אין די תורה זעהט מען אז אפילו עס קומט זיך מיתה פאר א מענטש, איז נאך נישט הופקר את דמו,
לאמיר זעהן אין פר' תצא,
וכי יהיה באיש חטא משפט מות והומת ותלית אתו על עץ, לא תלין נבלתו על העץ כי קבור תקברנו ביום ההוא, כי קללת אלקים תלוי.
איר הערט, אפילו ער האט געלעסטערט דעם נאמען פון השי"ת, און עס קומט אים מיתה, אבער תיכף נאך די מיתה זאלסטו קעהר נעמען פון אים מיט כבוד הבריות.
אזוי אויך ביי מלקות, כיון שנקלה, אחיך הוא.
דאס מיינט אז אפילו ער פארדינט א עונש, נוץ נישט דיינע נפש-הבהמית'דיגע געפילן, נאר טו ע"פ תורה, און איינמאל דאס איז געטון געווארן, איז אלעס צוריק צום אלטן!
.
"רחמנים בני רחמנים". זענען מיר?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 311
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
[tag]לעיקוואד[/tag] מיט זיין בהירות,ברענגט ארויס א געוואלדיגע נקודה און זיין מאמר המוסגר.
ביי אונז יודען ווייסט מען די מאמר חז״ל ״אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו״ די קענסט נישט און די ווייסט נישט וואס פארא אומשטענדען דער מענטש איז אדורך ביז ער איז אנגעקומען צו וואס ער איז אנגעקומען.
און די קארט סיסטעם פאר ווער סאיז באקאנט און די 1980 יארען ווען psychology האט געווירבעלט מיט איהרע נייע ערפינדינגען, די ווינט האט דעמאלס זייער שטארק געבלאזען אז קיינער איז נישט שולדיג אויף זיינע שלעכטע מעשים, אלעס וואס א מענטש טוט און פילט,נעמט זיך מצד זיין אינערליכע פראבלעמען וואס ער ליידט מלידה,אדער מצד abuse וואס ער האט באקומען,וכ״ו
און ממילא קומט זיך נישט קיין שום עונש פאר קיין רוצחים, גנבים,מאלעסטערס.
ווייל זיי זענען נעבעך גארנישט שולדיג.
וואס האט פאסירט און דיע יארען ווייסט יעדער, קריים האט ארויף געשפרינגען,סאיז געווען לית דין ולית דיין.
ביז זיי זענען געקומען צו די awerness, אז קען זיין אז די רוצח איז נישט שולדיג, אבער מברויך נאכאלץ פראטעקטין די מענטשהייט, און אומשולדיגערהייט דארפען דיע מענטשען פארשפארט ווערען לאנגע יארען כדאי צו פראטעקטין די מענטשהייט.
והוא הדבר אשר דיבר לעיקוואד רחמנות דארף מען האבען, אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט וואס מדארף צוטוהן.
איך קען א יונגערמאן א טשיילד מאלעסטער,סאיז מיך שוין אויסגעקומען צו רעדן מיט עם כמה פעמים, ער פארציילט מיר זיינע סטורעגעלס, די הארץ קען צוריסען ווערען, ער איז ממש א ביטערע רחמנות, ער זעעט א יונגעל אויפען גאס און זיינע הארמאנען צושפילען זיך אויף טויזענט, ער ווייסט נישט וואס צוטוהון מיט זיך, און ער ארבעט אויף זיך, און איך מיין אז he is doing his best,און ער טוט אלעס וואס איז און זיין power צו איבערקומען זיין תאווה,און ווען ער פאלט יא אדורך, קען מען ממש זאגען אז סאיז געווען א אונס.
עכ״ז ווי גוט און קלאר איך ווייס זיין מצב און זיין אומשולדיגקייט, און ווי שטארק מיין הארץ איז איבערגעפילט מיט רחמנות אויף עם,
מיט די זעלבע שטארקייט האלט איך אז ער באלאנגט און תפיסה, היות ער קען זיך טאקע נישט איינהאלטען, און אדורכפאל ביי עם מיינט מאלאסטען א קינד, איז נעבעך מיט גרויסע טרערען דארף מען עם אריינלאקען און תפיסה.
און ווי שטארק איך האב רחמנות אויף עם, און איך וואלט נישט געוואלט עם באשמוצען,מיט די זעלבע שטארקייט פארצייל איך פאר אלע מיינע באקאנטע אז מזאל אנזאגען די קינדער זיך צו היטען פון עם.
ער איז נעבעך א מערדער, איעדער ווייסט שוין היינט אז מאלאסטעישין קען געפערליך עפעקטען א מענטשעס סיסטעם אויף לעולמי עד,כמעט איעדער פארשטייט שוין היינט אזוי,מיט דעם אלעם איז שווער בא אונז און די קאממיונוטי צו פאנאדערשיידען פון די רחמנות געפילען און די למעשה.
סאיז מיר אינטערעסאנט וואו אומגעשיהלט געוויסע רבנים זענען,
איינער פון די שטארקע מאכטפולע רבנים בעיר בארא פארק, וואס איז באקאנט מיט זיין תקיפות, האט געהייסען בא א געוויסע פאל מיט א מאלעסטער דא און שטאט אז מזאל דעם יונגערמאן אנמאקלען עד זוב דם.
בגודל חכמתו פון דעם רב וכדרכו בקודש פארשטייט ער צו אלעס, ער דארף נישט זיך דורך רעדן מיט קיינעם, ער דארף נישט קיינעמס עצות, אויב זיין ברייטען קאפ פארשטייט אז מדארף שמייסען, איז געשמיסען.
כבודו פון דעם רב במקומו מונח,ווער סקען זיך עטוואס אויס צו דעם פראבלעם, ווייסט אז פעטש העלפט אפשר פאר א קורצע תקופה, סאיז זייער ווייט פון א לעזונג, און ממילא ווער זאגט אז מהאט עם א רעכט צו שמייסען אויב סהעלפט סיי ווי נישט צו פראטעקטין.

יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.