בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 2:14 pm
דורך העלא
יפה דברת ובזמנו דברת,
רש"י די סדרה זאגט אויף איש אמו ואביו תיראו,
אז איש ולא אשה, ווייל א אשה רשות אחרים עליה,
איז משמע אז א פרוי דארף מער זיך רעכענען מיט איר מאן ווי די טאטע,
סא אויב ווילסטו אז דיין וווייב זאל זיך רעכענען מיט דיר מער ווי איר טאטע,
דארף זיין פארקערט אויך,
סא איך וואלט דיר גע'עצה'ט,
זיי איר מסביר דיין פראבלעם, און זאג איר, אז דו ווערסט נישט פארנאטיש מיט דעם וואס דו שטעלסט דיר צו צו דיין טאטע,
ווייל דו דארפסט צוקומען, און יעדע קלוגע מענטש וואלט עס געטוהן,
זאג איר אז אינדערהיים/אפיס/קאר גייסטו ווייטער האלטן די טעלאפאן,
נאר אויף די גאס וועסטו האבן א פלעינע טעלאפאן,
און פאר דיין טאטע זאג אז דו האסט עס געטוהן ווייל זי וויל, און דו דארפסט צייט איר עס מסביר צו זיין,
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 4:26 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 5:39 pm
דורך stuck
[justify]אוודאי האט מיין טאטע אינטערנעט, אבער נישט אויפן סעלפאון. יעדעס מאל ער דארף שיקן אן אימעיל, לויפט ער אריין אין אפיס, און ווי שווער עס קומט אים אן, וועט ער בשום אופן נישט האבן קיין עקסעס אויף זיין סעלפאון. הגם וואס איך בין אנדערש ווי אים, בין איך מורא'דיג מעריך מיין פאטער, וואס איז טאקע אן ערליכער איד, אן קיין געפאפטע מעשיות.
טאקע דערפאר וואס ער איז אין ביזנעס און האט נישט קיין אינטערנעט (אויף זיך), גייט אים נישט אריין אין קאפ, וויאזוי איך, א יונגע יונגערמאנטשיק דרייט זיך מיט אזעלכע כלים אין טאש.
עס העלפט נישט אז איך לייג פילטער ע"ג פילטער. די עצם געדאנק פון א סמארט-פאון איז ביי אים בבל יראה ובבל ימצא. איינער וואס האט נישט אזעלעכע עלטערן וועט ווארשיינדלעך נישט קענען פארשטיין.[/justify]
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 5:49 pm
דורך יאיר
stuck האט געשריבן:[justify]א דאנק אייך אלע פאר'ן נעמען די צייט מיר צו ענטפערן. ווי איך האב ערווענט אין מיין ערשטע פאוסט האב איך נישט גענוג מאריך געוועהן און מיך מסביר געוועהן, און כ'זעה אז טייל עולם האט מיר נישט גוט פארשטאנען.
לאמיך אביסל בעסער ערקלערן מיין דילעמע. נומער איינס, מיין פאטער איז יא א קאנטראלירער. דאס וואס ער זאגט מיר אז ער צווינגט מיר נישט צו אויפגעבן דעם טעלעפאון, איז נאר א טאקטיק וואס ער ניצט, האפענדיג אז דאס וועט מיר גרינגער מאכן אויפצוגעבן מיין סמארט-פאון. אויב וועל איך עס נישט אויפגעבן מרצוני הטוב, וועט ער נישט אויפגעבן, נאר ער וועט מיר רודפ'ן ביז איך וועל עס אפלאזן.
זייענדיג א פארמעגליכער, העלפט מיר מיין טאטע אסאך ארויס פינאנציעל, און ער פראבירט מיר אריינגלידערן אין זיין ביזנעס, (וואס איך קען מיר נישט ערלויבן צו פארלירן). מיין פאטער, הגם זייענדיג א מוצלח'דיגער ביזנעסמאן, האט נישט קיין אינטערנעט אויף זיין פאון -- ניטאמאל קיין אימעיל. ס'איז אפשר שווער צו מסביר זיין פאר אזעלכע וואס זענען צוגעבינדען צום אינטערנעט, ווי ווייט טרייף די פרומערע עולם קוקט דאס אן; אבער ביי מיין טאטע איז עס ממש ביהרג ועל יעבור.
נומער צוויי, איך ווייס נישט וואס צו זאגן פאר מיין ווייב. ביי איר איז אינטערנעט נישט קיין שום פראבלעם בעולם, און איך שעהם מיר צו זאגן אז מיין טאטע צווינגט מיר אויפצוגעבן מיין פאון. זי וועט אים אנקוקן ווי א פארנאטישער און משוגע'נער. בכלל וויל זי איך זאל האבן וואטסעפפ און אנדערע סאציאלע נעטווארקס.
איך האב א קאמפיוטער און אייפעד אינדערהיים (הגם נישט קיין ווייפיי), קומט אויס אז דער עיקר פראבלעם (כמעט) איז וואס איז זאג פאר מיין ווייב.
איך האף איך קום אצינד ארויס קלארער.[/justify]
אויב דאס איז דער מצב דאן איז דער אינטערנעט סומאטוכע בכלל נישט דער פראבלעם, דער אמת'ער פראבלעם איז דאס האבן א טאטע א קאנטראלירער. אבער די גאנצע זאך איז מיר אומפארשטענדליך, אויב דיין טאטע איז פארמעגליך און ער טרעינט דיר אריין אין די ביזנעס, פארוואס דארפסטו אנקומען צו זיינע נדבות און לערנען מיט בחורים צו מאכן אפאר דאלער? איך מיין אז די סמארטפאון מעשה איז בלויז דער שפיץ פון אן אייזבארג. און דער פאקט אז עס גייט דיר אזוי אין לעבן צו באשיצן זיין כבוד פאר דיין ווייב מאכט מיר טראכטן אז ער מאניפולירט פיל מער ווי דו מיינסט.
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 6:21 pm
דורך stuck
[justify]איך וועל נישט אריין גיין פונקטליך אין וואס מיין פאטער טוט פאר פרנסה, אבער ס'איז נישט אז ער האט א קאמפעני צי א געשעפט. נאר למשל ער איז א לייף אינשורענס אגענט און ער לערענט מיר אויס דער פאך. וק"ל.
און יא, מיין טאטע איז א שטארקע קאנטראלירער, ממש געפערליך. אבער זייט איך האב חתונה געהאט זאגט ער מיר גארנישט כמעט, ווייל איך וואוין פשוט נישט ביי אים אינדערהיים. אבער די אינטערנעט פרשה וועט ער נישט פארשווייגן, און אויב איך זאג אים ער זאל מיר נישט הייסן וואס צו טון, איז דא שטארקע מעגליכקייטן אז ער וועט מיר זאגן איך זאל אים נישט בעטן קיין פינאנציעלע עצות און הילף (נישט דווקא די פאר דאללאר, נאר די תכסיסי הביזנעס). איך מיין איך בין זייער קלאר.[/justify]
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 7:29 pm
דורך יאיר
איעצך נא, לייג אוועק דעם סמארטפאון און ווארט צו ביז ער לערנט דיר אויס די תכסיסי הביזנעס, ווי ער איז מחוייב מדינא דגמרא, און דערנאך קענסטו טון וואס דו ווילסט. קענסט אים זאגן גאנץ קלאר אז דו ביסט נישט משועבד צו אים. נישט קיין חילוק וויפיל געלט ער גיבט דיר און וויפיל עצות ער לערנט דיר אויס האט ער נישט קיין רעכט דיר איינצוטיילן ווי אזוי צו פירן דיין לעבן. מאך נאר זיכער טאקע צו ווערן פינאנציעל אינדעפענדענט וואס שנעלער, ער זאל דיר נישט האבן מיט וואס צו סטראשען. אבער, און דא קומט א גרויסער אבער, דו דארפסט וויסן אז דו וועסט צאלן א פרייז דערויף, דאס איז דער פרייז פון מחלוקת, און נישט אייביג לוינט זיך עס. אויב דיי איינציגסטע זאך ווי עס איז נוגע איז טאקע די סמארטפאון, וואלט איך געזאגט אז עס לוינט זיך נישט צו מאכן א מחלוקת צוליב דעם אליין, נאר ענדערש טרעפן א גוטע וועג ווי אזוי עס צו באהאלטן פון אים.
מיט דיין ווייב קענסטו רואיג זיין אפן און איר ערקלערן די סיטואציע. עס איז נישט דיין אחריות אויב זי קוקט אן דיין טאטן פאר א טאטאלער משוגע'נעם אדער זי שעצט אים ביז'ן הימל. אויב האט זי דיר ליב איז דאס נישט מעלה ומוריד.
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 8:06 pm
דורך stuck
[justify]א דאנק פאר אייך הרב יאיר. איך וועל אי"ה טון ווי איר שלאגט פאר ואקוה שהכל יסתדר עצהיו"ט. א דאנק אייך אלע חברי השטיבל פאר'ן ענטפערן און ארויסהעלפן. (איך טראכט צו מיר צי קאווע שטיבל איז נישט א פליגל פון חברים. א איד דארף הילף און אונטער 24 שעה איז ער א געהאלפענער. מי כעמך ישראל).[/justify]
נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 11:08 am
דורך stuck
[justify]שלום.
איך פיהל א פליכט צו קומען באריכטן און אפדעיטן דעם חשוב'ן עולם וואס איז למעשה געבליבן מיט מיין פרשה, וואס האט אזוי אויפגערידערט קאווע שטיבל בשעתו.
כמעט א יאר איז פאראיבער פון ווען כ'בין לעצט דא געווען און געבעטן הילף וויאזוי צו האנדלן מיט מיין פרשה, און סאיז נישט מער ווי יושר איך זאל צוריקקומען זאגן יישר כח און ארויסווייזן הכרת הטוב פאר די טייערע אידן דא. למעשה, האבן זאכן זיך מסדר געווען בעסער ווי געראכטן. מיין טאטע האט מיט די צייט (שנעלער ווי געראכטן) שלום געמאכט מיט'ן מצב, און באגניגט זיך מיט'ן פרעגן יעדן דריטען טאג צי מיין פילטער איז גענוג גוט.
נאך מער! ער אליין האט באקומען א סמארט-פאון, א זאך וואס איך האב אין מיין ווילסטען חלום נישט געטראכט וועט אמאל פאסירן.
מאראל אוף דע סטארי? טוט וואס איר האלט איז ריכטיג, לאזט אייך נישט פון קיינעם. פרובירט צו גיין צווישן די טראפן און זאכן וועלן אטאמאטיש פאלן אין פלאץ. ס'איז נאר א פראגע פון צייט.[/justify]
נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 4:04 pm
דורך בעל מדות
מאדנע...דער אשכול איז מיר ארויפגעקימען און איך האב נישט אינאכט גענימען אז די טעמע איז שוין געלעזט אפשרייבנדיג א עצה פארן בעל המעשה... יעצט ליינענדיג אז דער פראבלעם איז שוין נישט מער א פראבלעם, קען איך זיך נאכאלץ נישט איינהאלטן פון גארנישט טוהן מיט
מיין עפיניען, מען מוז עס נישט לייענען אבער אין מיסט וויל איך עס נישט לייגן...
די זאך דארף צוטיילט ווערן אין צוויי.
האסט דא דיין פאטער, און האסט דא אינטערנעט.
דיין פאטער האט דיך געבוירן, ערצויגן, געווינדלט, און ליב געהאט,
ער וויל דיין הצלחה און ער גארט אויף א געוויסע זאך וואס גייט אים אין לעבן און דאס וועט אים מאכן גליקלעך און ברענגען א גרינגערע שלאף.
אינטערנעט איז לויט אלעמען א פינסטערע עדיקשן וועלכע האט א מאכטפולע ציציאונגס קראפט און יעדער מיט אינטערנעט וועט א שאקל טון מיטן קאפ פאר דעם סטעיטמענט, אפילו ביי די נישט אידישע וועלט ווערט אינטערנעט אנגעקוקט אלץ א זאך וועלכע נעמט אוועק פרידן און שלום בית, ברענגט פראבלעמען, און הארגעט גייסטער.
כל שכן ביי די היימישע ציבור ווי פרייע אינטערנעט איז א אפגעפרעגטע זאך און עס ברענגט ממש א שרעק פאר א טאטע מאמע ווען זיי נעמען אין אכט אז זייער זוהן האט אפענע אינטערנעט.
יעצט באשלוס ווער עס דיר מער חשובער און וויכטיגער און טראכט דערפון אז ווען דיין טאטע גייט הערן אז האסט עס אים געטוען וועט ער פילן א ווארעמקייט אין הארץ.
זיי אים מסביר אז אפילו די האסט טראסט אויף זיך אליין און אפילו די האלטסט אז אינטערנעט קען דינען פאר גוטע צוועקן דאך טוסטו דעם אקט נאר לכבודו און ווייל די האסט אים ליב.
פאר דיין ווייב זיי מסביר אז די שפורסט ווי די אינטערנעט שלעפט דיך אראפ און וועסט זיך נישט קענען געהעריג אפגעבן מיט איהר און דיינע קינדער מיט אינטערנעט וועלכע פארמאגט א דראנג יעדע מינוט אין טאג.
איך האב דאך יא אינטערנעט איך ווייס ווי שווער עס איז צו אויפגעבן, אבער דאך זעה צו טוהן א דראסטישע שריט און צום סוף וועט עס ברענגען הנאה פאר דיר אליין.
וועסט שפורן רוהיגער און באפרייט פון די קליינע כלי מיט אייזן שטארקע קייטן.
אנדערע לעזונגען קענען זיין א שטארקע פילטער וואס לאזט זיך באנוצן מיט וואצעפ און נאך זאכן וואס די גלייכסט און פאר די פלעי סטאר עפפ וכדו' לייג א פעסווארד און געב עס פאר דיין אלטן פאטער ער וועט זיך פרייען מיטן קאוד און דיך שטארק שעצן.