ. האט פארעפענטליכט א האט-ליין נומער פון זייער אסיפה און גרייט זיך צו פארברייטערן זייערע פעולות, האט איינער די נומער זייערע.

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:02 pm
דורך קליגער אינגערמאן
וואס האט מען דארט געזאגט ?

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:34 pm
דורך קאווע טרינקער
מלכות שביסוד. פונקט א גוטע טאג.
מלכות מיינט דאך פרויען, כידוע עפ"י קבלה, וע"ד כל כבודה בת מלך וכו'. ויסוד היינו צניעות, און די פרויען דארפען מתקן זיין זייער מידת היסוד.

נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 4:44 pm
דורך געפילטע פיש
גבורה שביסוד איז צו שווער פאר אונזערע מענער, זיי קענען זיך נישט האלטן אין די הויזן, ממילא מוז מען עס ארויפלייגן אויף די בנות מלכים.