בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:47 am
דורך דריידל
א בחור אין א ליטווישע ישיבה איז געזעצן ביי מוסר סדר אין חודש אלול און געקרעכצט צי זיך (אביסול הויך פארשטייטציך) : איך בין גארניט, איך בין גארניט, איך בין גארניט..... די משגיח איז אריבערגעגאנגן און דאס געהערט, רופט ער זיך אן: אויך מיר א גארניט.....
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:52 am
דורך מלא וגדוש
און איך האב גארנישט קיין לייקס באקומען [חןץ איינס] פארן עפענען די אשכול וואס האט אזויפיל לייקס געברענגט פאר אנדערע שרייבערס אין די אשכול .. .אבי ס'איז גארנישט!!
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 12:58 am
דורך דריידל
מאך דיך נישט צו טון פון קיין לייקס, ס'איז גארנישט
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 1:00 am
דורך מלא וגדוש
גוט גוט!!
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 1:10 am
דורך מלא וגדוש
''והמסתעף'' איז זייער בייז ער טענה'ט אז ''גארנישט'' באקומט די גאנצע אטענשן און פון אים רעדט מען גארנישט
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 1:23 am
דורך מצטמק ויפה
אבער חברה, פארגעסט'ס נישט, גארנישט קומט נישט צו, צו א גוטע געשמאקע שטיקעל גארנישט....
נשלח: מיטוואך אפריל 02, 2014 1:30 am
דורך חביבי
א ליטווישע בחור האט אמאל געהערט ווי צוויי ראשי ישיבות טענען זיך ארום איינער מיטען צווייטען ווער עס איז א גרעסערע עניו אין איינער זאגט איך בין דאך א גארניט זאגט דער צווייטער אבער איך בין דאך א גארניט שב׳גארניט זאגט ער צוריק אבער איך בין א גארניט שב׳גארניט שב׳גארניט זאגט ער צוריק אבער איך בין דאך א גארניט שב׳גארניט שב׳גארניט שב׳גארניט רופט זיך די בחור אן אויב די ראשי ישיבות זענען גארניט דעמאלטס וואס בין איך? זאגען זיי עם די ביסט דאך טאקע גארניט
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:45 pm
דורך מלא וגדוש
אין מיין הויז איז שוין גארנישט דא קיין חמץ
נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 6:55 am
דורך פלעין יודיש
מלא וגדוש האט געשריבן:און איך האב גארנישט קיין לייקס באקומען [חןץ איינס] פארן עפענען די אשכול וואס האט אזויפיל לייקס געברענגט פאר אנדערע שרייבערס אין די אשכול .. .אבי ס'איז גארנישט!!
אזוי גייט עס דא אין שטיבעל, אז מען שרייבט גארנישט באקימט מען גארנישט קיין לייקס