בלאט 2 פון 9

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:17 am
דורך berlbalaguleh
מ גפני האט געשריבן:עטס זענטס געגאנגען אין איין קלאס?

יא!!! :lol: :lol: :lol: )דער סמיילי מיינט יעצט "יא". נישט "לאכט זייער שטארק. :? :D :o

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:21 am
דורך berlbalaguleh
פלעין יודיש האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:עטס זענטס געגאנגען אין איין קלאס?

יא די זעסט נישט ווי מ'האט זיי אויסגעלערנט ביידע נאר צו שרייבען די נאמען אויף ענגליש
ובדרך צחות קען מען זאגן אז בעריל בעל עגלה איז שוין א בן שישים
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :D :D ;) ;) ;) די סמייליס זענען פשוט יוצא צו זיין מנהג הבעל עגלות

לויט ווי איך הער איז בערל בעל עגלה שוין א בן ששים, מיט א שמיץ אריבער,ב"ה. איז דאך שווער א קשיא פארוואס מאכט ער זיך אזוי נאריש.??? ווער ס'ווייסט א תירוץ זאל ביטע מודיע זיין... :? 8-) :lol: :roll: :?: :!: :oops: :o

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 6:59 am
דורך פלעין יודיש
HotCoffee האט געשריבן:
tmp_IMG-20140430-WA0045294364252.jpg

שלום עליכם האט קאפי, האסט אנגעהויבן מיט די רעכטע פיס
האסט מיר געמאכט גיט לאכן, נישט אז ס'פאסט פאר מאכנווקא רבי ער האט מסתמא יא א רבישע קאר, אבער די געדאנק איז גוט
כה לחי

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:08 am
דורך BLOOMINGBURG NY

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 2:34 pm
דורך berlbalaguleh
פלעין יודיש האט געשריבן:
HotCoffee האט געשריבן:
tmp_IMG-20140430-WA0045294364252.jpg

שלום עליכם האט קאפי, האסט אנגעהויבן מיט די רעכטע פיס
האסט מיר געמאכט גיט לאכן, נישט אז ס'פאסט פאר מאכנווקא רבי ער האט מסתמא יא א רבישע קאר, אבער די געדאנק איז גוט
כה לחי

און וואס איז שלעכט ווען איך לערן כפשוטו אז ער האלט נישט אויף א קאר מיט א ספעציעלן דרייווער, וואס קאסט א סאך געלט. נאר לעת הצורך נעמט ער א טעקסי... :? 8-) :lol: :D :) ;) :o

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 5:14 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:לויט ווי איך הער איז בערל בעל עגלה שוין א בן ששים, מיט א שמיץ אריבער,ב"ה. איז דאך שווער א קשיא פארוואס מאכט ער זיך אזוי נאריש.??? ווער ס'ווייסט א תירוץ זאל ביטע מודיע זיין... :? 8-) :lol: :roll: :?: :!: :oops: :o

מוז מען זאגן אז בת ק' כבת כ', ודו"ק.

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:11 pm
דורך איך אויך
בערעלינו איז א פרוי גאר?

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:46 pm
דורך ביבער
BLOOMINGBURG NY האט געשריבן:http://www.totpi.com/2014/05/01/%D7%9E%D7%9B%D7%95%D7%A0%D7%99%D7%95%D7%AA-%D7%94%D7%A4%D7%90%D7%A8-%D7%A9%D7%9C-%D7%94%D7%90%D7%93%D7%9E%D7%95%D7%A8%D7%99%D7%9D-%D7%95%D7%94%D7%A8%D7%91%D7%A0%D7%99%D7%9D/


ער האט פון דא געגנב'ט די איידיע און דערנאך געלייגט אויף זיין בלאג אן געבן קרעדיט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:12 pm
דורך הדד בן בדד
אין בני ברק פלעגט וואוינען דער סטריקוב'ער רבי זצ"ל, א גרויסער ערליכער איד און א גרויסער אויסגערופענער תלמיד חכם געווען, געהאט זייער א שיינער באשיידענער חסידות. אבער ער פלעגט פארן מיטן באס. ווען זיינע חסידים פלעגן אים פארהאלטן אז עס פאסט נישט ער זאל פארן מיטן באס, פלעגט ער זאגן אז ער זעהט אז מען מעסט די גרויסקייט פון רבי'ס לויט די גרויסקייט פון זייערע קארס, וואס א גרעסערע רבי קויפט מען אים א גרעסערע קאר. אויב אזוי - פלעגט ער זאגן - דארפט איר גאר זיין שטאלץ מיט דעם אז איך פאר מיטן באס, ווייל אזוי האב איך די גרעסטע קאר פון אלע בין איך דאך דער גרעסטער רבי פון זיי אלע, ודפח"ח.

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:22 pm
דורך מאטי
נאך א מזל דער בעש"ט האט נישט געהאט קיין קאר, ווען יא, וואלט סקווירע רבי זיך געמוזט איינהאנדלן א דראון.

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 12:49 am
דורך געפילטע פיש
ווען די בעש"ט וואלט געהאט א קאר וואלט עס מן הסתם געהאט די ווינדאויס וואס מ'דארף דרייען די הענטל, ס'נאך דעמאלס נישט ארויסגעקומען די אוטאמאטישע ווינדעס. ממילא וואלט די סקווערער קעדיולעק אויך געהאט מעניועל ווינדעס, אזויווי די טאטע האט זיך געפירט. (עי' ערך שטיוול)

נ"א, וועם פאפ איך דא? ווען דער בעש"ט וואלט געהאט מעניועל ווינדאס וואלטן אלע חסידים היינט אויך געהאט מעניועל ווינדעס. (עי' ערך בגדי חסידים)

Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 9:53 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:36 am
דורך גנדי
אויב די רבי מוז גיין אליינס אין מקוה ווייל ער האט א דין מלך. דארף אויך נזהר זיין אויף די איסור פון לא ירבה לו סוסים (קארס/גבאים/חסידים פערד)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:50 am
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:בערעלינו איז א פרוי גאר?

איך אויך: איך ווייס נישט אויב דו לעבסט נאך. נאר דיין קאמענט האביך ערשט יעצט באמערקט. כ'עלל מיך מוזן באנוצן מיט'ןפסוק..."אחזוני פלצות"...כ'האב אויסגעפלאצט אין געלעכטער...בערעלינא איז אפשר א פרוי. אבער בערל בעל עגלה איז ב"ה א מאן מיט אלע מפרשים...דאס לעצטע מאל כ'האב געטשעקט איז ער געווען א מאן. ער מאכט א יעדן טאג א ברכה שלא עשני אשה... :lol: :roll:

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:59 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:ווען די בעש"ט וואלט געהאט א קאר וואלט עס מן הסתם געהאט די ווינדאויס וואס מ'דארף דרייען די הענטל, ס'נאך דעמאלס נישט ארויסגעקומען די אוטאמאטישע ווינדעס. ממילא וואלט די סקווערער קעדיולעק אויך געהאט מעניועל ווינדעס, אזויווי די טאטע האט זיך געפירט. (עי' ערך שטיוול)

נ"א, וועם פאפ איך דא? ווען דער בעש"ט וואלט געהאט מעניועל ווינדאס וואלטן אלע חסידים היינט אויך געהאט מעניועל ווינדעס. (עי' ערך בגדי חסידים)

געפילטע פיש: דו מיינסט אז די טייערע קארעטעס אין די בעש"ט'ס צייטן האבן נישט געהאט פאוער ווינדאוס...? קעדילעק איז געווען די ערשטע צו האבן פאוער ווינדאוס אויף זייערע פערד-און וואגן...! אויך עיר קאנדישאנינג און טשארדזשערס מיט א יו.עס.בי. פארט פאר סמארטפאונס האבן זיי געמאכט. נאר אונז ערליכע אידן האבן עפ"י תקנת הגה"ק שליט"א צובראכן אלע סמארטפאונס (אפילו געפילטערטע). ממילא האמיר נישט געדארפט די פענסי טשארדזשערס... :lol:

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:25 am
דורך קאצקע ציקער
איך ווייס נישט פארוואס מען רודפ'ט נעבעך די רבנים זיי דארפן נישט די שיינע קארן די חסידים פשוט ברענגען עס, וואס זאלן זיי טון

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:14 am
דורך שעפטל
וויאזוי האט יענער געזאגט? ווען די רבי וועט צוריקגיין צום סטעישאן וועגאן, וועל איך נעמען דעם פליפ פאון...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:10 pm
דורך Kool man
פאר וועם דען זענען געמאכט די שיינע קארס? פאר די אוה"ע? אוודאי פאר די גדולי ישראל

Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 5:16 pm
דורך [NAMELESS]
Screenshot_2015-09-01-17-15-54.png

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 5:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז דא א קליין ביכעל, וואס איך געדענק נישט איהר נאמען, געשריבען דורך הרב מאיר בר-אילן, ווי ער שילדערט די לעטצטע טעא פון זיין גרויסע טאטע עלי אדמות. ער שרייבט אז זיין טאטע איז געגאנגען וואוינען אין ווארשא נאכ'ן ווערען ארויסגעווארפען פון וואלאזין, און דארט האבען זיך געדרייט נעבעך די יענע חברה רח"ל. איינער איז געווען ביים נצי"ב און זיך אפגערעדט היתכן יענער חברה מיט זייער רעבע'ס לעבען אזא טייערע לעבען, מיט טישען, שיינע הייזער און קארעטע'ס מיט פיהר ווייסע פערד און אלע גנוני מלכות, ווען די תלמידי חכמים די רבנים און ראש ישיבות לעבען אן ארימע'ן לעבען. האט דער נצי"ב געזאגט "יא, אזוי דארף זיין. אהרן הכהן דער עמוד העבודה, האט געהאלט גאלד און זילבער. משה רבינו דער עמוד התורה, האט געהאט נאר זיין שטעקען!"
איז עט'ס קענט'ס זיך אויסוויילען וואס פאר א רעבע איהר ווילט האבען, אבער ווען מ'זעט איינער מיט א קעדילע"ק דארף מען וויסען אז עכ"פ קיין עמוד התורה איז ער נישט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:04 pm
דורך קאצקע ציקער
ליטוואק אוי זאגסטו גיט , למשל איך זאג דיר צו אז טאשער רבי וואלט זיך נישט אריינגעזעצט אין אזא מין קאר , ער וואלט פשוט נישט געקענט ער וואלט זיך ג'עקעלט (אין די געזינטע יארן)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נישט יעדע וואס האט א שוואכער קא"ר איז א גאון הגאונים.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט געטראפען דער מקור פון דער נצי"ב דא