בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 9:31 am
דורך היימישער ליטוואק
לית דין בר נש האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:לגבי ווסת, קלער איך יעצט אפשר האבען מיר א טעות פשט אין ווסת קבוע. אפשר מיינט עס נישט אז עס איז קבוע פונקט צום טאג, נאר אז בדרך כלל איז א רעגולאר ווסת. אבל זה לא יתאים לפשט הפוסקים כ''כ, ויש לחקור בזה, עניוואן?
ועיין
http://www.sciencedirect.com/science/ar ... 2404001313מסתם רעד איך שטותים.
דיין ועיין האב איך ניטאמאל גיעפנט, אבער גוט אז די האסט אליין געשריבן אז די האקסט שטותים. נישט נאר דארף עס זיין קבוע צום טאג נאר עס דארף זיין קבוע צום עונה אויך!!!
[tag]היימישע ליטוואק[/tag] די אלע זאכן וואס די שרייבסט איז נאר לחומרא אבער אודאי הייסט עס
נישט א קבוע אויף לקולא אויך!!!
אוודאי לקולא אויך.
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 4:02 pm
דורך מאיר
לגבי ווסת קבוע אין יום החודש מאכט סענס צי זאגען אז נשתנה המציאות. דאס איז דאך נישט קיין סייענטיפישע באהאלטענע זאך. דאס איז דאך א טאגטעגליכע זאך וואס יעדער זעט. אין חז"ל האבען אויך געהאט ווייבער, ממילא פארוואס זאגען זיי רוב נשים ווסת קבוע אויב קינד אין קייט ווייסט אנדערש.
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 10:19 pm
דורך איחוד פעלד
אז מען רעדט וועגען ווסתות, דאס וואס עס איז דא גזירה אויף יום החודש, דער חודש פין דער לבנה, וויפיל פרויען האבען דען א ווסת קבוע אויף דער יום החודש? איז דאס אמאהל יא געוועהן א רגילות עד כדי כך אז חז"ל זאלען גיין מתקן זיין אז מען דארף אייביג חושש זיין אויף דעם טאג?
כ'פארשטיי א יום קבוע אויף הפלגה, אבער יום החודש? עס שטימט בכלל נישט מיט דער מציאות. כ'פארשטיי אז מען קען זאגען תורות אז דער מציאות איז אז דער ווסת האט מיט דער לבנה, פונקט אזוי ווי איגריקעס וואקסען פין דער לבנה.
נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 1:12 pm
דורך smartinof
התעלמו מן המציאות איז מיר אביסעל מאדנע, בפרט ווען עס איז בנוגע פאקטישע הלכות, ווייל דעמאלטס וואס זענען די פרינציפן פון פסיקה, וואס איז מכריע דעם פוסק צו פסקענען, כגון, אז מען קומט מיט א בדיקה צום פוסק, די מציאות זאגט אסור, וועסטו מיר זאגען אז א מסורה פון רב פפא אדער טעפליקער רב וועט מכריע זיין אז עס איז כשר??, און באמת קען מען פרעגן נאך מער, דער מציאות איז דאס וואס פאברעצירט די הלכה, מיינעדיג, אז עס איז פארהאנען די מציאות, און אויף דער מציאות קומט די הלכה און זאגט די אלס יוד דארפסט זיך אומגיין מיט די מציאות אזוי, אדער עס זענען פארהאנען א סעט פון געזעצן, וויפיל עס גייט אריין און מציאות איז יור לאק און וויפיל נישט יקוב הדין את ההר, סאנדס פאני?! אבער אזוי קומט אויס פון דיין התעלמו תיאוריה,
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 2:14 pm
דורך מאיר
די "shape" אין גרויסקייט פין די ערד טוישט זיך. ממש אין די לעצטע 10 יאר... ליין דא:
http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... lanet.html
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 3:11 pm
דורך smartinof
אבער צו דעם פותח האשכול'ס דילעמע איז דאס נישט רעלעווענט, ווייל ער רעדט פון א זאך וואס איז געווען א קביעות'דיגער סדר, זאל דאס ווערן אינאגצען צומישט, אזוי ווי די וועסט מיר ברענגען אלינק אז דער וועלט איז געווארן א טרייענגעל אנשטאט רינדיג
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 12:57 am
דורך נאך א פשט
געפילטע פיש האט געשריבן:
גראדע האט קורמאן א גאנצע פרק אין האדם וטבעו, וואו ער איז מסביר וויאזוי אמאליגע צייטן האט מען זיך נישט געקימערט מיטן מציאות, נאר די מסורה פון די פארשטייערס פון בעפאר, די פריערדיגע דאקטוירים אדער דענקער, דאס האט גובר געווען איבער יעדע מציאות נראה לעיניים. (סאונדס פאמיליער? קענט העלפ יו). און ממילא איז מובן פארוואס הלכתא כרב באיסורי וכשמואל בדיני, וויל שמואל איז געווען א דוקטאר, נוקט בשיטת הדאקטאריי, ווידערום רב האט בודק געווען די מציאות און געזען אז ס'איז אנדערש ווי ס'איז אנגענומען. עיי"ש ותמצא.
אונטערעסאנט, איך האב לעצטענס געליינט א דאקטאראט וואס איינער האט געשריבן (איך געדענק שוין יעצט נישט ווי) און ער שרייבט ממש דאס אז "וויסען" זאכן אמאהל האט געהאט אן אנדערע דעפינישען ווי היינט. היינט ווי לאנג מען טעסט נישט עפעס הייסט עס א THEORY, נאר נאך בדיקות וחקירות קען מען אוועקשטעלן עפעס אלץ פאקט און עס "וויסען". משא"כ בימים ההם איז די וועג ווי אזוי מען העט "געוויסט" איז געווען דרך פרעגן די חכמי וזקיני הדור, אידען ווי גוים, און עס איז קיינעם נישט בייגעפאלן צו טעסטן און זעהן אויב עס איז אמת אדער נישט.
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 11:04 am
דורך מאטי
און ווי אזוי איז צוגעגאנגן דאס "וויסן" פון די חכמי הדור?
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 12:41 pm
דורך מאיר
נאך א פשט האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:
אונטערעסאנט, איך האב לעצטענס געליינט א דאקטאראט וואס איינער האט געשריבן (איך געדענק שוין יעצט נישט ווי) און ער שרייבט ממש דאס אז "וויסען" זאכן אמאהל האט געהאט אן אנדערע דעפינישען ווי היינט. היינט ווי לאנג מען טעסט נישט עפעס הייסט עס א THEORY, נאר נאך בדיקות וחקירות קען מען אוועקשטעלן עפעס אלץ פאקט און עס "וויסען". משא"כ בימים ההם איז די וועג ווי אזוי מען העט "געוויסט" איז געווען דרך פרעגן די חכמי וזקיני הדור, אידען ווי גוים, און עס איז קיינעם נישט בייגעפאלן צו טעסטן און זעהן אויב עס איז אמת אדער נישט.
מ'פרעגט אמאל אויך טעסטען. די מורה נבוכים ברענגט כמה זאכען וואס מהאט אנגענימען עפ"י נסיון אין זאכען וואס מקען נישט טעסטען האט מען אנגענימען עפ"י שכל. היינט איז אויך דא זאכען וואס מנעמט אן עפ"י נסיון אין זאכען עפ"י שכל. די חילוק איז נאר אז היינט קען מען מער טעסטען. אין אויך, אז היינט איז מען מער מחלק צווישען א טעסט אין שכל. זאכען וואס איז עפ"י שכל הייסט נאר א טעריא.
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 2:01 pm
דורך smartinof
[tag]פארוואס?[/tag] וואס איז דיין מסקנא מיט דיין תיאוריה?
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 8:57 pm
דורך פארוואס?
smartinof האט געשריבן:[tag]פארוואס?[/tag] וואס איז דיין מסקנא מיט דיין תיאוריה?
איך פראביר נישט צו ציהען מסקנות פון מיינע טעאריעס. אלעס וואס איך שרייב איז נאר חומר למחשבה.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 1:19 am
דורך ברוך שפינוזה
נולד מאוחר האט געשריבן:חז''ל איז דאך כולל אסאך מענטשען, אויב היינט איז דא די סארט ערליכע אידן וואס נעמען אן די מהלך התעלמו מהמציאות כדי נישט אפטרעטן פון זייערע זיידעס וויסענשאפט, איז מסתם אמאל צווישען די חכמי התלמיד אויך געווען זאלכע ערליכע אידן. אויף דאס גופא זאג מיר
אויך נישט זאגן נשתנו הטבעים.
דאס זעלבע איז אויך געווען צווישען חכמי התלמיד זאלכע לאמיר זיי אנריפען קאוע שטיבעל סטייל אידן, וואס האבן געדארפט אלעס אליינס פארשן און פארשטיין און נישט געגלייכט די התעלמו מהלך.
איינער זאגט יעקב אבינו לא מת, דער קאוע שטיבעל אמורא פרעגט עם גלייך ציריק '' וכי בכדי ספדו ספדניא וחנטו חנטיא''
זייער א שיינע פשט אין א מחלוקת תנאים לפי די מהלך.
https://youtu.be/7hB3_bvdhxI?t=3800