בלאט 2 פון 164

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 8:51 pm
דורך זר זהב
מן הסתם נישט, ס'וועט מסתם זיין אויף די נייעס נעטווארקס 11 ביינאכט.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 8:58 pm
דורך ידען
באארי דייטש (friend of the victim...)

http://www.youtube.com/watch?v=aoneVmB5 ... ata_player

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 9:00 pm
דורך זר זהב
אה ער איז עס ..... איז ער נישט פון די נייע שומרים אין ווילי ? KCSP

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 9:25 pm
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:אה ער איז עס ..... איז ער נישט פון די נייע שומרים אין ווילי ? KCSP

ער איז עס

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 9:45 pm
דורך זר זהב
עפעס אפדעיטס ??

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 10:17 pm
דורך הרב_שלום
געפילטע פיש האט געשריבן:איך פארשטיי אז מ'איז ענדערש דן לכף זכות א טעראפיסט פון יארן לאנג ענדערש ווי א Troubled teen, אבער ווי אזוי קענט איר זיין אזוי הונדערט פראצענטיג זיכער אז ס'סתם א בלבול און ער איז אום שולדיג?


איך ווייס נישט קיין פונקטעלעכע דעטאלען פונעם מעשה אבער אז אלע רבנים הייסען גיין און נחום רז"ב הייסט נישט גיין מיין איך אז מען דארף טוהן וואס אלע רבנים הייסען

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 10:37 pm
דורך איינער
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:פ"ק, איך לייק די זישסט פון דיין קאמענט. אבער כ'וואלט עס נישט געקענט אליין שרייבן.

ווען איך טראכט אריין, שפיר איך א בושה אז דאס ביסל שינוים לטובה וןאס קומען (האפענטליך) וואלט נאכנישט פארגעקועמן ווען נישט די אויסגעשפראכענע קעגנערס וואלטן נישט געלייגט אזויפיל דרוק פון אינדרויסן. איך באשולדיג נישט קיינעם און חלילה וועלן אז מאלעסטעשאן זאל אנגיין. כ'האלט פשוט אז די פראבלעם איז מער און מיס-פלעיסט פריאריטעטן, און אין נישט קענען זעהן דעם אמת'ן פראבלעם מיט אן אביעקטיווען בליק, מחמת כמה סיבות. אבער די באדעם ליין איז אז די פרעשור פון אינדרויסן (א גרויס טייל פון מענטשן וואס זיכן צו סקארן פאוינטס) האט אונז אויפגעשאקעלט אביסעל. און ס'גייט זיך נישט אפשטעלן ווייל מיר זענען נאכאלס נישט אויף. אסך מאמעס וועלן נאך נאס מאכן די קושענעס אין די שטילע טינקעלקייט פון די נאכט ביז די קינדער, און "נאר" די קינדער, די וואוילזיין פון די קינדער (נישט די קדושה) וועט זיין אויף די אגענדע.

(כ'רעדט זייער בכלליות'דיג, בכלל נישט איבער די היינט נאכטיגע קעיס.)



אמת, יואליש, אז דער פרעשור קומט אין גרויסנטייל פון "דרויסן" (בעיקר געוועזענע אינעווייניגסטע). מיין פאינט איז אבער אז יענע וועלן נישט אויפהערן שרייען אפילו נאך דעם וואס די פראבלעם וועט ביי אונז זיין נישט ערגער ווי אין דער אלגעמיינער געזעלשאפט.

און הערשט בין איך גארנישט אזוי זיכער אז די דאזיגע פראבלעם פלאגט אונז אויף אזויפיל מער ווי אינדרויסן. די שטארקסטע טענה, לויט מיין מיינונג, איז דאס נישט טאן גענוג אפצושטעלן די שולדיגע ביי אונז. אבער מצד השני, איז די אלגעמיינע יוסטיץ סיסטעם אויך שטארק אומ'יושר'דיג. יא, איך רעד יעצט ווי א חסיד-שוואנץ, אבער פונקט ווי מיר טוען נישט גענוג אפצושטעלן די "אקטיווע" משחיתים, איז דער אופן ווי דער יוסטיץ סיסטעם באהאנדלט אפט אזעלכע מענטשן היפש נוטה צו מידת סדום.

איז, יא. מיר האבן וואס מתקן צו זיין; אבער ניין, די שרייערס פון דרויסן זענען נישט מיינע מענטשן.


די פראבלעם איז נישט אז ביי אונז, אז דער ״פראבלעם״ איז בעצם גרעסער ווי אין דער אלגעמיינער געזעלשאפט. נאר אז מען באדעקט עס, און מען רודפ׳ט גאר דעם קרבן פאר דערציילן און חושד זיין דעם אזויגערופענעם צדיק/טעראפיסט, און יענער קען אנגייען און מאכן נאך קרבנות. פארדעם דארף מען שוין איינמאל דעם פארמאכטן סיסטעם וואס איז דא נאר ביי אונז.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 10:39 pm
דורך ידען
דער עולם איז אזוי ציקאכט דא אין גאס אז מע האט נישט קיין צייט צו לייגן די אפדעיטס...

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 10:41 pm
דורך זר זהב
מ'האט ארעסטירט 2 חברה. 1 פראטעסטער און איין חסידיש'ן.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 10:42 pm
דורך ידען
נישט געזען אזא עולם אין וויליאמסבורג אויף איין פלאץ שוין יארן.

Tv איז שוין כמעט אוועק.

איך קען אפי׳ נישט אריינגיין אין זאל. איין טיר שטורעמעו ארויס מענטשן און מיט מיינע גרעסטע כחות קען איך נישט אריין, איך גיי באלד צו די אנדערע זייט. יעצט רוה איך מיך אפ פאר אביסעלע ליפט.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 10:43 pm
דורך זר זהב
שקויעך "ידען", הער נישט אויף צו שרייבן.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 10:48 pm
דורך אבי גערעדט
קידוש השם אין קאנטינענטאל, ווער עס האט נאך איז מכובד ארויפצולייגן

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 10:51 pm
דורך זר זהב
6a00d83451b71f69e20167668d1413970b-400wi.jpg

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 10:54 pm
דורך אבי גערעדט
אגב איז אינטערעסאנט, אז קאנטינענטאל איז געווארן דער באזע פאר יעדענ'ס בויך ווייטאג, פון דער מעמד חנוך לנער ביז דער מעמד הצלת מירון, אין יעצט די היינטיגע מעמד

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 11:23 pm
דורך גדעון
פשי.. אזא עולם,
שעם די סי בי עס! פארן ריפארטן איבער א "צוטיילטע קאמיונעטי" די 'גאנצע שטאט' איז ארויסגעקומען אין סופפורט פאר די עכטע וויקטעם- נ"וו, און א צוויי צענדליגע יונגען און מוידן - אוטסיידערס זענען געקומען אויסגעבן זייער האס אויף די ערליכע אפגעהיטענע חסידישע עולם,

צוטיילטע קאמיונעטי? דער עולם איז נאך קיינמאהל נישט געווען מער פאראייניגט, ארונים, זלונים, אנטי סטמורים,זענען געזיצן באנאזאם אין זיך געווישט די שווייס אין די איבערגעהיצטע זאהל, און געוויזן שטיצע פאר א אייגענעם.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 11:45 pm
דורך ידען
יעצט מיינעך אז בחורים קענען שוין לייענען די שטערן, נאך הערן אזויפיל details פון הייסע סחורה...

מע האט זיי טאקע געהאלטען אין איין אוועקשיקען אבער זיי האבן זיך דאך אריינגעריקט מיט זייערע שארפע יונגע אויערען...

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 11:46 pm
דורך זר זהב
וואס האט דער לויער געזאגט ?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:17 am
דורך [NAMELESS]
איך האלט אז עס איז געווען א טעות מצד די אנדערע צד די פראטעסט ביי וועבערמאנן'ס מסיבה ווייל דאס האט געברענגט פיל מער געלט פאר וועבערמאן‬
איך האלט אויך אז די ריזן מאסן עולם וואס די פראטעסט האט אנגעברענגט האט נאר געוויזן אז וועבערמאן פארמאגט א מאסיווע שטיצע צווישן די קאמיוניטי
און יוסי געשטעטנער וועט ספיננען דיר ריזיגע עולם אלס באוויז אז דער עולם איז פארזיכערט אין וועבערמאן'ס אומשולד‬

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:22 am
דורך [NAMELESS]
קען נישט יעדע גוי פארשטיין inocent untill proven guilty - וואס מ'טאר נישט האלטען אז ס'איז נישט אויפגעוויזען געווארן זיין שילד?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:23 am
דורך יידל
קודם כל, ווי ראשעקאל האט שוין ארויסגעברענגט איז דאס עצם מיטהאלטן א חיזוק פאר וועבערמאן, ווייל די חרדישע ווארטזאגער וועלן אנצייגן אויף די ריזיגע שטיצע וואס וועבערמאן האט באקומען פון די קאמיוניטי.
צווייטנס, אין אמעריקע איז דא א כלל אז מען איז אומשילדיג ביז מען וויזט אויף דיין אומשולד. און דאס איז וואס די קאמיוניטי האלט.

--
ראשעקאל האקט פיין.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:25 am
דורך הערשל
יאנקל האט געשריבן:פארקערט, דאס אז עס איז געקומען אזא ריזיגער עולם באשטעטיגט וואס זיי מאלן אראפ אלס דער פראבלעם, דאס אז די קאמיוניטי שטיצט מנובלים.
און וועגן געלט, מיינסט טאקע אז דער עולם האט געגעבן אזויפיל געלט? זענען נישט רוב געקומען פשוט "מיטהאלטן"?

לייגט זיך אויפן שכל אז אזויפיל מענטשן שטיצן מאלעסטערס?

און אז מער מענטשן קומען איז ממילא דא מער געלט געבערס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:29 am
דורך זר זהב
ראשעקאל האט געשריבן:קען נישט יעדע גוי פארשטיין inocent untill proven guilty - וואס מ'טאר נישט האלטען אז ס'איז נישט אויפגעוויזען געווארן זיין שילד?

ניטש ווען ס'קומט צו א חסידישן איד

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:43 am
דורך John Doe
די נו יארק טיימס באריכט http://www.nytimes.com/2012/05/17/nyreg ... f=nyregion