בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 11:35 pm
דורך petergrifin
דער אודיא קליפ װיל איך ארויף שטעלן אבער איך װײס נישט װי אזוי, אויב מען קען בכלל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 11:52 pm
דורך יין שרף
לכאורה נאר דורך דראפבאקס

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 4:35 am
דורך [NAMELESS]
[tag]שטילע אינגערמאן[/tag], א נייע בין הזמנים איז דא...

Re: בין הזמנים איז דא - כ'בין אויס מענטש

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 5:18 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א נחת צוצוקוקען!
הונדרעטער בחורי חמד קומען צוריק פון א ווינטער פון הארעוואניא, מיט חכמתם על פניהם. מ'גייט אריין אין ביהמ"ד סיי וועלכע צייט, זיצען בחורים און זענען זיך מפלפל אין לערנען, דער האט א רואיגע צייט בין הזמנים, קוקט ער אין א לייכטערע ספר צו ער פרעגט ביי די עלטערע יונגעלייט פשט אינ'ם מורה נבוכים.
און די שולען וואס האבען א קאמפיוטער מיט אוצה"ח, זעט מען אלס א פאר בחורים שטילען א דארשט אויף וויסענשאפט, נישט נערישקייטען, נישט פאליטיק צו לשה"ר, נאר די ספר און יענער ליקוט, ווער איז דער מחבר פון יענער ספר און וועמענ'ס זון איז א צווייטען. 'אט! אן אינטרעסאנטע תשובה אויף א פארווארפענע נושא!' און צו וועמען איז געשיקט געווארען דער בריוו?
דאווענען האט א יונגע ענערגיע, פון בחורים וואס זייערע כוונה איז נישט בלויז געלט. יעדער מנין איז געשוואלען אויף דאפעלט. פון דער זיבען אזייגער מנין ביז..... דער לערנט פאר'ן דאווענען און דער לערנט דערנאך.
אט זעט מען בחורים לויפען אין גראסערי איינקויפען פאר די משפחה אז די מאמע זאל קענען ווייטער צוגרייטען אויף פסח. דארט זעט מען ווי זיי טוהן בגופם, רייניגען די קאר אויף פסח, צו ברענגען די קליינע געשוויסטער שפילען אין פארק א שעה צוויי.
אה! מ'שטייט אין א קופקע מיט ציגארעטלעך און מ'שמועסט געמוטליך, דער איידעלע געשפרעך פון אפגעהיטענע בחורים. נישט פון מאווי'ס צו תאוות שמועסט מען, נאר על דא ועל הא, קלייניקייטען און קרישקלעך.
ס'דערמאנט זיך געשמאקערע צייטען, ווען מ'האט געשטרעבט אויף העכער'ס און נאך געגלויבט אז מ'עט עס איין טאג דערגרייכען.
כל אחד בשמו הטוב יברך

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 8:14 am
דורך פליקער
יא יא ליטוואק, אבער ווי יעדע בחורל ווייסט האט א מטבע צוויי זייטן, עס זענען דא פיל בחורים וואס דרייען זיך ארים מיט די קישקעס אין די הענט ווייל זיי ווילן חתנים ווערן, ווילן טוישן ישיבות, זענען נישט ציפרידן, מען האט זיי געגעבן א לא נתקבל פארן זימער זמן, אזוי אויך איז דא בחורים וואס דערגייען זייערע עלטערן די דם התמצית, ווען די עלטערן האבן געמיינט אז זיי זענען לייטיש, אבער נאך א טאג צוויי אינעם בין הזמנים איז פנים חדשות באו,

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 9:00 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זאל יעדער אנקוקען פון זיין ווינקעל. בעה"ב אויף זיך אליינס איז ער.......

Re: בין הזמנים איז דא - כ'בין אויס מענטש

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 11:21 am
דורך גרויסע מענטשעלע
יוא ב"ה סערווייוד .....
כמיין די פראבלעם איז נאר זינטאג

Re: בין הזמנים איז דא - כ'בין אויס מענטש

נשלח: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 11:46 pm
דורך גראף
די חברה זענען דא! די באלעבתים האבן שוין געלאזט פאלן קאמענטארען וועגן די בחורים וואס האבן נישט איבער געלאזט א ברעקל לקח פון די טאשער מיט ספינקער זצ''ל יארצייט.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2020 8:09 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און יעצט איז ער דא, און נאך ווי. מיר האבען א בין הזמנים פאר לכה"פ זעקס וואכען, און ווער ווייסט וויפיל לענגער.
זאל דער אויבישטער מרחם זיין אויף זיין פאלק.

Re: בין הזמנים איז דא - כ'בין אויס מענטש

נשלח: מאנטאג מאי 25, 2020 7:30 pm
דורך פאליטיקאנט
די בין הזמנים ציט אן מיט א שטארקייט.......