בלאט 2 פון 4

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 8:12 am
דורך עפל סיידער
שמעקעדיג האט געשריבן:אה דאס איז א חידוש. ער גייט נישט בלויז צו יענעמ'ס שמחה, נאר צום קאמפעטישאן'ס הרחבת גבולים!

כה לחי.

זייער שיין שמעקעדיג פאר'ן ארויסברענגען אמאל די גרויסקייט פון די רבי'ס מען הערט דאך דא נאר אזויפיל קרעכצערייען אויף זיי און די שווערע מצב ביי די שטובער פון די רבנים אז ס'קען זעך דאכטען אז זיי זענען חלילה וויסעך ווער, שוין הער מיר אמאל א שיינע זאך אויכעט.
איך האב געהערט פון א מקורב להאדמו''ר רבי דוד קאהן שליט''א, אז ער האט ממש מיט א ספעציעלע טירחה שטייענדיג נאך ביי שמו''ע פון מעריב בעפאר תתקבל און ספירה ציילען און איז שנעל געלאפען צום שמחת בר מצוה פון זיין אייניקעל הערנדיג אז זיין עלטערע ברודער איז דא בכדי להרבות שלום ואחוה.

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 10:51 am
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס: ייש"כ פאר ברענגען דעם הערליכן (עמאשיאנעל) קליפ. דער ערשטער ניגון וואס די עולם האט געזינגען אין אנהייב, איז א פאפא'ער ניגון בעצם. און פאסט נישט פאר ק"ק ויזניץ. כ'האב מיך געווינדערט. זיי האבן טאקע באלד אויפגעהערט. אעון אנגעהויבן זינגען אן עכט וויזניצער תנועה... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :( :cry: :o

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 11:01 am
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס: ביי 13:59 מינוט קענמען זעין הרה"ח חיים ברוין הי"ו פון די בארא פארק שמורה מצה בעיקערי.. דער רבי ווינטשט איהם לחיים... 8-) :lol: :D :) ;) :o

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 7:10 pm
דורך איינגעמיירעט
שמעקעדיג האט געשריבן:אה דאס איז א חידוש. ער גייט נישט בלויז צו יענעמ'ס שמחה, נאר צום קאמפעטישאן'ס הרחבת גבולים!

כה לחי.


שמעק,
זיי מיר נישט קיין שוואנץ.
נאכען ארויסרוקען א גאנצע קהילה מיט בנינים, און נאכען צוזען וואו מטרינקט זיין ברידערס בלוט מיט רשעות וואס איז שוין לאנג נישט געזעען געווארען,גייסטו מיר פלוצלינג עם באחידושען, אז ער גייט זעען ווי זיין ברידער סטורוגעלט מיט עפעס א נייע בנין.
גיוו מי עי ברעיק.
אנטשולדיגט אז איך שריי, איך ווער פשוט ווילד פון בלינדע שוואנצנות.

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 8:37 pm
דורך דריידל
האק נישט קיין טשייניק וועגן טרינקן די ברידערס בלוט. איך בין געווען אין א"י בשעת די תולדות חלוקה און מיטגעהאלטן פן נאנט. רוב עולם האט קלאר געוואלט ר' דוד זאל איבערנעמען און ביים דין תורה איז געבליבן אז למען השלום וועט תולדות אהרן אוועקגעבן א בנין פאר תוא"י. מ'דארף אינאכט נעמען אז גאנץ תולדות אהרן איז באשטאנען פן צוויי בנינים און אוועקצוגעבן איינס (אפילו די קלענערע) איז גאר א גרויסע פרייז. בי"ד האט טאקע ארויסגעגעבן א בריוו אז תו"א האט געטון לפנים משורת הדין למען השלום.

למעשה, איז תוא"י געבליבן אנגעווייטאגט אויף תו"א. א מענטש איז דאך נאר א מענטש, און ס'איז זייער ווייטאגליך צו זעהן ווי די יונגערע ברידער האט א מלוכה דריי - פיר מאל מער פונעם עלטערען ברידער. די ערשטע פאר יאר פלעגט תוא"י רבי אוועקפארן יעדעס מאל איינער פן די געשוויסטער האבן חתונה געמאכט, וויבאלט די חתונות פלעגן פארקומען אין ביהמ"ד תו"א און ס'איז געווען זייער שווער,עמאציאנאל, פארן תוא"י אהינצוגיין.

מ'האט דעמאלטס דערציילט אז איינער האט געטראפן תוא"י רבי אין לאס אנזשעלעס און געפרעגט פארוואס איז די רבי געקומען אהער? האט ער געענטפערט: וואס הייסט? ווייסט נישט אז מיין ברודער מאכט חתונה?

עכ"פ תוא"י איז געווען דער וואס איז נישט געקומען צו קיין שמחות און נישט געלאדענט די ברידער, צוליב אנגעווייטאגטקייט, און יעצט האט ער געזאגט: גענוג איז גענוג.

איך זוך בכלל נישט אוועקצומאכן אדער גרויסצומאכן קיינער פון די צוויי, נאר דא איז געווען אין ברידערליכע סכסוך ווי איין ברידער האט געכאפט א קלאפ און ס'האע געדארט באלד 20 יאר עס אויסצוהיילן. האפענטליך וועט ביי אנדערע מחלוקת'ן נישט נעמען אזוי לאנג.

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 8:56 pm
דורך רויטע וואנצעס
berlbalaguleh האט געשריבן:רויטע וואנצעס: ייש"כ פאר ברענגען דעם הערליכן (עמאשיאנעל) קליפ. דער ערשטער ניגון וואס די עולם האט געזינגען אין אנהייב, איז א פאפא'ער ניגון בעצם. און פאסט נישט פאר ק"ק ויזניץ. כ'האב מיך געווינדערט. זיי האבן טאקע באלד אויפגעהערט. אעון אנגעהויבן זינגען אן עכט וויזניצער תנועה... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :( :cry: :o


די חסדי ה' ניגון האט געמאכט די אלטע סקולענער רבי.

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 11:04 pm
דורך שמעקעדיג
איינגעמיירעט און דריידל, איך הער ענקערע ביידע צדדים, ביי מיר זענען ביידע פיינע וואוילע אידן, און וואטעווער עס איז געווען, האב איך הנאה אז עס הערשט שלום! וזהו.
ווי קומט אריין שוואנצנות?

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 12:57 am
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:רויטע וואנצעס: ייש"כ פאר ברענגען דעם הערליכן (עמאשיאנעל) קליפ. דער ערשטער ניגון וואס די עולם האט געזינגען אין אנהייב, איז א פאפא'ער ניגון בעצם. און פאסט נישט פאר ק"ק ויזניץ. כ'האב מיך געווינדערט. זיי האבן טאקע באלד אויפגעהערט. אעון אנגעהויבן זינגען אן עכט וויזניצער תנועה... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :( :cry: :o


די חסדי ה' ניגון האט געמאכט די אלטע סקולענער רבי.

איך געדענק מ'האט עס געזינגען אין פאפא... :? 8-) :roll: :lol: :roll: :lol: :D :) ;) :P :oops: :o

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 1:07 am
דורך berlbalaguleh
דריידל: יא. אבער וויאזוי איז צוגעקומען אז דער יונגערע ברודער זאל איבערנעמען די מוסדות און די נאמען פונ'ם טאטן. און דער עלטערער ברודער זאל זיך מוזן מאכן א נייע ביזנעס?. ס'איז הוא הדבר אין סאטמער מיט די ארונים/זאלונים מחלוקת. משה גבאי האט געזאגט פאר אהרן אז ער קען גיין דרייוון א יעללאו קעב אדער פאררעכטן שיך, אבער קיין סאטמערע רבי וועט ער נישט זיין. מיט די רעבעצין ע"ה'ס שטיצע. נאר ווען די ארונים האבן צוריק געפאשט זענען זיי געווארן די רויבער'ס... (או.קעי. זי האט געהאט אן אלטן חשבון מיט'ן ברך משה ז"ל(... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :( :cry: ;) :o

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 8:55 am
דורך shem-tov
פון די וויזשניץ בעלזא קליפ פעלט א וויכטיג שטיקל ווי דער בעלזער שטעלט צאם די צוויי ברידער און דער עולם שרייט גאר ווילד נוסח העעעעי... אזוי ווי למשל א בעסטע חבר וואס טאנצט מיט חתן און נאכדעם געט דער בעלזער צדיק אזא שלעפ מיט די פלייצע און קלאטשט מיט צופרידענהייט אזוי ווי מישאן אקאמפלישט. רח"ל לאן הגיאנו אז די מנהיגי ישראל פארעכנט מען צווישן זייערע מעשים טובים אז ער איז שוין נישט אינגאנצן צוקריגט מיט זיין ברודער נאר אביסל. אבער נישט פארגעסן אז די חברה האבן שטארקע טענות אויף די דברי אלקים חיים פונעם רבין הבדי"ל זי"ע אז דער דרך הבעש"ט איז נשתכח.

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 am
דורך דריידל
berlbalaguleh האט געשריבן:דריידל: יא. אבער וויאזוי איז צוגעקומען אז דער יונגערע ברודער זאל איבערנעמען די מוסדות און די נאמען פונ'ם טאטן. און דער עלטערער ברודער זאל זיך מוזן מאכן א נייע ביזנעס?. ס'איז הוא הדבר אין סאטמער מיט די ארונים/זאלונים מחלוקת. משה גבאי האט געזאגט פאר אהרן אז ער קען גיין דרייוון א יעללאו קעב אדער פאררעכטן שיך, אבער קיין סאטמערע רבי וועט ער נישט זיין. מיט די רעבעצין ע"ה'ס שטיצע. נאר ווען די ארונים האבן צוריק געפאשט זענען זיי געווארן די רויבער'ס... (או.קעי. זי האט געהאט אן אלטן חשבון מיט'ן ברך משה ז"ל(... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :( :cry: ;) :o


אין תו"א איז געווען בחירות. אנדערש ווי סאטמאר און באבוב, האט קיינער גארנישט געכאפט דארט. פאר עטליכע וואכן, ווילאנג די די"ת האט זיך געצויגן, האט בי"ד געהייסן אז ביידע רבי'ס זאלן אוועקפארן פון ירושלים.

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 10:00 am
דורך פארוואס?
דריידל האט געשריבן:אין תו"א איז געווען בחירות. אנדערש ווי סאטמאר און באבוב, האט קיינער גארנישט געכאפט דארט. פאר עטליכע וואכן, ווילאנג די די"ת האט זיך געצויגן, האט בי"ד געהייסן אז ביידע רבי'ס זאלן אוועקפארן פון ירושלים.

איך מיין אז די בחירות איז דארטן געווען אזוי ווי - להבדיל - די בחירות וואס איז לעצטנס געווען אין קרים, אוקריינע.

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 10:23 am
דורך דריידל
איך קען דיר נישט זאגן אז ס'זענען נישט געווען אזעלכע וואס האבן געהאט פרעשור פאר וועם צו וועלן, אבער בי"ד האט אויסגעהערט יעדעמס טענות און אויב איז געווען עפעס ממשות האט מען קעיר גענומען. איך ווייסט אז תוא"י האט נאך די די"ת געטעהנט אז גבריאל שישא האט געסטראשעט אז אויב געווינט ער נישט טיילן זיי זיך אפ פון די עדה, און נאך אזעלכע הבלים. ס'גלייבט זיך אבער נישט אז ר' יעקב בלוי, למשל, זאל זיך דערשרעקן פון דעם.

חוץ מזה, אויב וואלט עס געווען א close split קען מען טעהנען אז עטליכע וואוטס זענען געווען געצווינגען. למעשה איז עס געווען 80/20 און איך האב גערעדט מיט אסאך ר' אהרעלעך און אלע זענען געווען גאר ווארעם פאר ר' דוד און גאר קאלט (מילד גערעדט) פאר רש"י.

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 10:27 am
דורך פארוואס?
הוא אשר דיברנו. דוכט זיך מיר אז אין קרים איז אויך געווען אזעלכע נומערן, ווייל די אוקראינער האבן מחרים געווען די בחירות, וה"ה בנידו"ד.
סתם פאר נייגער, זיי האבן דיר אויך געזאגט דער טעם פון זייער קאלטקייט צו רש"י?

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 10:34 am
דורך דריידל
אויב ס'איז אויסגעקומען אינעם שמועס. איך בין נישט ארומגעגאנגען פרעגן וואסארא לשון הרע מ'קען פארציילן. איך מוז קלארשטעלן אז קיינער האט נישט גערעדט פון עבירות ח"ו, נאר בלויז פארוואס זיי ווילן עים נישט אלץ מנהיג.

איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט וועגן מחרים זיין בחירות, דא איז דאך געווען א חלוקה און מ'זעט וויפול זענען געגאנגען קיין תוא"י. עס איז נישט קיין שאלה אז ס'געווען וואס זענען געבליבן ווייל ס'איז באקוועמער נישט צו דארפן וואנדערען, אבער די חילוק איז גענוג גרויס אז אפילו אויב מ'רעכענט דאס אראפ בלייבט נאך אלץ א איבערוויגענדע מערהייט וואס האבן דייקא געוואלט ר' דוד

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 10:43 am
דורך פארוואס?
איך בין נישט אזוי זיכער דערין. מיר לייגט זיך מער אויפן שכל, אז זייער א גרויסע פראצענט, האט נישט געבאדערט דוקא ווער ס׳זאל טיילן די קוגל, (נעמענדיג אין באטראכט די ירושלמ׳ער מענטאליטעיט), און זיי זענען געבליבן אוואו עס איז.
איך האב נישט קיין צוטריט צו די סטאטיסטיקס פון די בחירות, אבער איך בין זייער נייגעריג וויפיל מענטשן העכער די 30 האבן אפגעגעבן זייער שטימע.
יעצט לאמיר הערן פארוואס האבן זיי איהם נישט געוואלט פאר קיין מנהיג?

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 10:55 am
דורך דריידל
ווען מ'רעדט פון חסידות דארף מען לייגן די שכל אין א זייט....

די ירושלימער מענטאליטעט פון וואס די רעדסט, איז אינו דומה צו תולדות אהרן מענטאליטעט. די ר' אהרעלעך זענען געווען צוגעבינדען צו זייער רבי מיט אן אויסטערלישע קשר. למשל, אויב א קינד האט נישט גוט געפילט איז מען געגאנגען צום רבי'ן און די רבי האט געזאגט וואס מ'זאל נעמען אויסצוהיילן אדער אויב מ'זאל גיין צום דאקטאר. ווען ס'איז געווען די איראק מלחמה און סאדאם האט געשאסן סקאד מיסעלס אויף ישראל, פלעגט זיך אנצונדען א סיירין און יעדעס האט געדארפט לויפן אין בונקער. די ר' אהרעלעך זענען אבער געלאפן אין ביהמ"ד, זיין מיטן רבי'ן.

דיין לעצטע בקשה קען איך נישט ערפילן. ערשטענס, וויל איך נישט סתם בארעדן און חוזק מאכן פון אן ערליכע איד, ובפרט אז כ'האב נישט מברר געווען אויב די זאכן זענען אמת. צווייטענס, וויל איך נישט אז דאס זאל ווערן א צימעס שמועס.

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 11:02 am
דורך פארוואס?
איך מיין אז די רעדסט פון א געוויסע פראצענט וואס זענען געבליבן מיט די ווארעמע תמימות׳דיגע הונגערישע מענטאליטעיט צווישן די אייס-קאלטע ירושלימ׳ער מענטאליטעיט.
אבער איך מיין אז רוב מנין ובנין פון ביידע זייטן, טיף אין הארצן גייט זיי גאנץ ווייניג אן, ווער עס זאל שפילן די געים.
(אזוי האב איך ארויסגעהאט די בילד זייענדיג דארט, מעי בי איים ראנג).

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 11:17 am
דורך דריידל
קען זיין די רעדסט פון לעצטענס. איך ווייסט נישט וויאזוי ס'איז היינט און ס'איז מסתבר אז זאכן האבן זיך אפגעקיעלט און בכלל איז שוין דא א נייע דור וואס איז אויפגעוואקסן מיט מחלוקת, האט אלעס אן אנדערע טעם. אבער בשעת'ן חלוקה איז עס געווען זייער personal פאר יעדעם. איך געדענק אז ס'איז געווען איין מענטש (אפשר נאך געציילטע, אבער עים געדענק איך) וואס מ'האט געקענט זעהן גיין צו ביידע, דאס איז געווען ר' שמחה ברייער - א פרייליך אידל וואס פלעגט טוב קומען אפט קיין אמריקה משמח זיין ביי חתונות. נאך איינער דערמאן איך מיך, דאס איז ר' יוסל, די יונגסטע קינד פון תו"א רבי ז"ל. אבער אין אלגעמיין איז נישט געווען אזעלכע וואס זאלן גיין צו ביידע.

ענדליך נאך צען יאר

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 8:14 am
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-hGKfQISA48[/youtube]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:33 pm
דורך berlbalaguleh
פארוואס? האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:אין תו"א איז געווען בחירות. אנדערש ווי סאטמאר און באבוב, האט קיינער גארנישט געכאפט דארט. פאר עטליכע וואכן, ווילאנג די די"ת האט זיך געצויגן, האט בי"ד געהייסן אז ביידע רבי'ס זאלן אוועקפארן פון ירושלים.

איך מיין אז די בחירות איז דארטן געווען אזוי ווי - להבדיל - די בחירות וואס איז לעצטנס געווען אין קרים, אוקריינע.

דאס זענען געוועין די בחירות הטהורות. לעומת די בחירות הטמאות פון די מדינה הציונית...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:42 pm
דורך berlbalaguleh
פלעין יודיש האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-hGKfQISA48[/youtube]

זייער שיין. ב"ה.
אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו.
ס'איז דא א טייטש אויף דעם פסוק יום ליום יביע אומר ולילה ללילה יחווה דעת. טייטשט איינער פון די פריערדיגע צדיקים. אז ווען צוויי צדיקים קומען זיך צוזאם, איז א יעדער איינער פון זיי מכבד דעם צווייטן ער זאל קודם רעדן. אבער ביי רשעים איז פונקט פארקערט. זיי קריגן זיך ווער ס'זאל ערשט ארויסזאגן זיין מיינונג. יום ליום, צדיקים וואס זענען בבחינת יום, יביע אומר זאגט אז דער צווייטער זאל רעדן. אבער, ולילה ללילה, רשעים וואס זענען בבחינת לילה, יחווה דעת. וויל א יעדער פון זיי רעדן דער ערשטער...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 19, 2015 5:29 pm
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=WzjFuTYQ_NI[/youtube]