בלאט 2 פון 6
נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 9:39 pm
דורך מנשה לוסטיג
מאלי פיקון, איז די שדכנ'טע, און ס'איז אינטערעסאנט ווי גוט זי טוט אויסשפילן אלץ אין יעדע מאווי ווי זי שפילט, איר ראלע דאס בעסטע.
ווי א שטייגער יידל מיטן פידל
נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 10:36 pm
דורך געפילטע פיש
ידען האט געשריבן:מעג מען זינגען מיט א פרוי?
אויב מ'האט מתיר געווען אינטערנעט, וואס איז ביהרג ואל יעבור, לצורך פרנסה, מיינסטו נישט אז די זעלבע וועט זיין לגבי זינגן מיט א פרוי, בצירוף מיט תרי קלא לא משתמעי, קומט אויס מדין ערבות, כדי די אידן אינעם אודיענס זאלן נישט הערן קיין קול אשה, איז ער מחוייב צו זינגן.
ידען האט געשריבן:מעג א חסידישע זינגער זינגען מיט א פרוי?
נישט געוויסט אז חסידים אדער זינגערס האבן אנדערע הלכות.
נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 10:39 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 10:46 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 11:56 pm
דורך איחוד פעלד
ער האט זיכער געהאט אוירען שטאפערס נישט צו הערען די קול אשה פין דער פרוי וואס זינגט.
אבער אי קשיא הא קשיא, ווי וואגט ער זיך צו פרעגען א פרעמדע פרוי צו זי האט אים ליב?
און זי ענטפערט אים נאך אז זי וואשט זיינע וועש און קאכט און באקט פאר אים, הייסט עס ער האט זיך פארליבט אין זיין משרת?
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:02 am
דורך מאטי
און ווי אזוי קען דער גלח אויף סליחות נאכט אין קיעוו זאגן "מיר קריסטן האבן דעם אמת'ן גלויבן, די זשידעס האבן א פאלשן גלויבן ".
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:21 am
דורך מצטמק ויפה
עס איז א חרפה און א בושה וואו א היימישע אינגערמאן קען זיך אויפשטעלן ברבים, און טרעטן אויף א אפענע הלכה פסוקה אין רמב"ם, און אין שו"ע.
עס שרייט זיך דעם; אוי לדור שכך עלתה בימיו.
נב. חוץ אם היתה פנויה .
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:25 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:25 am
דורך רויטע וואנצעס
די קליפ ביטע?
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:25 am
דורך ארבעס
מצטמק ויפה האט געשריבן:עס איז א חרפה און א בושה וואו א היימישע אינגערמאן קען זיך אויפשטעלן ברבים, און טרעטן אויף א אפענע הלכה פסוקה אין רמב"ם, און אין שו"ע.
עס שרייט זיך דעם; אוי לדור שכך עלתה בימיו.
נב. חוץ אם היתה פנויה .
אהא
אין קראקא איז בעסער געוועהן?
אין בודאפעסט איז בעסער געוועהן?
שאל זקניך ויאמרו לך
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:26 am
דורך מצטמק ויפה
חרם דרבינו גרשום?!
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:29 am
דורך איחוד פעלד
ליפא איז נישט "היימיש" זייט די רבנים האבען אים ג'אסר'ט.
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:31 am
דורך berlbalaguleh
מצטמק ויפה האט געשריבן:חרם דרבינו גרשום?!
יא! ביסט עפשער אן אינגערישער? וועסטו עס כאפן אין צוויי וואכן ארום!

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:34 am
דורך איחוד פעלד
היינט זענען פנויות נדות, איז עס ממילא אסור.
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:41 am
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:היינט זענען פנויות נדות, איז עס ממילא אסור.
לאז עס צו ראביי אבי ווייס שליט"א פון ריווערדעיל. ער'ט שוין טרעפן עפעס א היתר!

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 2:39 am
דורך רויטע וואנצעס
קרעדיט: [tag]גנדי[/tag]
ליפא זינגט מיט פרוי
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=paOiP_lh0Es[/youtube]
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 6:34 am
דורך יואליש
פשט פון דעם זמר איז, נאכדעם וואס טוביה ברעכט די נייעס פאר זיין פרוי גאלדא אז זייער צווייטע טאכטער האט "באשלאסן" חתונה צו האבן מיטן רעועלוציענער און לערער פערטשיק, און זיי חוזק'ן אפ פון די נייער אינגע דורות וועלכע האב באשאפן א נייע באגריף, "ליבע," קלערן זיי צווישן זיך, וואס טוט זיך מיט אונז, מיר, עלטערן וועלכע רעדן נישט שטענדיג פון ליבע, האבן זיך עפעס ווייניגער ליעב פון זיי די אינגע דורות וועלכע רעדן כסדר דערפון? אבער גאלדע איז איבעראשט איבער דאס עצם פראגע, קיינמאל בעפאר אויפגעברענגט אויף די ליפן, "דא יוא לאוו מי?"
דאס איז נוגע נאך היינט ווי אמאל. כשהאומות העולם מונין את חרידים איבער זייער באשיידענע לעבן אפגעטיילט פון די סעקולערע שטייגער, און פון די שידוך סיסטעם ווי מ'טרעפט זיך צום ערשט ביי די חתונה, קען זיך דאכטן אז ביי אונז וואקסט נישט ארויס ליעבע כשאיש ואשה זכו. דער אמת איז אונז און אונזער עלטערן האבן פונקט אזוי די מעגליכקייט זיך ליעב צו האבן, נאר ס'ווערט אויסגעדריקט אויף אנדערע אופנים. נישט ווער ס'איז שגור בפיו "איי לאו יוא" האט באמת ליבע.
נאדיר די ווערטער:
(Tevye)
"Golde, I have decided to give Perchik permission to become engaged to our daughter, Hodel."
(Golde)
"What??? He's poor! He has nothing, absolutely nothing!"
(Tevye)
"He's a good man, Golde.
I like him. And what's more important, Hodel likes him. Hodel loves him.
So what can we do?
It's a new world... A new world. Love. Golde..."
Do you love me?
(Golde)
Do I what?
(Tevye)
Do you love me?
(Golde)
Do I love you?
With our daughters getting married
And this trouble in the town
You're upset, you're worn out
Go inside, go lie down!
Maybe it's indigestion
(Tevye)
"Golde I'm asking you a question..."
Do you love me?
(Golde)
You're a fool
(Tevye)
"I know..."
But do you love me?
(Golde)
Do I love you?
For twenty-five years I've washed your clothes
Cooked your meals, cleaned your house
Given you children, milked the cow
After twenty-five years, why talk about love right now?
(Tevye)
Golde, The first time I met you
Was on our wedding day
I was scared
(Golde)
I was shy
(Tevye)
I was nervous
(Golde)
So was I
(Tevye)
But my father and my mother
Said we'd learn to love each other
And now I'm asking, Golde
Do you love me?
(Golde)
I'm your wife
(Tevye)
"I know..."
But do you love me?
(Golde)
Do I love him?
For twenty-five years I've lived with him
Fought him, starved with him
Twenty-five years my bed is his
If that's not love, what is?
(Tevye)
Then you love me?
(Golde)
I suppose I do
(Tevye)
And I suppose I love you too
(Both)
It doesn't change a thing
But even so
After twenty-five years
It's nice to know
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 9:48 am
דורך פליקער
איך זעי נישט די פראבלעים מיט ליפא, ער האט דאך אן זיינע אריגינעילע שטיוול, עס איז זיכער נחע סרוח
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 10:04 am
דורך געפילטע פיש
מצטמק ויפה האט געשריבן:חרם דרבינו גרשום?!
חדר"ג קאי רק על חיתון, ולא על ביאת פנויה.
איחוד פעלד האט געשריבן:היינט זענען פנויות נדות, איז עס ממילא אסור.
אסור וואס? צו זינגען מיט זיי? ביי אסור לאדם שיקדש וכו' שטייט נישט ובלבד שתהא טהורה.
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:21 pm
דורך סמבטיון
די בעסטע איז די ארגינאלע פילם 'טעוויע די מיליכיגער' וואס איז אין יודיש, טייכן טרערן זענען געפלאסן פין מיינע אויגן, ווי דע מאמע זינגט דעם גאט פין אברהם, אוי סעלעכערט דאס הארץ...
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:49 pm
דורך מרדכי
סמבטיון האט געשריבן:די בעסטע איז די ארגינאלע פילם 'טעוויע די מיליכיגער' וואס איז אין יודיש, טייכן טרערן זענען געפלאסן פין מיינע אויגן, ווי דע מאמע זינגט דעם גאט פין אברהם, אוי סעלעכערט דאס הארץ...
ווי קען מען עס זעהן?
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 8:50 pm
דורך רויטע וואנצעס
מרדכי האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:די בעסטע איז די ארגינאלע פילם 'טעוויע די מיליכיגער' וואס איז אין יודיש, טייכן טרערן זענען געפלאסן פין מיינע אויגן, ווי דע מאמע זינגט דעם גאט פין אברהם, אוי סעלעכערט דאס הארץ...
ווי קען מען עס זעהן?
[tag]מרדכי[/tag]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=mNLKmVSC-m4[/youtube]
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 10:25 pm
דורך ידען
האלאקאסט וועגען ליפא?
