בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 5:17 pm
דורך מנחם ציון
Chasidishmashpia האט געשריבן:קריאת בד"ץ התאקה"ח להתפלל לרפואותו השלימה

WHAT!?!
איז ער אנגענומען אין די היימישע קרייזן אויך?!

איך מיין, מען דארף מתפלל זיין אבער ביז זאגן אין די בתי מדרשים און אין די מוסדות א קאפיטל תהילים...

Re: 10 שו"ת - הרב יעקב צבי (יונתן) זאקס

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 5:28 pm
דורך נעגעל וואסער
מנחם ציון האט געשריבן:
Chasidishmashpia האט געשריבן:קריאת בד"ץ התאקה"ח להתפלל לרפואותו השלימה

WHAT!?!
איז ער אנגענומען אין די היימישע קרייזן אויך?!

איך מיין, מען דארף מתפלל זיין אבער ביז זאגן אין די בתי מדרשים און אין די מוסדות א קאפיטל תהילים...

קוקט אויס - און איז זיכער - א פאלשן בריוו.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 5:50 am
דורך טייערע ברודער
דער בריוו איז שקר וכזב מכמה טעמים, דער עיקר וואס מ'זעהט איז דער חתימה - דער גאב"ד חתמ'ט שוין לאנג נישט אויף קיין צעטיל בעווה"ר.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 11:46 am
דורך איך אויך
פאר ווער עס ווייסט איז די גאנצע גאב''דשאפט א 'טיטל אן א מיטל'. כ'ווייס נישט צו מען קען אנווייזן אפילו אויף איין איינצעלנע זאך וואס ר' אפרים זאל האבען אויפגעטון אין לאנדאן (אויב עפעס נאר געשטערט), אבער געזונט מעג ער זיכער זיין.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 11:50 am
דורך טייערע ברודער
דער פרשה פון חזקי שטערן וואלט נישט געשעהן ווען דער גאב"ד איז בכוחו.
דער קאללס קעגן דער עירוב וואלט נישט געשעהן ווען דער גאב"ד איז בכוחו.
איך ווייס נישט צו אלי שפיצער וואלט גערעדט ווען דער גאב"ד איז בכוחו.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 12:00 pm
דורך צפור בודד
טייערע ברודער האט געשריבן:דער פרשה פון חזקי שטערן וואלט נישט געשעהן ווען דער גאב"ד איז בכוחו.
דער קאללס קעגן דער עירוב וואלט נישט געשעהן ווען דער גאב"ד איז בכוחו.
איך ווייס נישט צו אלי שפיצער וואלט גערעדט ווען דער גאב"ד איז בכוחו.

שיינע פאנטאזיעס. פרשת חיים היילפרין איז געווען ווען דער גאב"ד איז געווען "בכוחו", ביי דער טעלעוויזיע פראגראם איז ער געווען "בכוחו", חזקי שטערן איז גראדע לעצטנס שוואכער ווייל ר' ברוך נתן האט אים משתיק געווען, דער עירוב וואלט סוף סוף געפלאצט און אפשר וואלט געווען א גרעסערע מלחמה, אלי שפיטצער האט גארנישט פארלייגט מיטן גאב"ד. ליידער האט דער גאב"ד קיינמאל נישט געהאט קיין גרויסער כוח פון דער רגע וואס ער האט געכאפט דאס רבנות דורך מיכל סירקוס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 12:19 pm
דורך איך אויך
און סאטמערע בחורים זענען ארומגעפארן מיט א טראק רייסן דעם עירוב ביים ערשטן פריוו א שיינע פאר יאר צוריק.

אגב, לאמיר נישט רעדן ווי מיכל סורקיס זעהט היינט אויס, אבער דאס איז זיכער אז פאר בין אדם לחבירו באצאלט מען אויף דעם וועלט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 6:36 am
דורך טייערע ברודער
ר' חיים הלפרין איז געווען א שווערע פרשה ווייל זיין טאטע האט נאך געלעבט און ס'איז זייער שווער צו טשעפערן ר' אלחנן זצ"ל.
דער טעלעוויזיע פרשה מיינט ס"ה אז דער גאב"ד ווייסט נישט וויאזוי דער מידיא ארבעט, נישט קיין שוואכקייט זיינער.
דער עירוב איז דער שענסטע עירוב פון אלע גרויסע שטעט אין דער וועלט מיט דער חלק אז ס'איז נישט דא קיין שום הלכה מחלוקה אויף דעם.
דער גאב"ד איז געוועלט געווארען דורך בחירות פון דער וועד, נישט נאר מיכל.

דער עירוב אפאר יאר צוריק איז נישט געמאכט געווארען דורך רבני העיר מיט די הסכמה פון התאקה"ח.

אבער פליז זייטס מסכים אז דער בריוו אויבן איז געפעלשט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 1:25 pm
דורך איך אויך
פארוואס שרייבסטו גראבע שטיקער שקר? וואס איז דיין ציהל?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 8:58 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:פארוואס שרייבסטו גראבע שטיקער שקר? וואס איז דיין ציהל?

איך אויך: דא אין ניו יארק והגלילות אינטרעסירט (כמעט) קיינעם נישט די נארישע לאקאלע לאנדאנער פאליטיק. וואו א יעדער פרובירט איבער צו שטייגן דעם צווייטן מיט פרומקייט און טיפשות...!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 9:07 pm
דורך תרמב
berlbalaguleh האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:פארוואס שרייבסטו גראבע שטיקער שקר? וואס איז דיין ציהל?

איך אויך: דא אין ניו יארק והגלילות אינטרעסירט (כמעט) קיינעם נישט די נארישע לאקאלע לאנדאנער פאליטיק. וואו א יעדער פרובירט איבער צו שטייגן דעם צווייטן מיט פרומקייט און טיפשות...!

גראדע קוקט עס אויס גאנץ אינטערסאנט די פאליטיק דארט פון די צוויי דריי תגובות דא, אזוי אריינצורוקן אזויפיל פרשיות אין די פאר שורות פון א קורצע תגובה, אבער אז מען שרייבט שוין יא קומט אריין מיט נאך פרטים מען זאל כאטש וויסן פון וואס מ'רעדט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 7:42 am
דורך טייערע ברודער
איך אויך האט געשריבן:פארוואס שרייבסטו גראבע שטיקער שקר? וואס איז דיין ציהל?


וועלכער שקר איז געשריבן געווארען דורך וועמען?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 3:12 pm
דורך איך אויך
רעב איד זייטשע מוחל און גייט דרייען די אייער פאר א צווייטן.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 07, 2020 6:35 pm
דורך Chasidishmashpia
גלה כבוד מישראל

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 07, 2020 7:43 pm
דורך berlbalaguleh
בד"ה: ווען איז דאס געשעהן? ער איז געווען איינער פון מיינע היעראוס...! א מענטש מיט געוואלדיגע ידיעות סיי אין תורה און סיי אין מילי דעלמא. און ער האט געהאט דעם יראת ה' הוא אוצרו. געווען אן ערליכער איד. און א גוטער רעדנער...! יהא זיכרו ברוך...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 9:05 pm
דורך Chasidishmashpia
Screenshot_20201109-014759.jpg

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 2:17 am
דורך ונבנתה העיר
מיט הרב אבן ישראל.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 6:24 am
דורך טייערע ברודער
Chasidishmashpia האט געשריבן:
Screenshot_20201109-014759.jpg


ס'איז א זיוף

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:19 pm
דורך מנחם ציון
טייערע ברודער האט געשריבן:
Chasidishmashpia האט געשריבן:
Screenshot_20201109-014759.jpg


ס'איז א זיוף

וואס איז די מטרה פון פעלשן שוין צום צווייטן מאל?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2020 6:36 am
דורך טייערע ברודער
נישט קיין השגה, אבער למעשה איז עס בכלל נישט אמת.