יתרו האט געשריבן:יעצט געזעהן דארט ווי איינער האט געפענט אן אשכול אין איי וועלט איבער די אומפונקטליכקייט פון פיזיקס און סייענס. בתוך הדברים שרייבט ער אז איינשטיין'ס חידוש פון טיים און ספעיס שטייט שוין אין חובת הלבבות. פרעגט אים איינער וואס מיינט MC=2 זאגט ער כ'דארף נאכקוקן.. כווייס נאר נישט ווי ער גייט נאכקוקן אפשר אין שבט מוסר.
UNREAD_POSTדורך געלעגער » מאנטאג דצמבר 29, 2014 7:34 pm מענטשען האבן געהאט טענות אז צומאל מעקט מען אן אשכול און זינט די אשכול איז מער נישטא איז נישטא וואו צו שרייבן די סיבה פארוואס מ'האט עס געמעקט און דאס האט גורם געווען ווייטאג פאר נייע ניקס אז זיי האבן ניטאמאל געהאט די סיבה צו וויסן וואס נישט צו טון דאס קומענדיגע מאל.
איז מיר בייגעפאלן מיט די צושטימונג פון די מנהלים צו עפענען א באזונדערע אשכול כללי וואו מ'וועט מעלדן יעדעס מאל מ'האט געמעקט אן אשכול און די סיבה דערצו אז די נייע וואס האבן נאכנישט אינגאנצן ארויס די מהלך דא זאלן אויך וויסן און זיך לערנען דערפון.