בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 10:29 am
דורך לעיקוואד
@פארוואס, לאו דווקא. הגם חרדים זענען נישט די איינציגסטעגרופע וואס איז זיך מונע פון אינטערנעט מטעמי דת. מיין פוינט איז נישט דאס אבער, דער פוינט איז אז אפילו עס איז דא אזא קאראלאציע איז עס נישט מוכיח קיין -- נו ווי זאגט מען causation אויף אידיש? -- ווילאנג מען שליסט נישט ארויס די אלע אנדערע סיבות וואס קענען זיין.

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 11:17 am
דורך מצטמק ויפה
איך מיין אז ווען מען רעדט איבער די חורבן וואס אינטערנעט האט געברענגט מיט זיך, איז זייער נאריש צו זאגן אז עס האט געמאכט מענטשען מער רעליגיע'לאז, ווייל פונקט ווי די וועסט צושטעלן א קינד צו א געשמאקע TV שאוי, וועט איהם עס גאר ווייניג אונטערסירן אפילו ס'איז גאר ציענד און געשמאק, ווייל פשוט עס רעדט נישט צו איהם ער וויל צירוק גיין צו זיינע לעגאו"ס און פארטיג.
די זעלבע ווען עס קומט צו אמונה ביי אונז יודן, א גרויסע (גאר גרויסע) פראצענט כלל ישראל גלייבט באמונה פשוטה אין גאט אן אפילו טראכטן צוויי, און זיי זיכן נישט קיין צווייטע זייט, און זיי ווילן נישט הערן עפעס אנדערש.
אין אזעלכע מענטשען קענסט אראפ זעצן נעבן א אפענע אינטערנעט פון היינט ביז מארגען און עס וועט איהם נישט שאַטן, ווייל עס אינטערסירט איהם ניטאמאהל. און די פאהר וואס ווילען יא וויסען און פארשטיין און חוקר זיין און אז עס איז דא א גאט נישט סתם גלייבן, פאר זיי האט די אינטערנעט נישט ציפיהל אויסגעמאכט ווייל איינער וואס די זאכן רעדן צו איהם, האט אלע יארן זיך געקענט אריין זעצ'ן אין א לייבערי און ביז אפאהר שעה איז ער וועלט'ס כופר.

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 11:27 am
דורך פארוואס?
לעיקוואד האט געשריבן:@פארוואס, לאו דווקא. הגם חרדים זענען נישט די איינציגסטעגרופע וואס איז זיך מונע פון אינטערנעט מטעמי דת. מיין פוינט איז נישט דאס אבער, דער פוינט איז אז אפילו עס איז דא אזא קאראלאציע איז עס נישט מוכיח קיין -- נו ווי זאגט מען causation אויף אידיש? -- ווילאנג מען שליסט נישט ארויס די אלע אנדערע סיבות וואס קענען זיין.

הרב [tag]לעיקוואד[/tag].
עס שיינט, אז דו פארשטייסט אביסל (לפחות) צו סטאטיסטיקס. נו, אויב אזוי מאך איך צו מיין מויל (מקלדת), און עפען מיינע אויערן (אויגן), און לאמיר אביסל הערן פון אייך, וואס איהר האט צו זאגן.
פתח פיך ויאירו דבריך.

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 11:35 am
דורך פארוואס?
מצטמק ויפה האט געשריבן:איך מיין אז ווען מען רעדט איבער די חורבן וואס אינטערנעט האט געברענגט מיט זיך, איז זייער נאריש צו זאגן אז עס האט געמאכט מענטשען מער רעליגיע'לאז, ווייל פונקט ווי די וועסט צושטעלן א קינד צו א געשמאקע TV שאוי, וועט איהם עס גאר ווייניג אונטערסירן אפילו ס'איז גאר ציענד און געשמאק, ווייל פשוט עס רעדט נישט צו איהם ער וויל צירוק גיין צו זיינע לעגאו"ס און פארטיג.
די זעלבע ווען עס קומט צו אמונה ביי אונז יודן, א גרויסע (גאר גרויסע) פראצענט כלל ישראל גלייבט באמונה פשוטה אין גאט אן אפילו טראכטן צוויי, און זיי זיכן נישט קיין צווייטע זייט, און זיי ווילן נישט הערן עפעס אנדערש.
אין אזעלכע מענטשען קענסט אראפ זעצן נעבן א אפענע אינטערנעט פון היינט ביז מארגען און עס וועט איהם נישט שאַטן, ווייל עס אינטערסירט איהם ניטאמאהל. און די פאהר וואס ווילען יא וויסען און פארשטיין און חוקר זיין און אז עס איז דא א גאט נישט סתם גלייבן, פאר זיי האט די אינטערנעט נישט ציפיהל אויסגעמאכט ווייל איינער וואס די זאכן רעדן צו איהם, האט אלע יארן זיך געקענט אריין זעצ'ן אין א לייבערי און ביז אפאהר שעה איז ער וועלט'ס כופר.

[tag]מצטמק ויפה[/tag]
איך מיין אז דו ביסט דער ערשטער דא אינעם אשכול, וואס נעמט אן מיט א פשטות אז די סיבה פארוואס אינטערנעט קען גורם זיין צו אפהאקן א מענטש פון רעליגיע, איז וועגן די כפירה מאטריאל וואס ער לייענט זיך אן.
אבער [tag]עפל סיידער[/tag] האט נאר געשריבן מקומות שמכניסין בהם חמץ. און איך בין נאכנישט קלאר, אז דאס מיינט ער.
למשל, ביים כינוס כלל ישראל (סיטיפיעלד) איז אנגענומען געווארן מיט א פשטות אז די פראבלעם פון אינטערנעט זענען אנדערע זאכן...
אזוי אויך, אין די אויבנדערמאנטע לינק פון ישיבה וורלד שרייבט ער אזוי:
He goes on to show that college-level education also correlates with the drop. Once it again, it’s easy to imagine how contact with a wider group of people at college might contribute to a loss of religion.

אין אנדערע ווערטער, די פראבלעם פון קאלעדזש איז נאר זיך טרעפן מיט אנדערע מענטשן.

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 5:30 pm
דורך לעיקוואד
פארוואס? האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:@פארוואס, לאו דווקא. הגם חרדים זענען נישט די איינציגסטעגרופע וואס איז זיך מונע פון אינטערנעט מטעמי דת. מיין פוינט איז נישט דאס אבער, דער פוינט איז אז אפילו עס איז דא אזא קאראלאציע איז עס נישט מוכיח קיין -- נו ווי זאגט מען causation אויף אידיש? -- ווילאנג מען שליסט נישט ארויס די אלע אנדערע סיבות וואס קענען זיין.

הרב [tag]לעיקוואד[/tag].
עס שיינט, אז דו פארשטייסט אביסל (לפחות) צו סטאטיסטיקס. נו, אויב אזוי מאך איך צו מיין מויל (מקלדת), און עפען מיינע אויערן (אויגן), און לאמיר אביסל הערן פון אייך, וואס איהר האט צו זאגן.
פתח פיך ויאירו דבריך.

וועגן וואס ווילט איר הערען? :)

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 6:08 pm
דורך יאיר
לעיקוואוד, איך וועל מודה זיין אז עס איז מעגליך איכשהוא אז עס זאל זיין עפעס א מיסטעריעזע סיבה פארוואס וואס מער מ'פארלירט די רעליגיע אלס מער באקומט מען א כח המושך צו די אינטערנעט (דער חרדי עכ"פ קען זיכער זאגן אז וואס ווייניגער מ'גלייבט אין בראשית ברא אלס מער פארנאגראפיע קוקט מען), אדער אפשר איז גאר דא א דריטע סיבה פארוואס ביידע געשעען אויפאמאל, למעשה איז די מערסט מסתבר'דיגע זאך לעת עתה צו זאגן אז די אינטערנעט ברענגט אפיקורסות, נישט דאס פארקערטע. עס זענען דא אסאך אזעלכע שטודיעס וואס עס איז כמעט אוממעגליך אויפווייזן בראיה שאין עליו תשובה וואס איז די מסובב און וואס איז די סיבה, און מ'מוז זיך פארלאזן אויף דעם אייגענעם שכל.
אבער ווי עס איז שגור על פיך כסדר איז אינטערנעט נישט עפעס א כישוף וואס פירט אפ פון וועג, עס איז פשוט א מיטל ווי אזוי צו געוואויר ווערן נייע אינפארמאציע. אזוי אויך קאלעזש איז א פלאץ וואו מ'ווערט עדיוקעיטעד און מ'הערט נייע איידיעס. אלזא די שטודיע באשטעטיגט פשוט דאס וואס די אפיקורסים טענה'ן שוין פון לאנג, אז אינפארמאציע און עדיוקעישאן קענען נישט גיין צוזאמען מיט רעליגיע, עכ"פ מיט אמונה פשוטה זיכער נישט (נישט אז איך האלט חלילה אזוי, איך האלט אז מענטשן פארשטייען פשוט נישט ריכטיג וואס רעליגיע און אמונה באדייטן. און בכלל זענען די קאמפיוטער שמייענטיסטן סייווי נישט נאמן אויף גארנישט).

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 6:26 pm
דורך לעיקוואד
מען דארף האבען בעסערע און קלארערע שטודיעס אבער אויף דער נושא. אויב ווילען מיר רעדען סתם סברא אן קיין דאטא האב איך נישט קיין פראבלעם מיט דעם, אדרבה.. אבער אויב וויל מען טענה'ן פון די דאטא ברויך מען פיל שטערקערע דאטא אויף קלארצומאכען אזא זאך.

אוודאי, אויף וויפיל די הגדרה פון אמונה איז נישט וויסען עפעס אנדערש, איז דאך אינפארמאציע בהגדרה מנוגד צו אמונה, און יהיבנא לך אז אסאך מאמינים זענען אזוי. אבער כדבריך, פאר אן אנדערע סארט רעליגיע איז דאס נישט אמת בכלל.

באופן כללי, ווי פרסיקו ברענגט ארויס, האבען די נבואות פון די ענלייטעמנט אז פשוט חכמה און אינפארמאציע וועט בטל מאכען אמונה פון די וועלט, זיך נישט ארויסגעשטעלט צו זיין אקוראט. רעליגיע שפילט היינט נאך די גאנצע ענלייטענמענט, נאך גוגל און פעיסבאק, פונקט אזא ראלע אין די וועלט בכללות ווי סיי וועלכע צייט אין היסטאריע. נאר מיט נייע פעקעדזשינג לפי צורך הדור, ולפעמים אפילו אן דעם.

נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 7:09 pm
דורך פארוואס?
יאיר האט געשריבן: און בכלל זענען די קאמפיוטער שמייענטיסטן סייווי נישט נאמן אויף גארנישט).

כאטש איך גלייך זייער דיינע ווערטער, אבער על סמך די אומ-נאמנות האב איך דיר נישט געלייקט, ווייל איך פארלאז מיר נישט אויף זיי, אז דו וועלסט עס זעהן.