בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:44 am
דורך קדש הילולים
געפילטע פיש האט געשריבן:איך ברענג דיר מקורות פון חז"ל קומסטו מיר דא מיט מציאות? זייט ווען איז מציאות שטערקער ווי חז"ל?

ליצנות אין א זייט, וויאזוי פונקטליך ווייסטו ווער ס'איז באמת הייליג און אפגעהיטן? א ריפסענע בעקיטשע מיינט אפגעהיטן? צושלאכעטע פיאות מיינט אז ער היט זיך פון מחשבת עריות? א גרויסע געלע טלית קטן מיינט אז ער טראכט ווייניגער פונעם שכנה? יא, די אלע "פארדארבענע" זינדיגן לכאורה סאך ווייניגער, פארפארציאנאל צו וויפיל מגע ומשא זיי האבן מיט פרעמדע פרויען דורכן טאג, ווי די כולל יונגעלייט וואס ווערן אינגאנצען עקסייטעד יעדע מאל מ'גייט אין גראסערי און דארף נעמען טשעינדזש מיט די הענט. בשעת די ארבייטערס זענען זיך גובר אויף נסיונות יעדן טאג אין אפיס זענען די פרומע ביזי מיטן קוקן וויפיל פרויען גייען מיט שמאלגע געפאסטע קליידער, ווי שרעקליך די מצב איז היינט טצק טצק....

ח״ו!! ביי אונז הייליגע יודן וואס זענען מקפיד צי איבענעמען טשענדזש אין גראסערי כדי ח״ו נישט מהרהר זיין באשה, איז דאך א חז״ל סאך סאך שטערקער ווי א מציאות!!! (זעלבסטפארשטענדליך ס׳ווענדעט זיך פון וועליכע חז״ל מ׳רעדט, חז״ל אין מס׳ נדה דף י״ג איז לכאורה נישט אזוי קראנט
ווי די אנדערע וואס די ברענגסט, אבער מ׳רעדט נאר אזוי אויבן אויף...)

ליצנות??!! ווער מאכט ליצנות??!! אזעליכע הייליגע יודן וואס זענען מוחה אויף בזיון התורה פון די הייליגע גמרות וואס די ברענגסט, זענען דאך ווייט פון ליצנות כרחוק מזרח ממערב. כ׳האב דאך עס זייער ערענסט געשריבן!! מ׳זעט דאך בחוש אז די מערסטע בעלי עבירות קומען ארויס פון די וואס פראבירן צי זיין אפגעהיטן!!
אנגעהויבן פונעם אויסגעלאסענעם גוי ביז געם אפגעהיטענעם יוד, איז ווי מער אויסגעלאסן, אלס ווייניגער עבירות. למשל צי הערן ביי די גוים אז איינער איז דורוכגעפאלן, איז אזא זעלטענהייט, כמעט אזויווי א ערד ציטערניש... משא״כ ביי די ״פרומאקעס״, הערט מען עס טעגלעך!!!
און אזוי אויך אינצווישן, למשל ביי די ליטווישע קרייזן ווי מ׳גייט ווייניגער בצניעות, הערט מען עס פיל פיל פיל ווייניגער ווי ביי די חסידישע...(פארשטייט זיך אז ביים גוי הערט מען נאך ווייניגער, נאר קעגען די חסידישע....)


ערענסט גערעדט, ביי אונז יודן איז הרהור אויך א עבירה. אפילו ס׳געשעט נישט קיין דורכפאל. במילא וואס די ברענגסט א ראי׳ פון די וואס ארבעטן טעגלעך מיט פרויען, איז בכלל נישט קיין ראי׳ ווייל די ווייסט נישט וואס ס׳טוט זיך אין יענעמס קאפ.ועוד, די וואס ראיות אסורות איז ביי זיי בכלל נישט קיין פראבלעם, קומען טאקע נישט אזוי שנעל לידי הרהור, אבער זיי זענען שוין טיף אין דער ערד!!!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:06 am
דורך שרייבער
ווינער רב ברענגט פונעם דברי יואל, א איד האט אמאל געזאגט פארן רבין אז קוקן שאדט אים נישט, האט זיך די רבי צוקרעכצט "איי וויפיל עבירות דארף מען שוין האבן עובר געווען אז ס'זאל שוין נישט שאטן"

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:11 am
דורך געפילטע פיש
קדש הילולים האט געשריבן:ח״ו!! ביי אונז הייליגע יודן וואס זענען מקפיד צי איבענעמען טשענדזש אין גראסערי כדי ח״ו נישט מהרהר זיין באשה, איז דאך א חז״ל סאך סאך שטערקער ווי א מציאות!!! (זעלבסטפארשטענדליך ס׳ווענדעט זיך פון וועליכע חז״ל מ׳רעדט, חז״ל אין מס׳ נדה דף י״ג איז לכאורה נישט אזוי קראנט
ווי די אנדערע וואס די ברענגסט, אבער מ׳רעדט נאר אזוי אויבן אויף...)

וואס זעסטו אין נדה י"ג? אוחז באמה ומשתין? מסייע בביצים? זאג ארויס וואס ס'באדערט דיר, שעם דיך נישט.

קדש הילולים האט געשריבן:ליצנות??!! ווער מאכט ליצנות??!!


ווער מאכט ליצנות פרעגסטו? דער וואס הויבט אן צו שרייען אז די שו"ע לאזט זיך נישט שמירן, און ווען מ'פרעגט עם וועלכע שו"ע הויבט ער אן דרייען א שוואנץ אז גוים זענען מער אפגעהיטן ווי אידן ווייל זיי לייגן בלאש. כ'מיין, פליז! האסט אנגעהויבן א דיסקאשען, מ'פרעגט דיר עפעס, ענדיג צו בעפאר דו שיסט זאמד אין די אויגן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:15 am
דורך געפילטע פיש
שרייבער האט געשריבן:ווינער רב ברענגט פונעם דברי יואל, א איד האט אמאל געזאגט פארן רבין אז קוקן שאדט אים נישט, האט זיך די רבי צוקרעכצט "איי וויפיל עבירות דארף מען שוין האבן עובר געווען אז ס'זאל שוין נישט שאטן"

געהערט אן ענליכע מעשה מיט א מוסלמענער וואס האט געזאגט פאר זיין אימאם אז פאר עם איז נישט משפיע גארנישט ווען ער זעט אויפגעדעקטע נעזער פון פרויען. האט ער עם צוריק געענטפערט מיט זיין טרעידמארק מתק לשונו שמייכל, "וויפיל נעזער האסטו שוין געמוזט זען אז ס'זאל דיר נישט שאטן!". שטארקע דיבורים!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:18 am
דורך חבקוק הנביא
די וועג צי באקעמפען די משוגעים איז דורך זיי עקספאוזען, יעדע מנהלת וואס ווארפט ארויס א מיידל פאר אזאלכע שטותים זאל די מעשה ווערען באשריבען אויף די אינטערנעט, בייגעלייגט מיט איר בילד, אדרעס אין טלפון נאמבער, אין די זעלבע פאר די מענער משוגעים, די מעשה, די בילד מיט א אדרעס אין טלפון נאמבער,

די חברה וועלען איינפאקען אין נאו טיים, קיינער וועט נישט וועלען זיין דער וואס זאל אויסגעשמירט ווערען ברבים, אין די מיידלעך וועלען זעהן אז איינער נעמט זיך אן פאר זיי, אין דאס וועט זיי געבען קוראזש צי זיך באצירען ווי אידישע טעכטער אין נישט זיין דיפרעסט ווי מחמאדאנער פרויען,

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:15 pm
דורך איך אויך
לאוסוטס מיי פרענדס. נאר דאס וועט דערשרעקן די רשעים.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:42 pm
דורך קדש הילולים
די א״ג ״רשעים״ וועלן זיך נישט דערשרעקן פון אפאר נידריגע ליצים וואס שרייבן אויפן נעט.... זיי ועלן אי״ה ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש און שטיין על המשמר אז אונזערע דורות זאלן אויפוואקסן ריין און אפגעהיטן פון די גויאישע איבלען!

ווער עס וויל גיבן פאר זיין קינד א אנדערע חינוך ווי אונזער תורה הייסט, קען גיין שיקען זיינע קינדער אין אנדערע סקול׳ס!(אפשר א פאבליק סקול וועט אים גוט זיין...)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:24 pm
דורך שעפטל
דאס איז דאך די דעבאטע דא, וואס דו תורה הייסט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:53 pm
דורך קדש הילולים
אפילו וועסט זיך איינרעדן אז די תורה הייסט נישט אזוי (אכמ״ל), ווילן אבער רוב ציבור וואס שיקען אין די מוסדות אזוי.
במילא, אויב איינעם געפעלט עס נישט, קען ערגעץ אנדערש שיקען זיינע קינדער(ס׳וועט זיין 2 קוילן מיט 1 שאס...)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:02 am
דורך ברסלבער
קדש הילולים האט געשריבן:(ס׳וועט זיין 2 קוילן מיט 1 שאס...)

3 קוילן. איינס אויך אינעם קינד'ס קאפ אריין.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:00 pm
דורך קדש הילולים
וואס הייסט, מען וועט דאך פשוט ראטעווען דאס קינד???!!!!