בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 8:07 am
דורך כוכב
איך בין אויך זייער שטארק פאר גלייכבארעכטיגטקייט, אבער סבאקאנט די מעשה(הערסט בערל) מיט א צדיק וואס האט געדרשנט ועמך כולם צדיקים און ווען דער בעל עגלה האט אים געפרעגט אויב ער וויל זיך משדך זיין מיט אים האט ער אים געזאגט ער זאל טרעפן זיינע סארט צדיקים.
א יונגערמאן און א בחור זענען צוויי אנדערע וועלטן, דער בחור איז געווענדליך אומרייף און דער יונגערמאן טרעפט שווער א געמיינזאמע שפראך. ער איז פארנומען מיט די ישיבה לעבן און דער יונגערמאן האט שוין סך גרעסערע דאגות.

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 11:28 am
דורך חביבי
איין טייל פון די מלחמה אקעגען די בחורים

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 1:40 pm
דורך Shiala
וועד הצלת חולי ישראל: אויב זעהט איר אן אינגערמאן אריינרופן אט די דאזיגע ציפערן, ביטע דיילט 911 און קאמיט אים צו בעלוויו האספיטאל די אינפארמאציע וועט ווערן פארשפרייט לשמצה.......

נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 5:02 pm
דורך לאצי
שלום עליכם טייערע אידן, אה ! א מחי' צו אטעמען די לופט אינעם שטיבל, יואב האסט געפענט א קען פון ווערים, די פחיתות פון די מענטאליטעיט צו בחורים איז א חלק פון אונזער ריינע ראסע דיסארדער.
ספרדישע נעבעכס
ארץ ישראלדיגע שנארערס
(ציילט מיר א איד די וואך, וועגן דעם עושר דושינסקיא, עושר האב איך געזאגט ? שוואך געזאגט, דאס איז דאך יעדער צווייטער אינגערמאן וואס ארבעט נישט, בעסער געזאגט מולטי מיליאנער. ווען ער האט אנגעהויבן צו בויען אין מאנרא האט מען זיך געשעמט צו רעדן און האנדלען מיט דעם איזרעאלי)
דער איז א חצי
און יענער איז נישט גענוג בעלעבאטיש
דער האט דאך א קינד אפגעפארן (ווער האט נישט....)
און יענער האט זיין באבעס שוועגערן געהאט מיט די נערווען.
דער איז רוסיש
דער זיידע האט נישט קיין בערדל
אזוי גייט עס אן און אן, די בחורים זענען נאר א קליינע חיילעק פון דעם פראבלעם.
מי שענה הוא שיענה בתוך שאר כל הפראבלעמען.
===
טיטאניק אן אויפרייס ! ברענג ביטע פראוו צו דיינע ווערטער און מ'וועט זעהן מקיים צו זיין דעם חדש אסור מן התורה און שטעלן מאדעלן אין אלע ישיבות.

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 8:23 am
דורך משולם שטיינפעלד
לאצי, ווי איידער טיטאניק זאל ברענגען ראיות צו זיין סטעיטמענט איבער מאדעלן אין חת"ס ישיבה, בעהט דעם טאטן ער זאל דיר א חתן מאכן און וועסט דיר נישט דארפן באגנוגען מיט א מאדעל......

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 9:24 am
דורך טיטאניק
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:לאצי, ווי איידער טיטאניק זאל ברענגען ראיות צו זיין סטעיטמענט איבער מאדעלן אין חת"ס ישיבה, בעהט דעם טאטן ער זאל דיר א חתן מאכן און וועסט דיר נישט דארפן באגנוגען מיט א מאדעל......

:like :like :like

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 10:03 am
דורך לאצי
מי יגלה עפר מעיניך יואב ??? באו חללים אל תוך אשכליך וחרפו ונאצו בחורי ישראל וקדושיו
הישמע כזאת ? אינעם אשכול ווי מען איז קעגן דיסקרימינאציע קעגן די מובחרי ישראל, זאל מען אזוי באליידיגן איינעם נאר ווייל עס האט זיך איינעם געדאכט אז ער רעדט צו א בחור ?
זאגטס נאר טייערע אידן נאר א בחור איז א לאצי ??? א געוואלד מיט בני בינהדיגע אידן וואס איך קען זענען נאר א בבואה פון א לאצי ניטאמאל דאס.
יעצט טייערער טיטאניק (די עכטע מעשה אדער די מאווי? ) נניח אז לאצי איז א בחור דערפאר...
דארף שוין נישט טיטאניק ברענגן א ראי' לדבריו נאר איז יוצא מיט א פאר 3d לייקס ?
איך וויל ענק נישט וויי טוהן אבער עס ווייזט אויף שוואכע קוואליפיקאציעס און גאר א נידריגן חוש פון הומאר

און איך וועל מודיע זיין בשער בת רבים אז די מעשה מיט דעם מאדעל פון הרב טיטאניק איז מער א חלום ווי מציאות די חוקרי ישיבת פרעשבורג און די חוקרי החת"ס ווייסן נאכנישט פון דעם. א חידוש פון הויעכגעשעצטן טיטאניק.
יעצט טייערע אינגעלייט לאמיר זיך אביסל רייצן מיט ענק אין א פעלד וואס איך קען בעסער ווי ענק.
עמיר גיין שטיפן אביסל ביזן דאווענען סאיז דאך בין הזמנים ...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 12:51 am
דורך ונבנתה העיר
לאצי האט געשריבן:און איך וועל מודיע זיין בשער בת רבים אז די מעשה מיט דעם מאדעל פון הרב טיטאניק איז מער א חלום ווי מציאות די חוקרי ישיבת פרעשבורג און די חוקרי החת"ס ווייסן נאכנישט פון דעם. א חידוש פון הויעכגעשעצטן טיטאניק.

אזוי שטייט אין חוט המשולש.

הי' לו בארגז מיוחד שני צורות פיגורען תבנית זכר ונקיבה מעשה אומן מופלא והיו נעשים פרקים פרקים וכל חלקי הפנימים מעשה חרש נפלא ללמוד וללמד חכמת הניתוח ולא הראה זה רק לתלמידים מובהקים אשר יראת ה׳ אוצרם בעת למדו אתם הלכו׳ נדה וכדומה.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 1:58 am
דורך טיטאניק
שקויעך פארען ראטעווען די מצב
איך האב געוויסט אז עס איז דא א מקור אבער נישט געהאט קיין געדולד צי זיכען
:like

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 9:45 am
דורך מצטמק ויפה
ולא הראה זה רק לתלמידים מובהקים אשר יראת ה׳ אוצרם

זעהסט אבער אז די חת"ס האט אויך פארשטאנען ברוב חכמתו אז פאר סתם א בחור קען מען נישט ווייזען אזא זאך, און נאר פאר די וואס יראת ה' אוצרם, האט ער עס געוויזען. און קענסט זיך אוודאי פארשטעלן פון וועם מ'רעדט, פון אזעלכע וואס איך און דיר האבן נישט אויסגעטוישט א ווארט דורך די ישיבה יארן......

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 10:44 am
דורך קאווע טרינקער
הייסט עס אז דער הייליגער חתם סופר האט געהאט אין ישיבה אויך נישט אזעלעכע יראי שמים? כ'האב געמיינט אז די אלע מצוינים ישיבות זענען ממשיך דרך חתם סופר און מאכן א "טיילונג" צווישען אונזערע בחורים?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 10:51 am
דורך מאטי
אנשטאט ארויסווארפן האט ער זיי בא'קנס'ט אז זיי קענען נישט באטראכטן דעם מאניקאן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 11:22 am
דורך מ גפני
ונבנתה העיר האט געשריבן:
הי' לו בארגז מיוחד שני צורות פיגורען תבנית זכר ונקיבה מעשה אומן מופלא והיו נעשים פרקים פרקים וכל חלקי הפנימים מעשה חרש נפלא ללמוד וללמד חכמת הניתוח ולא הראה זה רק לתלמידים מובהקים אשר יראת ה׳ אוצרם בעת למדו אתם הלכו׳ נדה וכדומה.

וואס האט "ללמוד וללמד חכמת הניתוח" צוטוהן מיט "הלכו׳ נדה וכדומה"?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 11:57 am
דורך לאצי
@ונבנתה
דאס וואס דער חוט המשולש ברענגט איז נאר לגבי זיינע תלמידים וואס האבן גענומען שימוש ביי אים לאחר נישואיהם וואס זיי רופט ער אן תלמידיו המובהקים
אזא חידוש ווי לערנען דאס מיט בחורים וואלט מען געדארפט טרעפן אין איינע פון די כותבי היסטוריה לישיבת פרעשבורג.
אבער א בחור מאן דכר שמיה

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:17 pm
דורך שמעקעדיג
הקריאה מעורר את הזמן (או "בין הזמנים"...)