ר' ליטוואק פון בודאפעסט: ס'איז גוט אז "בודאפעסט" איז א טייל פון דיין חתימה. ס'וואונדערט מיך אז דו האסט נישט באמערקט אז די דאזיגע תגובה מיינע איז געווען "טאנג-אין-טשיעק"...
היימישע - אז דו ווילסט עפענען אן אשכול וועגען די לעיקוואוד ראש ישיבות און זייער טעטיגקייטען לתורה ולתעודה, ביסטו מכובד, נאר ס׳איז נישט אזוי גלאט ווייל רוב לעיקוואוד קען נישט ליינען און זיכער נישט שרייבען קיין אידיש. אבער למעשה קען איך נישט קיין איין קהלה צורך וואס זיי האבען געהאלפען, אחוץ פון זיך מישען אין מחלוקת. יא, יעדער עסקן וואס מאכט אן ארגאניזאציע און וויל נישט קיין טראבעל פון זיי מאכט רישעל׳ס זוהן פאר דער ראש המוסד וחסל. מ׳גיבט איהם צו דרשנ׳ן ביים דינער און פטור אן עסק. למעשה, אבער האבען זיי קיין שום אחריות אין שטאט, נישט גע׳עפענט קיין איין חדר און נישט קיין מיידעל סקול, נישט געבויט קיין מקוה, נישט געפסקענט קקיין סכסוך אן פערזענליכע אינטערעס וכדו׳. דטס איז נישט מענטשען מיט אן אחריות פאר א שטאט. און טאמער דו מיינסטאז דאס זענען אלעמאל געווען רבנים, מעגסטו אזוי טראכטען, נאר איך האב געזען עכטע רבנים אין מיין לעבען. הן אמת, נישט אלע זענען רשכבה׳׳ג׳ס און נישט אלע אזןי טיכטיג, אבער דער ארבעט פון א רב און די אחריות פון א רב איז ווייט פון דעם.
די געסער ווי מ׳האט געמאכט דער נייע עירוב האט בתי מדרשים מיט רבנים. די רבנים פון יענער געגענטער זאלען פסקנ׳ן צווישען זיך. אזוי אויך אין יעדער שטאט אין דער וועלט. נאר א א גדול הדור מעג זיך אפשר אריינמישען אומעט אום, אבער נארמאל באלאנגט עס צו די איינוואוינער און זייערע רבנים. אזוי דארף זיין אין לאנדאן (אגב, דארט איז די מחלוקת נישט פון ליטווישע ישבה׳לייט. רבי חנה האלפערן האט נאך מער פיינט ליטוואקע׳ס ווי נאר, ,פרייליך און מנשה לוסטיג צוזאמען, און ער איז א שארפער קעגענער. ווידער הרב חנוך עהרענטרייא איז געווען א ראש ישיבה אין א ליטווישע ישיבה יארען לאנג און איז א יעקע פון אפשטאם. ס׳האט גארנישט מיט ליטווישע ישיבה׳לייט) ווען כמעט אלע רבנים זענען געווען קעגען, און אזוי וואלטען זיי געמעגט טוהן אין וויליאמסבורג, צוזאמען נעמען די רבנים און ארויסקומען מיט א ציבור אפמאך, א דבר של רבים דארף בלייבען אין די הענט פונ׳ם רבים. און דאס גופא אז א יונגערמאן מאכט דער עירוב און דער רב שטימט צו איז אליינס א חרבן. אוודאי דארף דער רב אנקומען צו א צווייטען פאר׳ן פראקטישער חלק, אבער דער אחריות פון די הלכה און די השגחה דארף בלייבען ביי איהם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
א פריוואטע עירוב, מיט די הסכמה פון די רבנים וועמען ס׳איז נוגע, איז נישט פריוואט. ווען איינער מאכט אן עירוב פאר זיך און רעכענט זיך נישט מיט די התנגדות פון זיין שכנים איז ער טאקע א פוסע על ראשי עם קדוש. דאס איז פשוט מענטשלעכקייט וואס איז ליידער פארגעסען געווארען אין די וואלקען פון אלערליי מחלוקת׳ן און פאליטיק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איין נקודה וואס איך פארשטיי נישט מיט יענעם בריוו פינעם בית הוראה ד'לעיקוואד וואסארא זכות האט די ארטיגע בית הוראה ''דלעיקוואד'' צו פסק'נען אז די ''בד''ץ ד'לעיקוואד'' איז נישט אויסגעהאלטען?
איך פרעג נאר ווייל לעצטענס האב איך געהאט א לענגערע דיני ממונות געפעכט וואס די חכמי הבי''ד פון בד''ץ ד'לעיקוואד האבען זייער שיין געהאנדעלט און ביידע צדדים זענען ב''ה אקעי מיט זיי, סא וואסארא פשט האט דאס מחרים זיין דעם ב''ד?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז מ׳רעדט שוין וועגען דער בד׳׳צ דלעיקוואוד- ג. דער בד׳׳צ דלעיקוואוד כמעט עקזיסטירט נישט היינט. טאמער זיי הענגען אויף אן עיקול אדער א סירוב לאכט יעדע. אפשר בהסכמת שניהם האבען זיי א פאר דיני תורה, אבער למעשה האבען זיי נישט קיין legitimacy
ס'איז אינטערסאנט וויאזוי די בויעסט מסקנות אין לעיקוואד גענוי אויף דעם אופן מיט וואס די ביסט מאשים א חסיד פון וומ"ס ב"פ מאנסי א. זינט ווען אז ס'געלונגט מיט כח צו מאכען יעדן לאכען ווערן דיינים אפגעפרעגט ב. ווי אין די תורה שטייט אז א ב"ד בויעט זיך אויף וויפיל דיני תורה'ס מ'קען ארויסדערווישען פון המון בכח ג. גראדע בין איך נישט "מרצון" אנגעקומען אהין נאר מהכרח האב איך אויפען ראט פון גדולי תורה בעיר ב"פ זיך סומך געווען אויפען חשיבות פון עטליכע פון זייערע דיינים ד. דא אין מאנסי רופען זיך פילע חברה אויפען שם "מאנסי" כוללים, בתי אופה, בתי דינים, זינט ווען איז דא דינים והלכות איבער פארכאפען א שם העיר מיטן אנדרייען רוב פירער, א נאמען פון א שטאט איזבלויז pr עס האט קיין שייכות צו הלכה.