בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 7:58 am
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט
שבועות באנאכט וועט מען נישט דארפן וועקן בעזהי''ת

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 9:32 am
דורך דריידל
מ'דארף וויסן אז אויפזיין אגאנצע נאכט איז נישט קיין דאוריתא און מ'קען זיך לייגן ביים ערשטן זמן פון די עלות, וואס קען זיין א שעה פריער פונעם אנגענומענעם זמן.

און מקוה גיי איך נישט וויבאלט דאס איז נאר פאר די וואס דאווענען ותיקין, חוץ מזה איז נישט אויסגעהאלטן צי גיין ווען עס טיט זיך א שטיפעריי.

אז מ'לייגט זיך ביים ערשטן עלות, קען מען נאכדעם אויפשטיין פאר סוף זמן קרי"ש און דאווענען ווי א מענטש

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 10:12 am
דורך משולם שטיינפעלד
דריידל האט געשריבן:מ'דארף וויסן אז אויפזיין אגאנצע נאכט איז נישט קיין דאוריתא און מ'קען זיך לייגן ביים ערשטן זמן פון די עלות, וואס קען זיין א שעה פריער פונעם אנגענומענעם זמן.

עס איז טאקע נישט קיין דאורייתא, אבער וואס האט דאס מיטן פריערדיגן זמן? די וואס האבן מסדר געווען די סדר פאר שבועות ביינאכט (נישט מדאורייתא) האבן מסדר געווען ביזן עלות.

דריידל האט געשריבן:און מקוה גיי איך נישט וויבאלט דאס איז נאר פאר די וואס דאווענען ותיקין, חוץ מזה איז נישט אויסגעהאלטן צי גיין ווען עס טיט זיך א שטיפעריי.

מקוה ביים עלות איז די גמר פונעם תיקון ליל שבועות, האט מיט תפילת שחרית קיין שייכות. עס האט נישט צו טוהן צו מען דאווענט וותיקין צו נישט.

וואס איז די אישו צו גיין ווען עס איז פול? אויפן סאבוועי ראשאוער זומער איז מיליאן מאל ערגער. מען גייט אין מקוה און מען פירט זיך אויף אפגעהיטן.


דריידל האט געשריבן:אז מ'לייגט זיך ביים ערשטן עלות, קען מען נאכדעם אויפשטיין פאר סוף זמן קרי"ש און דאווענען ווי א מענטש

ביז מען ענדיגט די מקוה נאכן עלות און מען גייט אהיים זיך לייגן, קען מען שוין רואיג ליינען קריאת שמע. מען לייגט זיך און מען שטייט אויף דאווענען ווי א מענטש

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 6:55 am
דורך ישמעאל הכהן
עניני דיומא

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:24 am
דורך ציבעלע-קיגל
שמיטה האט געשריבן:וויאזוי פארברענגט איר ליל א דשבועות?

איר זענט אויף א גאנצע נאכט? אין ביהמ"ד צו אינדערהיים?

איר לערנט א גאנצע נאכט, אדער א געמשאקע זמן אויסצולופטערן אקטועלע טעמעס מיט חברים? (אדער רעדט איר גארניט אויס ביז כתר)

וואס איז די אטמאפערע ביי אייך אין ביהמ"ד? שטילע ברומערייען פון אידן וואס זאגן תיקון ליל שבועות? א שטילקייט צוליב א גרויסע ציבור וואס האלט אינמיטן איינהאנדלן א כולל פלעק אויפן שטערן? אדער גאר לעבעדיג, מ'טיילט סעלצער, קאווע....וכו'

איך האב געעפענט דעם אשכול אין "פארברענגן אפטיילונג", ווייל איך וויל נישט ווידמען די אשכול איבער די גרויסקייט און הייליגקייט פונעם נאכט כמבואר בספרי קודש.


מעג מען אויסזאגען דעם אמת? עס זענען דא נשים וועלעכע לייענען דאס און אויב זיי וועלען אויסגעפונען וואס גייט טאקע פאר שבועות ביינאכט....... אך און וויי