בלאט 2 פון 4

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 2:51 pm
דורך גאלד
דאס אמאל זיכער אז די מדינה האט קעפיטילייזד פון די בלוט פון מיינע זיידעס און באבעס הי"ד,
ווען נישט די האלאקאסט וואלט זייער מעגליך קיין מדינה נישט געווען,
די מייסדי המדינה האבן מאחורי הפרגוד זיך געריבן די בייכער פון די צרות אייראפע, מ'האט געקענט זיין די גלאנץ אין זייערע אויגן,
פארדעם אליין קען איך זיי נישט סובל זיין, ווי זיי רייטן נאך עד היום אויף מיינע זיידעס בלוט,
איך רעד נישט דוקא פון א פרומען שטאנדפונקט,
בנוסף צו דעם פאקט טאקע וואס זיי ניצן עס צו טרייבן זייער פארשימעלטע באוועגונג פון עקירת הדת,
איך האב גארנישט מיט זייער יום השואה,
מיין יום השואה איז גראדע אויך בימי הספירה און דאס איז ה' אייר,
איך בין ענטייטלד צו האלטן מיין יום השואה ווען מיר שמעקט,
איך בין פונקט אזא אפטרופס אויף די קדושי אייראפע ווי הערצל וחבריו

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 2:54 pm
דורך שרייבער
איש עברי האט געשריבן:שרייבער איך זעה אז דו ביזט אין די עניינים, דו קענסט היסטאריע, אפשר זאגסטו וועלכע רשע האט דאס געזאגט?

אויב איך האב נישט קיין טעות האט ער געהייסן גרינבוים אויפן לעצטן נאמען, איך געדענק נישט מאמענטאל די ערשטע

דו ביסט טאקע דום אדער דו מאכסט דיך, די זאכן זענען באשריבן, סיי אין מן המיצר, און דאכט זיך ר' סענדר דייטש האט אויך באשריבן דערפון אין זיינע ביכער פון די מלחמה דאכט זיך "חורבן אונגארן" הייסט עס

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 3:04 pm
דורך פלעין יודיש
שרייבער האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:שרייבער איך זעה אז דו ביזט אין די עניינים, דו קענסט היסטאריע, אפשר זאגסטו וועלכע רשע האט דאס געזאגט?



דו ביסט טאקע דום אדער דו מאכסט דיך, די זאכן זענען באשריבן, סיי אין מן המיצר, און דאכט זיך ר' סענדר דייטש האט אויך באשריבן דערפון אין זיינע ביכער פון די מלחמה דאכט זיך "חורבן אונגארן" הייסט עס

און ווי קען מען פאגעסן פון הערשל פריעדמאן (די באקאנטע 3 9 פון די מעין מעניו) וואס באשרייבט עס באריכות און מאפילה לאור גדול (חלק א')

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 3:06 pm
דורך פלעין יודיש
אגב דער גרינבוים האט שפעטער געהאט פרומע אייניקלעך
איינער פון זיי האט געלערנט אין ישיבת סלובדקא וואס האט אפילו נישט געוויסט וואספארא יחסן ער איז...

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 3:19 pm
דורך יתרו
שרייבער האט געשריבן:יא און נאכאמאל יא, זיי האבן בידים גורם געווען די מלחמה מיטן פראוואקירן דעם רשע, און זיי האבן בידים אפגעהאלטן די הצלה פון הונדערטער טויזענטער אידן ובתוכם אויך דיינע זיידעס הי"ד

כדענק נישט וואו אבער כהאב ערגעץ געלעזט אז ווען היטלער האט אמאל געזעהן א איד מיט בארד און פאות אין דייטשלאנד, שוין נאכן זיין אין אמט, האט ער זיך געווארפען אויף דער ערד ווי א וואנזינגער און געשוואוירען ביי אלעס הייליג אז ער וועט פארניכטן דאס פארפלוכטע פאלק, ויבא המלנקקים וילנקו. עכ"פ לפי זה נמצינו למידין וכו'
רבותי אראפ מיט די בערד און פאות!

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 3:23 pm
דורך איש עברי
שרייבער דוכט זיך אהער און אהין
סך הכל קיינער האט נישט געטוהן גענוג ביים קריג, עס זענען געווען חרדישע עסקנים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען, און אזוי אויך ציוניסטישע עסקנים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען, ווייסמאנדל איז נישט קיין היסטארישע מקור און אוודאי נישט סענדר דייטש.
דער גרינבערג וואס האט אנגעבליך געזאגט דאס איז יצחק גרינבערג, איינער פון די גרעסטע עסקנים למען הקמת המדינה, וואס האט געהאט גאר א פרעכע און שארפע שפראך, אבער ער האט עס געמיינט נאר צו דראמאטיזירן די וויכטיגקייט פון א אייגן לאנד ווי אידן וועלו ענדגילטיג באפרייט ווערן פון שמדות והריגות, פארשטייט זיך אז דעמאלטס האט מען נאכנישט תופס געווען די שרעקליכקייט פון די חורבן, מען דארף עס נעמען אין קאנטעסט אזוי ווי למשל סאטמאר רב'ס צוגלייכן עברית צו זיך ביקן 7 מאל צום ציילעם, אזא צולאזעניש.
דער גרינבערג אליין האט אסאך געטוהן פאר די פוילישע אידן און איז געשטאנען אין שפיץ פון די ועד הצלה פון די סוכנות, און לאמיר נישט פארגעסן אז די ציונים האבן אונז גורם געווען דעם יום טוב כ"א כסליו.

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 3:32 pm
דורך יתרו
ממי_שאמרו האט געשריבן:איש עברי, זיי האבן געשטערט די פעולות סיי מבית און סיי מבחוץ. יואל בראנד למשל.

מ'ברויך ווען עפענן א באזונדערע אשכול איבער דעם, אבער אין קורצן וועל איך מעורר זיין אז אל אף וואס יעדער בחור'ל ווייסט צו זאגן איבער קאסטנער, יואל בראנד, און וואספארא רשעים די ציונים זענען געווען פארן נישט געבן געלט פאר ר' מיכאל בער, איז די זאך ווייט נישט אזוי פשוט. ווי די חוקרי העתים והזמנים געבן איבער האט יעדער דוללער אויסגעפעלט דארט פאר זייער שוץ און הגנה אנטקעגן די אראבער און בריטער, זיי האבן פיין געוויסט אז יעדער ליאדע מינוט קענען זיך די ענגלישער אפטראגן פון דארט און זיי וועלן זיך דארפן ספראווען מיט ארבער צמאי דם ווי דער פאקט האט שפעטער איבערגעוויזן און אדאנק זייער אנברייטן זיך זענען זיי געווען וועל פריפערד.
קינדערלך זייטס נישט משוגע, נישט יעדער פירער פון די ציונים בימים ההם איז געווען א קאלאבראטער מיט די דייטשן. די קשיא איז אסאך שטארקער אויף די אמעריקאנער אידענטום.

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 3:43 pm
דורך עפל סיידער
[justify]אזוי ווי פילע פרעגן אהן, ווי עס האט זיך אנגעהויבען די שידוך פון די ציוניסטישע פירערשאפט מיט די דייטשע רעזשים, וויאזוי זיי האבען גורם געווען און אנגעדרייט די נאצישע טיגער צו אויסשעכטן מיט זיינע רוצחישע נעגל טויזענטער אידישע קינדער הי''ד,
וועלן מיר אנהייבען קודם מיט עטליכע קורצע שאלות און הערות איבער די נושא, און דערנאך צוקומען צו די ענדגיליטיגע טרויעריגע פאקטען וואס האט זיך ליידער אפגעשפילט וויאזוי אנשים מזרע ישראל האבען געהאט א יד און א דירעקטער חלק אינעם מאסען מארד אויפען אידישען פאלק, ווען דער כלל ישראל איז שרעקליך פאר'יתומ'ט געווארען פארלירענדיג אירע שטארקסטע כוחות , און תורה ריזען,


(א) צום אלעם ערשט ברויך מען פארשטיין א פלא'דיגע זאך, ווער אין די וועלט האט פאר'ן מטורף וצורר היהודים היטלער ימ''ש אריינגעזעצט אין קאפ דאס אז די אידישע ראסע איז דער וואס דיקטירט אין פירט די וועלט?
ווי באקאנט האט דער מטורף ורוצח געהאט פאר זיך א וויזיע אז דאס דייטשע ראסע זאל דאמינירען און פירען די וועלט און דערפאר האט ער ערקלערט א וועלט קריג צו שולט זיין מיט די ריינע ראסע איבער די וועלט, נו? שטעלט זיך די פראגע ווי אין דער וועלט איז דא אריינגעקומען די רציחה'שע פלאן פון ליקווידירען דער וועלט'ס אידנטום, צו וואס זאל דעם דייטשער רשע זיין נוטיג ווען ער ברויך איינעמען אלע אומות זיכער מאכען אז עס בלייבט נישט קיין זכר פינעם אידישען פאלק, אויף א פארנעם וואס האט נישט איר גלייכען אינעם היסטאריע?

המשך יבוא...[/justify]

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 3:46 pm
דורך איש עברי
איין טאג אינמיטן די נאכט זענען געקומען ציונים און אריינגערוימט פאר היטלער אין די אויער ער זאל אויסהרגנ'ען אלע אידן און צוגעזאגט עשרת אלפים ככר כסף און די רעשט איז היסטארי

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 3:52 pm
דורך עפל סיידער
איש עברי האט געשריבן:איין טאג אינמיטן די נאכט זענען געקומען ציונים און אריינגערוימט פאר היטלער אין די אויער ער זאל אויסהרגנ'ען אלע אידן און צוגעזאגט עשרת אלפים ככר כסף
קענסט ליצנות מאכען און קאפענען, היסטאריע קען מען נישט פארדרייען

און די רעשט איז היסטארי

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:01 pm
דורך שרייבער
יתרו האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:יא און נאכאמאל יא, זיי האבן בידים גורם געווען די מלחמה מיטן פראוואקירן דעם רשע, און זיי האבן בידים אפגעהאלטן די הצלה פון הונדערטער טויזענטער אידן ובתוכם אויך דיינע זיידעס הי"ד

כדענק נישט וואו אבער כהאב ערגעץ געלעזט אז ווען היטלער האט אמאל געזעהן א איד מיט בארד און פאות אין דייטשלאנד, שוין נאכן זיין אין אמט, האט ער זיך געווארפען אויף דער ערד ווי א וואנזינגער און געשוואוירען ביי אלעס הייליג אז ער וועט פארניכטן דאס פארפלוכטע פאלק, ויבא המלנקקים וילנקו. עכ"פ לפי זה נמצינו למידין וכו'
רבותי אראפ מיט די בערד און פאות!

איך האב אויך געלעזט דיזע מעשה, נאר א טראפ אנדערש, דער רשע האט געהאט אזא ביהעווער ווען די ציונים האבן אויסגערופן א באקיאט קעגן דייטשלאנד

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:02 pm
דורך שרייבער
איש עברי האט געשריבן:שרייבער דוכט זיך אהער און אהין
סך הכל קיינער האט נישט געטוהן גענוג ביים קריג, עס זענען געווען חרדישע עסקנים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען, און אזוי אויך ציוניסטישע עסקנים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען, ווייסמאנדל איז נישט קיין היסטארישע מקור און אוודאי נישט סענדר דייטש.
דער גרינבערג וואס האט אנגעבליך געזאגט דאס איז יצחק גרינבערג, איינער פון די גרעסטע עסקנים למען הקמת המדינה, וואס האט געהאט גאר א פרעכע און שארפע שפראך, אבער ער האט עס געמיינט נאר צו דראמאטיזירן די וויכטיגקייט פון א אייגן לאנד ווי אידן וועלו ענדגילטיג באפרייט ווערן פון שמדות והריגות, פארשטייט זיך אז דעמאלטס האט מען נאכנישט תופס געווען די שרעקליכקייט פון די חורבן, מען דארף עס נעמען אין קאנטעסט אזוי ווי למשל סאטמאר רב'ס צוגלייכן עברית צו זיך ביקן 7 מאל צום ציילעם, אזא צולאזעניש.
דער גרינבערג אליין האט אסאך געטוהן פאר די פוילישע אידן און איז געשטאנען אין שפיץ פון די ועד הצלה פון די סוכנות, און לאמיר נישט פארגעסן אז די ציונים האבן אונז גורם געווען דעם יום טוב כ"א כסליו.

אפשר ווייזטו מיר נאך א לאנד ווי אזויפיל אידן האבן פארלוירן זייערע לעבנס אין די לעצטע פופציג יאר פון הריגות

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:53 pm
דורך קאווע טרינקער
[tag]שרייבער[/tag] דו דערמאנסט מיך פון די פייערלעשער משל...
איר שטייט אויף א זייט, איר העלפט נישט די מדינה בגוף ובממון, ניטאמאל בתפילה, און איר נוצט אירע דורכפעלער אלץ א נעגאטיווע באווייז!
קום קרא! לייג צו א האנט! און זייט נהנה פון די די גרעסטע מתנה וואס גאט האט אלץ געגעבן פאר זיין פאלק זינט חורבן שני בתי מקדשות.

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 5:11 pm
דורך פלעין יודיש
[tag]קאווע טרינקער[/tag] דו דערמאנסט מיך פון די פייערלעשער משל
ווען קיינער זעט נישט האט ער אנגעצונדען דעם הערליכען פאלאץ, און לויפט ארויס שרייען ס'ברענט און לויפט מיט יעדעם איינעם גיסען עמערס וואסער אויסצילעשען דעם גרויסן שריפה, און פארלאנגט נאך מ'זאל אים באצאלן
(בשם אמרו. על הגאולה ועל התמורה)

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 7:40 am
דורך עפל סיידער
[justify]
יתרו האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:איש עברי, זיי האבן געשטערט די פעולות סיי מבית און סיי מבחוץ. יואל בראנד למשל.

מ'ברויך ווען עפענן א באזונדערע אשכול איבער קאסטנער, יואל בראנד, און וואספארא רשעים די ציונים זענען געווען פארן נישט געבן געלט פאר ר' מיכאל בער,

די זאך איז ווייט נישט אזוי פשוט.

ווי די חוקרי העתים והזמנים געבן איבער האט יעדער דוללער אויסגעפעלט דארט פאר זייער שוץ און הגנה אנטקעגן די אראבער און בריטער, זיי האבן פיין געוויסט אז יעדער ליאדע מינוט קענען זיך די ענגלישער אפטראגן פון דארט און זיי וועלן זיך דארפן ספראווען מיט ארבער צמאי דם ווי דער פאקט האט שפעטער איבערגעוויזן און אדאנק זייער אנברייטן זיך זענען זיי געווען וועל פריפערד.

עס איז אומפארשטענדליך פארוואס די ברויכסט צוקומען צו עפעס ווייסעך וואספארא ''חוקרי העיתים און זמנים'' עס האט נישט מיט קיין
-עתים- און נישט מיט -זמנים- די פירער פון די ציונים האבענדג אין באזיס שווערע מיליאנען האבען זייער ''קלאר געזאגט'' אז מיר ברויכען א זכות תביעה פון די אומות, וואס דאס איז אך ורק מיט לאזען רח''ל אויסבליטיגען אונזערע זיידעס, דערנאך הערשט קומט אריין דיין ווערסיע איבער א געברויך פון געלט צו קעמפן און פארטיידיגען די צוקניפטיגע שטערער פאר א מדינה
אבער דאס אפהאלטען דאס געלט נישט צו ראטעווען, האבען זיי בעצם געדארפט דערמיט צו שאפען די תביעה פון די אומות פאר א אידישע מדינה

.


אין המשך צום פריערדיגער תגובה.....
(ב) נאך א ווינדערליכער מאדנע פאסירונג אנבאלאנגט צו די בעפארברייטונג צום ענדגילטיגער הכרזה פון דער בלוט דארשטיגער צורר היהודים צו פארניכטען ר''ל יעדן שפור פינעם אידישער אפשטאם,
אין יענע יארען ווען דער צר הצורר האט אנגעהויבען ענג מאכען פאר די אידישע איינוואוינער האט א געוויסער פארשוין וואס האט זיך פארופען א אידישער אמעריקאנער פארטרעטער מיטן שם הכינוי ראביי, פארופען מיט גרויס פקחות א ראלי פארענט פינעם דייטשער עמבעסי אין אמעריקא, און אויסגעריפען אין די נאמען פון אידען א מלחמה קעגן דעם נאצישער רשע,
דער געקרוינטער פארטרעטער פון די אידישע פאלק האט גערעדט דברי נביאות אז ער זעהט פאראויס אז דער היטלער וועט נאך איינעמען א מיאוסע מפלה,
דער מעסעדזש פינעם ראלי האט נישט לאנג געדויערט צו דערגרייכען צו די אויערן פינעם צורר היהודים און האט דעמאלטס געלאזט הערן זיין באוויסטער אנטווארט צום אידישען פאלק קאפענדיג מיט זיינע הענט און פיס כדרכו ''איך וועל זיי נאך ענטפערן'' ''איך וועל זיי נאך ענטפערן''
און עס פעלט נישט אויס ליידער צופיל הסבר וואס און וויאזוי זיין ענטפער האט אויסגעקוקט,
די ווינדער איז נאר וואס און ווי איז דער אידישער א.ג. פארטרעטער אזוי משוגע געווארען און פארופען אזא ראלי וואס זאל אזוי ביטער אפעקטן אויף זיינע אייגענע ברודער?
האט דער גערופענער ווארטזאגער פינעם אידישער פאלק טאקע נישט געהאט קיין בעסערע סארט השתדלות לטובת די אייראפעאישער אידנטום, נאר מיטן ארגענאזירען העצערישע צוזאמקומען מיט רעדעס ביים קאנסולאט פון דייטשלאנד?[/justify]

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 8:16 am
דורך Big Boy
The New York Public Library in Manhattan on 5th Avenue and 42nd St. now has an exhibit that shows items from the Warsaw Ghetto until May 7

. http://www.nypl.org/press/press-release ... brance-day

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 10:11 am
דורך מאטי
איז דא א מקור אז מ'מוז גלייבן באמונה שלימה אז יעדן בילבול וואס מ'האט ארויפגעווארפן אויף די ציונים איז אמת ויציב? כ'מיין ס'איז דא גענוג אמת'ע מעשיות קעגן זיי, פאר דער וואס וויל זיי אראפרייסן פארוואס דארף מען צולייגן פאלשע?
מאיר כהנא דער לעצטער מענטש צו זיין נחשד אויף קנאות, האט זיך נישט אפגעהאלטן צו קריטיקירן די לינקע פירער וועגן די שערוריה פון "ילדי תימן,אדער דאס וואס די נייע ספרדישע עולים זענען אריינגעצווינגען געווארן אין פרייע קיבוצים. אבער האט קיינמאל קיינמאל נישט געוואגט ארויפצושמירן חורבן אייראפע אויף די גרינדער פון די מדינה.
גאלד, האלט נישט אויס אז זיי נוצן דעם חורבן צו זייער בענעפיט. מיר באדערט אז דער קלויזענבורגער נוצט דאס צו פארברענן חמץ נאכן זמן שריפה! אדער אז נפתלי משה אינדיג שרייט ווי א מטורף ביי א פובליק פרעסס קאנפערענץ אז די פאוסט איז אזוי ווי דער שטורמער ....
אויף ציונים מעג מען שרייען נאציס צו עדווענסן קנאות, אבער ווען ציונים טון דאס אליינס, גערעכט צו אומגערעכט זענען זיי דל גאה'דיגע רשעים.

#"פון דא און דארט" לאוזינגען ארבייט מער נישט אין די וואטסעפפ עפאכע.

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 9:45 am
דורך קאך_לעפל
עס איז אפשר זייער א ווייטאגליכע פאקט צו שרייבען איבער דעם דאזיגען נושא, אבער דער אמת מוז געזאגט ווערן.

דער ערשטער ואס האט געשריגען אז די ציונים זענען געווען די וואס האבן צוגעברענגט דעם טראגישען אומגליק אויף די אייראפישע אידענטום, באקאנט מיטן נאמען דער שואה, איז געווען הגה''צ ר' מיכאל בער זי''ע, ער האט דאס מפרסם געווען אין דער פארעם פון א אפענע בריוו ואס ער האט אפגעשריבן שנת תש''ח הארט פאר דעם אויפקום פון די מדינה, דער קעפל פונעם בריוו איז געווען "מי נתן למשיסה יעקב" וואס דארט באשולדיגט ער די ציונים מיט קלארע פאקטען אז זיי האבן צוגעברענגט דעם חורבן אייראפע.

דערנאך ביי דעם קאסטנער פראצעס אין ארץ ישראל, האט דער אדוואקאט שמואל תמיר אויפגעוויזען שווארץ אויף ווייס פארן שופט הלוי, אז די ציוניסטישע שישקעס האבן נישט בלויז געשטערט די הצלה פון שווערע טויזענטער אידן, נאר זיי האבן בידים קאלאבארירט מיט די דייטשע מערדער, און צוגעהאלפן מיט די פארניכטונג פון די מיליאנען קדושים, און דער ציוניסטישע שופט האט דאן ארויסגעגעבן זיין פסק אז קאסטנער האט פארקויפט זיין נשמה צום שטן, קורץ דערויף האבן די ציוניסטישע כוליגאנעס אפגערוימט קאסטנער'ן פון וועג, צוליב דעם פחד אז ער וועט רעדן וואס מען טאר נישט!

דערנאך ביי די נשא תורות וואס איז געזאגט געווארן דורך רבינו הקדוש מסאטמאר זי''ע, האט דער רבי זי''ע אויך קלאר באשטעטיגט אז די ציונים ימ''ש האבן געברענגט דעם שואה.

ביי די משפט פונעם צר הצורר אדאלף אייכמאן ימ''ש איז ווייטער אויפגעוויזען געווארן אז דער פירער אדאלף היטלער ימ''ש האט באשלאסן אדורכצופירן דעם ענדגילטיגען לעזונג נאר צוליב דעם וואס דער רשע חיים ווייצמאן ימ''ש, האט ערקלערט זיין נארישן באיקאט קעגן דייטשלאנד!

היינט ווען אלע דאקומענטן פון יענע טרויעריגע תקופה זענען פארעפנטליכט געווארן פאר די ברייטע מאסען, שטעלט זיך קלאר ארויס אז די רשעים חיים ווייצמאן, יצחק גרינבוים דער פארזיצער פונעם סוכנות היהדות, נתן שוואלב, סאלי מייער, ד''ר סטיוון ווייס, און נאך, האבן בפועל צוגעברענגט דעם גרעסטן אומגליק אויפן יודישען פאלק זינט חורבן בית מקדשינו, ווער עס וויל נאר וויסן דעם אמת ווייסט דאס, די אלע וואס לייקענען דאס זענען נאר די דאזיגע וואס זענען נהנה פונעם ציוניסטישען שיסעל, און פרעסן פון די מדינה קאסע, וואס ווילן דערשטיקן זייערע געפילן און בושה, וואו אזוי זיי שעמען זיך נישט צו זיין פאניע בראט מיט די מערדער פון זייערע עלטערן!

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 10:01 am
דורך לית דין בר נש
אליבא דאמת האט געשריבן:הייסט די ציונים זענען שילדיג ווייל זיי האבן מיטגעארבייט מיט די דייטשן, און אויך ווייל זיי האבן געמאכט א באיקאט קעגן די דייטשן. מעיק אפ יור מיינד.

יא וואס שטימט נישט??? זיי האבן געטוהן צוויי זאכן אונטער גערייצט און נאכדעם מוסיף גיוועהן חטא על פשע!!!

נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 11:08 am
דורך שרייבער
מאטי האט געשריבן:איז דא א מקור אז מ'מוז גלייבן באמונה שלימה אז יעדן בילבול וואס מ'האט ארויפגעווארפן אויף די ציונים איז אמת ויציב? כ'מיין ס'איז דא גענוג אמת'ע מעשיות קעגן זיי, פאר דער וואס וויל זיי אראפרייסן פארוואס דארף מען צולייגן פאלשע?
מאיר כהנא דער לעצטער מענטש צו זיין נחשד אויף קנאות, האט זיך נישט אפגעהאלטן צו קריטיקירן די לינקע פירער וועגן די שערוריה פון "ילדי תימן,אדער דאס וואס די נייע ספרדישע עולים זענען אריינגעצווינגען געווארן אין פרייע קיבוצים. אבער האט קיינמאל קיינמאל נישט געוואגט ארויפצושמירן חורבן אייראפע אויף די גרינדער פון די מדינה.


איך האב לעצטענס געהערט א גוט ווארט, וואס איך מיין ס'איז גילטיג דא אויך
פארוואס זעט מען כסדר אז מען פרובירן צו לייקענען היסטאריע, דער פרובירט צו לייקענען יציאת מצרים, אנדערע פרובירן צו לייקענען די האלקאוסט וכו' וכו'
ווידער למשל אלכסנדר מוקדון, טרעפט מען נישט אז איינער זאל לייקענען אז ער האט עקזעסטירט, מען רעדט פון אים אויך אין די גויאישע היסטאריע ביכער
וואס איז די חילוק?
די חילוק איז, יציאת מצרים איז דיך מחייב אמונה אין בוכ"ע, האלאקאוסט (פארן גוי) איז דיר מחייב גילט פילינגס, ווי אזוי האט די וועלט געקענט זיין שטיל, ממילא פרובירט מען צו לייקענען
ווידער אלכסנדר מוקדון'ס עקזיסטענץ איז גארנישט מחייב, ממילא פארוואס לייקענען

לענינינו, מאיר כהנא האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו קריטיקירן די לינקע וועגן די עולים, ווייל דאס האט נישט אפגעפרעגט די עקזיסטענץ פון זיין פארטיי, אין אנדערע ווערטער ס'האט אים גארנישט מחייב געווען, ס'איז געווען ביי אים פונקט ווי די דעמאקראטישע פארטיי קריטיקירט די רעפאבליקאנע פארטיי, א מדינה ווי אלע מדינות
אויב אבער זאל ער ארויפברענגן אויף די ליפן די חלק וואס די ציונים האבן אינעם חורבן, איז אים דאס אסאך מחייב, די גאנצע יסוד און טענה וואס זיי האבן כלפי אוה"ע וועגן האבן א מדינה צופאלט, די שרייסט דו ווילסט האבן א מדינה ווייל מען האט דיך גע'הרג'ט, ווער האט גורם געווען מען זאל דיך הרג'נען? ווער האט נישט געלאזט ראטעווען ווען מען האט געקענט און מען האט געהאט די מעגליכקייט?
נו אוודאי האט ער נישט גערעדט דערפון, דאס איז אים מחייב, און ס'איז אים אינגאנצן נישט בא'טעמ'ט.


אגב [tag]מאטי[/tag], איך בין נייגעריג, דיין אהבת הציונים פון נישט גלייבן יעדן בלבול אויף די ציונים קומט מכח דיין לאנג יעריגע חקרנות אין היסטאריע, אדער ביסטו פשוט א אפרוח, האסט עס קיינמאל נישט געהערט, ממילא ווילסט עס נישט אננעמען

נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 9:10 am
דורך עפל סיידער
[justify]המשך 'מי נתן למשיסה יעקב'
(דריי) המשך פון פריער
ווי באקאנט האט דער סלאוואקישער פירערשאפט אנגעפירט דורך די קאטוילישע גלויביגע, געמאכט א יד אחת מיט די נאצישע פירערשאפט, און אינאיינעם פארגעברייט די פלאן פינעם בעפארברייטען די מאסשטאבליכע רציחות אויסצו רצח'ענען דורך די גאז קאמערן דעם כלל ישראל, די התחלה האט זיך אנגעהויבען מיטן פארשיקען קרוב צו דרייסיג טויזענט אידען פון אינטער פינעף און צוואנציג יאר פון סלאוואקיע,

דאס האט זיך אנגעהויבען אינעם זומער תש''ב ווי עס איז סיסטאמאטיש יעדע וואך דינסטיג און פרייטיג דעפאטירט געווארען קרוב צו דריי טויזענט אידען ביי יעדן באזינדערע טראנספארט, אהן דעם וואס די ציבור זאל בכלל וויסען וואס דאס מיינט די גאנצע דעפארטירונג, און ווי אהין רח''ל מען טראגט די זעקס טויזענט יידען וועכענטליך,

לאור די געפערליכע מסוכנדיגע צושטאנד וואס איז צוביסלעך ארויסגערינען ביי די פירער פון די אידישע קהילות איז דאן פארגעקומען אן אסיפה, מיט אלע קהילה פירער און אנשי המעש, וכידוע האבען דאן די יידענראט שוין געהאט א גרויסע ווארט דארטען אין סלאוואקיי, און ביי די ענדגיליטיגע מסקנא איז די החלטה אנגענימען געווארען גאר מאדנע, אז אנשטאט ארויסגעבן א כרוז פון בקשה מיט הכנעה ונתינת שוחד, צום סלאוואקישער רעגירונג זיך איינבעטן אל נפש הילד צו זיך מרחם זיין אויפען יידישען פאלק

האבען די חברה דארט ארויסגעגעבן א שארפע פעטיטציע מיט וואלגארישע העצע קעגן די פירער אויף זייערע מעשים,
וועמענ'ס קאפ און נארישע החלטה איז דאס געווען??[/justify]

המשך.........
==============

@מאטי איך האב אמאל געהערט א ווערטל,
ווילסטו זיין אן אוהב איזראעל דאן ברויכסטו פארלייקענען אלע שפירען ווער עס זענען די אחראים פון די פארגאסענע אידיש בלוט פון ווי מיר שטאמען, און אויף וועמענ'ס אחריות אינזערע אור עלטערן זענען געבליבען יתומים בלי אב,

ווילסטו ווערן אנגערופען אנטיסעמיט באגנוג דיר בלויז מיט'ן פארלייקענען די שטעקן וואס האט געשלאגען.

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:25 am
דורך עפל סיידער
איך האב געהאט בדיעה צו ממשיך זיין מיטען שרייבען אבער ס'ממש א שאד מיין שווערע ארבעט ווען דא האט איר דאס גאנצע
https://www.copy.com/s/sFRFR4eQ4JQ4UqqA ... _35333.pdf

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:47 pm
דורך דולה ומשקה
גאלד האט געשריבן:דאס אמאל זיכער אז די מדינה האט קעפיטילייזד פון די בלוט פון מיינע זיידעס און באבעס הי"ד,
ווען נישט די האלאקאסט וואלט זייער מעגליך קיין מדינה נישט געווען,
די מייסדי המדינה האבן מאחורי הפרגוד זיך געריבן די בייכער פון די צרות אייראפע, מ'האט געקענט זיין די גלאנץ אין זייערע אויגן,
פארדעם אליין קען איך זיי נישט סובל זיין, ווי זיי רייטן נאך עד היום אויף מיינע זיידעס בלוט


נישט נאר די מייסדי המדינה האבען זיך גאר שטארק מיט געפרייט,
נאר אויך ווי מ'זעהט ביים ערשטן יום העצמאות ה' אייר פייערונג אין בית הכנסת הגדול אין תל אביב,
האבען די דריי גרויסע גרויסע ערליכע ציוניסטישע חסידישע רבי'ס נישט געהאט ערגעץ אנדערש ווי צו פייערן דעם גרויסע שמחה נאר אינאיינעם מיטן ראש הממשלה דוד בן גוריון. מזעהט איהם שטיין אין צענטער מיטן צילינדער.
די דריי רבי'ס אינעם בילד זענען:
א) סאדיגורא-פשעמישעל בעל כנסת מרדכי,
ב) דער סאדיגורא רבי בעל אביר יעקב
ג) דער טשארטקוב'ער רבי