בלאט 2 פון 3
שוין גראנישט קיין דזשאוק
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 8:21 pm
דורך טיטאניק
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 8:22 pm
דורך מאטי
שמעקעדיג האט געשריבן:וועלכע חלק? וויפיל פראצענט מענטשן עס לאכן דערפון?
און הונדערט יאר ארום ווען "ראובן'ס" אייניקל גייט אפירקראצן אלטע "גוט מארגנ'ס" וועט קיינער נישט וויסן פון קיין לאכערס צו זאגן.
און טיטאניק כ'האב געשריבן "והמסתעף".
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 8:32 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 8:36 pm
דורך טיטאניק
מען וועט יא קימען
געב עס צייט און מען וועט דערציילען אז ווען דער הייליגער רבי רבי שלוימעלע בעלעדער זכותו יגן פלעגט זינגען פלעגען די אלע אנוועזענדע נתעורר ווערען לתשובה
אסאך מוראדיגע עובדות וועט מען נאך דערציילען
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 10:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז דער גרויסע פראבלעם מיט די גליקליכע אמאל? נעמט ארויס א מ"ב א ח"ח וכדו' וועסטו זעהן אז דא איז עפעס אויסנאמליך. דערנאך קוק אין זיין אייגענע בריווען און די מעשיות וואס זיין זוהן שרייבט. ער איז געגאנגען אויף וואקעישען? ער האט געהאט א פרוטה לפורטה? דארט האסטו א משל דערצו.
ר׳' חיים עוזר האט ספרים וואס מ'קען מיינען אז ער האט נאר געלערנט א גאנצע טאג. יעצט קוק זיינע בריוון וועסטו זעהן וואס מיינט נעמען אחריות. אגב, אז מ'קוקט ווי די בריווען זענען געשיקט, זענען א סאך פון דרוזגעניק. הייסט עס דאס איז געווען זיין דאטשע.
ס'איז דא גענוג שטארקע פאקטישע מעשיות פון פריערדיגע גדולים אז מ'דארף נישט גלויבן קיין איין מעשה פון התפשטות הגשמיות. מ'קען ווארפן זעקס בענדער פון נר ישראל און גאנץ י"א אורות אין מיסט און בלייבן א פרומע איד המאמין בה' ובתורתו. ס'פעלט נישט אויס קיין באבע מעשיות.
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 10:45 pm
דורך טיטאניק
על זה אמר רבי יעקב מפשעווארסק זי"ע (וואס איז געווען מפורסם אלס גאון בתורה וביראה געלעבט חיי עוני ודחקות מחבר מפי השמועה דעם י"ג אורות) פארוואס זאגט מען נישט "שלא עשני ליטוואק" ביים דאווענען? ווייל דער ליטוואק איז שוין נכלל אין דעם שלא עשני גוי,
והוסיף אז מען וועט עפענען די הארץ פון א ליטוואק וועט מען טרעפען א שתי וערב,
נאט אייך מען האט געפענט דעם הארץ פון דעם ליטוואק און ער שיסט זיינע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].
איך זאג נישט אז אלע היינטיגע גדולים זענען גארביטש און נישט אלע אמאליגע גדולים, אבער ליידער רובם המכריע יא
און ביי די ליטווישע חדר האט נישט געפעלט קיין מושחתים, שלמה גורן איז געווען א ליטוואק
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 8:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מענטשען האבען אויסגערעדט זייער אנגסט אז לויט וואס סיי זעהן היינט זענען זיי חושד אז אלס פון פריעדיגע דורות איז דער זעלבע באלונ׳׳י ווי היינט. אויף דעם האב איך גע׳ענטפערט אז אה׳׳נ ס׳איז מעגליך אויף געוויסע אופנים, אבער וויבאלד אין אנדערע אופנים איז דאס נישט מעגליך, ר׳ חיים עוזר קען מען נישט אוועקמאכען ווייל די פאקטען זענען קלאר פאר דער וואס וויל וויסען, ממילא קען מען בלייבען א איד אן די אלע אמונות טפלות.
אנטשולדיגט פאר׳ן פארגעסען פון צויי לעכט, אבער ס׳איז נישט געווען קיין סאך טינקעער דערנאך. ווייזט זיך אויס אז זיי האבען נישט אויסגעפעלט.
און וועגען דיין מפורסם אין מדות וואס (לשיטותך) איז גרייט אנצורופען א גאנצע עדה אידען ׳גוים׳, ס׳קען איינער אויפווייזען אט דער גאונות אין לערנען? ווער האט עס געזען אדער געהערט? גלייב וואס ס׳איז דיר באקוועם, נאר וויין נישט ווען מ׳פאדערט א ראיה פאר מ׳איז גרייט אריינצוטאנצען
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 5:54 pm
דורך ימי קדם
טיטאניק האט געשריבן:על זה אמר רבי יעקב מפשעווארסק זי"ע (וואס איז געווען מפורסם אלס גאון בתורה וביראה געלעבט חיי עוני ודחקות מחבר מפי השמועה דעם י"ג אורות) פארוואס זאגט מען נישט "שלא עשני ליטוואק" ביים דאווענען? ווייל דער ליטוואק איז שוין נכלל אין דעם שלא עשני גוי,
והוסיף אז מען וועט עפענען די הארץ פון א ליטוואק וועט מען טרעפען א שתי וערב,
נאט אייך מען האט געפענט דעם הארץ פון דעם ליטוואק און ער שיסט זיינע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].
איך זאג נישט אז אלע היינטיגע גדולים זענען גארביטש און נישט אלע אמאליגע גדולים, אבער ליידער רובם המכריע יא
און ביי די ליטווישע חדר האט נישט געפעלט קיין מושחתים, שלמה גורן איז געווען א ליטוואק
האב איך נישט געוואוסט אז ביסט געווארן א "שמאלני" א לינקער פרייע איזרעאלי. דאס איז די איינציגסטע וועג איך קען טראכטן אז ער איז געווען ערגער פון די איבריגע רבנים ראשיים. הרב לאו איז א חסיד, הרב הרצוג איז געקומען פון חסידים, און ווער רעדט נאך פון מורינו הרב קוק ז"ל ער איז דאך שוין געווען ממש א חסידישער רבי.
די מער לינקע (ולמען האמת, היינט אפילו אסאך דתיים לאומיים) האבן אים נישט ליב געהאט (שיין גערעדט) צוליב דעם וואס ער איז געווען ראדיקאל רעכט, מיט שלימות הארץ וכו'. אבער בדרך כלל איז ער איינערקענט אלס איינער וואס האט אסאך ארויסגעהאלפן צום רוחניות'דיגן און תורה'דיגן אויסקוק פון די מדינהת און ספעציעל פון צה"ל.
אה, איין מינוט, איך האב פארגעסן אז ער איז געווען די רב ביים באפרייען די כותל, און האט געמאכט א שהחיינו בשם ומלכות תיכף נאכן היסטארישען דעקלעראציע פון "הר הבית בידינו". טאקע א מושחת.
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 7:18 pm
דורך טיטאניק
מיר זענען סתם פארפארען פון די קעפל
אבער איך עצה דיר צי גאגלען די פרשה פון אח ואחותו פון גורן
און וואס מען האט געזאגט צי דעם
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 10:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז נישט קיין נידון צווישען ליטוואקס און חסידים. מענטשען זוכען אין וואס צו הענגען ווען מ׳זעהט דער היינטיגע דור, וואס רוב מנהיגים זענען נישט ווערט די שפייעכץ, כולל א.ג. ליטווישע און פון אנדערע לענדער אין מזרח יוראף. מ׳דארף אנהויבען זוכען דער אמת מיט די קנה מדה פון אמת און נאר קלארער אויפווייזונגען זאלען אונז פיהרען, נישט באבע מעשה׳ס און אמונות טפלות. דער מוסטער פון א מנהיג אן אדם גדול וואס איך קען איז ר׳ חיים עוזר. טאמער איינער האט אזוינס פון גאליציא אדער אונגארען, אדרבה מעלד זיך. אבער ביטע זיי גרייט אויפצוווייזען מיט א קלארקייט.
און וועגען שלמה גורן. הן אמת ער איז געווען א שטארקער גלויביקע אין מזרחי אמונות, און דאס האט אריינגעברענגט א רוחניותדיגע גייסט צום מאדערנע איזרעילי איד, אבער דער אריינלייגען פסק הלכה אין זיין פאליטישע אמביציע׳ס איז געווען זיין דורכפאל. טאקע זייט זיין צייטען האבען די חרדים שטארק גע׳ארבעט אז ס׳זאל זיין אין די הענט פון זייער׳ס, און טאקע שטייען זיי היינט אין די שוואכסטער מצב שייך. אז דו מיינסט חסידישע רבנים טויגען נישט גיי טרעף זיך מיט זיי. קליינקעפיג נערישע עם הארצים וואס אויסער געלט און בילדער אין צייטונג גייט זיי גארנישט אן. ס׳איז לייכטער זיי צו פיהרען ביי די נאז, אבער לעומת דעם קומט ארויס גרויס טענות ביי די פרייע און די גאר מאדערנע, וואס ליידע האבען א ביסל רעכט, און דערמיט איז געבארען געווארען אזעלכע פארשוינען ווי דוד סתיו.
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 10:44 pm
דורך [NAMELESS]
ר' מאיר שפירא זצ"ל לובלינער רב איז געווען א גאון בתורה און א ריזיגע מנהיג און א חסידישע רבי'שע אייניקל און האט געוואוינט און פולין ניט אין די ליטא. (געשטאמט האט ער פון שאץ, רומעניע ביים גרעניץ פון גאליציע)
נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 5:48 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 3:10 pm
דורך זיגמונד פרויד
די בעלי דרשנים זענען די זעלבע ראשי ישיבות וואס האבן אויפגעבויט אין שטיייען אונטער די היינטיגע געלעכערטע חינוך סיסטעם. גייען זיי מעלדען זייער רעזיגנאציע ביים אסיפה??
איך שטעל זיך פאר אז די נושא וועט זיין ״אריינברעגען ווארעמקייט אין תלמידים״. אבער נאר אין אזעלכע תלמידים וואס שטעלן זיך צו צו תקנות הישיבה עד הסוף אין טראגן נישט מאדערנע גלעדער, הערן נישט ליפא׳ס טעיפס, מאכן זיך נישט די פיאית שיין, האבן נישט אקסעסס צי אינטערנעט אין פאלויען נישט אמעריקאנער ספארטס וכד׳... והמבין יבין
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 5:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
וועסט באמערקן אז די אלע אסיפות גרויסע און קליינע האבן אלעמאל א געוויסע פיגור אינטער דעם, אמאל א רבי אמאל א ראש ישיבה וכו'. די סיבה איז פשוט, די מענטשען פון דעם פיגור ווילן פאמפען דעם פיגור'ס ברענד, מוסדות, און פרעזענדליכקייט, אזוי קען מען שפעטער איינקעשן אויפן פיגור'ס פאפולערקייט אלע גוטע זאכן, ווי כבוד, געלט, power, בילדער וכדומה. איך רעד נישט פון דמיון, איך בין געווען שטארק אינוואלווד אמאל אין די זאכן.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 5:51 pm
דורך לית דין בר נש
א שאד די האסט זיך ארויס געלאזט! אונז וואלטן געשטאנען אסאך בעסער! חוץ אויב אין ריע"ל ליי"ף ביסטו אויך אזא פיגור!
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 6:11 pm
דורך טיטאניק
אדער פרנסה פאר אידען
עס קאסט דאך 10 דאלער איינטריט
מאך א חשבון א אלף נשים איז א צענער ווי גארנישט, אלפיים איז א צוואנציגער און אזוי ווייטער
ווי גייט די געלט? הרב ראזענבלאם קימט בחינם (אויב זיינע חברה צאלען נישט צי אפאר דאלער מטעם הרויטע וואנצעס) די אנדערע רעדנערס קימען אויך פאר די זעלבע פרייז
וואס קאסט? ספיקערס? איז נישט קיין צוואנציגער! מיט די מודעות איז נאך אויך נישט קיין צוואנציגער
און איך גלייב אז עס גייען זיין דארט מער ווי 2 טויזנט פרויען
איז ווי גייט דאס געלט? לאמיר זאגען אז די הוצאות זענען 5 טויזנט, שוין אסאך געזאגט
ווי גייט די איבעריגע געלטער?
מיט גרויס אפעטיט פאר אלע עסקנים
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 6:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'קען איינער ברענגען ליי"ו אפדעיט"ס פון דער וויכטיגע אסיפה? כ'מיין טויזענטער מענטשען פארען א שעה צייט יעדער וועג צו הערען דער דבר ה' ברמה פון מענטשען-אן-נעמען וואס גייען ארויפברענגען דער וויכטיגקייט פון דער אסיפה און דערנאך וועלען מיר הערען ווען וועט זיין די נעקסטע אסיפה.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 7:41 pm
דורך שעפטל
רבוש"ע געב אריין א הירהור תשובה אין אלע פארזאמעלטע, יא איינס ביי איינס אז זיי זאלן זיך בארעכענען אז די קינדער זענען נישט זייערע שפילצייגן און נישט קיין דאמי'ס!
אנגעגרייט זאגט מען אריבער 5,000 בענקלעך

- IMG-20140521-WA047.jpg (278.84 KiB) געזען געווארן 1653 מאל
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 8:14 pm
דורך קאווע טרינקער
מ'האט גערעדט פון די וויכטיקייט פון טיפ'ן מחנכים מער אפטער.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 8:41 pm
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 9:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לדעתי (כפול) איז דער גרעסטע חיזוק פאר מחנכים זיך אויפצופיהרען ווי ס׳דארף צו זיין איז אין די היינטיגע נייעס ווען מ׳ האט ארעסטירט צוויי קינדער 9 יאר און 12 יאר אלט פאר׳ן אריינלייגען גיפט אין די וואסער פלאש פון זייער לעהרער. מלמדים היט זיך, ביסט גארנישט פארזיכערט אין דיין לעבען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:42 am
דורך למדן
די אלע האבן באצאלט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:21 pm
דורך ישמעאל הכהן
וואס איז געווען נעכטן?

- IMAG0699.jpg (69.9 KiB) געזען געווארן 1453 מאל