בלאט 2 פון 7
נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 11:34 am
דורך לבי במזרח
איך אויך האט געשריבן:ווער איז דער בעה''ב?
דו וואלסט געברויכט וויסן, ער איז דאך א בעלזער, ער הייסט שמואל גליק. זיין שווער איז איינער וועטנשטיין וואס לויט ווי איך הער איז ער די מעין אינוועסטאר. די בעקערי דיפארטמענט איז שרייבער (אויך א בעלזער) וואס האט שוין בעקערי׳ס אין בארא פארק און פלעטבוש. מען זאגט אז זיי האבן געברענגט עפעס א ספעציעלן בעקער פון קאנאדע. מיר ווינטשן זע אלע גרויס הצלחה.
נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 11:44 am
דורך מ גפני
איז ברויט/בעקערי גודס די עיקר פונעם געשעפט?
נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 11:47 am
דורך רויטע וואנצעס
די איידיע פון breadberry איז בערך אויפן נוסח פון גארמעי גלאט, אבער פילט זיך אביסל מער היימיש. די בעקעריי דיפארטמענט איז גראדע א חידוש אין בארא פארק, מער אויפן נוסח פון pomegranate. די סטעף איז מורדיג העפליך, לאמיר האפן די העפליכקייט וועט אנהאלטן. פרייזן זענען גאנץ גוט אזוי ווי יעדע נייע געשעפט, צו ציען דעם עולם, עמיר זעהן און צוויי יאר פון יעצט. די טעיקאוט האט גאנץ שיינע אפשיענס, זיי האבן אפילו קאטשקע פלייש, אבער מעש פאטעטאס האט מען נאכנישט אנגעיאגט צו מאכן. אויך נישט פארגעסן צו לייגן קליינע קענס און דרינקס און פרידזשעדער, ס'זייער וויכטיג. זאלן זיי האבן הצלחה, און מאכן גענוג געלט צו בויען אויפן דאך א פארקינג לאט.
נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 8:50 pm
דורך berlbalaguleh
BAL TSHIVA האט געשריבן:מה יעשה הבן האט געשריבן:דאס נייע סטאר גייט הרגנען די טראפיק אויף 60 סטריט, דאס איז ממש משוגע, אזא גרויסע סטאר און זיי האבן נישט קיין פארקינג
With all school bus stops on 60th traffic was always bad
Now it's going to get even worse!!!...

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 9:27 pm
דורך פישלע העררינג
ווער דארף א פארקינג לאט? א קאר ברענגט איבערוואג, נערוועזקייט, און איז א כלי של עצל.
נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 9:51 pm
דורך קליגער אינגערמאן
פישל'ע העררינג האט געשריבן:ווער דארף א פארקינג לאט? זאלן די שמנת עבית כסית תושבים קומען צו וואקען צו די געשעפט, און לאזן מאכן א דעליווערי. א קאר ברענגט איבערוואג, נערוועזקייט, און איז א כלי של עצל.
אריין אין מחאות אשכול..
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 4:26 pm
דורך חכם עתיק
אינטרעסאנטע אשכול..
וואס טוט זיך מיט וויליאמסבורגע געשעפטן??
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 7:08 pm
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 7:09 pm
דורך ישמעאל הכהן
דער אינדערמיט ארבעט דאך ביי גארמעי גלאט??
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 8:09 pm
דורך קאווע טרינקער
ישמעאל הכהן האט געשריבן:דער אינדערמיט ארבעט דאך ביי גארמעי גלאט??
לא קשיא.
נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 3:06 pm
דורך קאווע טרינקער
Wow
נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 1:36 pm
דורך Chuchem
On 12th ave and 51st (next to Shlomy's Bakery) is coming a choclate/sweets/nut store.
"The Chocolate Bar"
נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 9:40 pm
דורך קאווע טרינקער
די בייס אריין איז קעגען שלחן ערוך הלכות דרך ארץ בסעודה
נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 10:29 pm
דורך יין שרף
קאווע טרינקער האט געשריבן:די בייס אריין איז קעגען שלחן ערוך הלכות דרך ארץ בסעודה
איך האב מיר געוואונדערט פארוואס די רבנים האבן גע'אסר'ט די עפל פראדוקטען...
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 1:18 pm
דורך Chuchem
/
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 1:36 pm
דורך לית דין בר נש
איז עס שלומי'ס וואס עפענט דער גישעפט?
אזוי זעהט אויס פון אינדרויסן די זעלבע סטייל איבערגעמאכט און איך ווייס אז שלומי'ס פלעגט פארקויפן טשוקעלאד ביי זיך אין גישעפט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 1:48 pm
דורך Chuchem
I understand that not.
I heard that its a Bobover Yingerman.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 9:37 pm
דורך מצטמק ויפה
די בעה"ב איז א באבוב'ער אינגערמאן, לייבי דעמביצער, איידעם ביי יענקי דאסקאל.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 9:40 pm
דורך רויטע וואנצעס
12 עוועניו פלעגט זיין א פארשלאפענע שאפינג סטריפ, לעצטענס איז עס צוריקגעקומען צו לייף, מיט אסאך שיינע/איבערגעבויעטע געשעפטן.
שלומי'ס בעקעריי
די נייע טשאקלאד סטאר
מהדרין גראסערי
יודל'ס גראסערי
בלומען סטאר לעבן שלומי'ס
ועוד
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 10:32 pm
דורך קאווע טרינקער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:12 עוועניו פלעגט זיין א פארשלאפענע שאפינג סטריפ, לעצטענס איז עס צוריקגעקומען צו לייף, מיט אסאך שיינע/איבערגעבויעטע געשעפטן.
שלומי'ס בעקעריי
די נייע טשאקלאד סטאר
מהדרין גראסערי
יודל'ס גראסערי
בלומען סטאר לעבן שלומי'ס
ועוד
אפיס פון כולל חבת ירושלים!
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 10:36 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווי? די p.o. box אין די פאסט אפיס?
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 10:54 pm
דורך ישמעאל הכהן
פארגעס נישט וועבער'ס נייע פלייש יאטקע
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:06 pm
דורך גייווייס
ווער געדענקט נאך די שטומפפע און גלאנצלאזע געשעפטען וועלכע האבן געפינטעלט די אידישע נאכבארשאפטען מיט א צוויי יאר צענדליג צוריק? עס דריזעלט מיר נאך דער מוח פון די קאלטע פארשלאפענע "פלארעסענט" ליכט. דאס געמוט איז מיר נאך פארטעמפט פון די דריבנע טונקעל-ברוין כמו-האלץ פאנעלען וועלכע האבן געזאלט דעקארירען די הויכע ווענט. ועל כולם איז מיר נאך די מרה לבנה זויער פון דאס גוטהארציגקייט פונעם געשעפטסמאן וועלכער האט במו לבו הטוב איינגעוויליגט אויפצוהייבן די לעזן-גלעזער פונעם דיקן חשבונות בוך מיר צו שענקען אן אויסגעבעטן בליק. נאך אלעם האב איך ארויסגעשפרייזט פונעם געשעפט מיט א פארשטויבטען געגענשטאנד וואס האט שוין אטוואס געפראוועט איר בת-מצווה אויף די פאליצעס.
די היימישע קונדען זענען שוין איצט דערויף געקומען אז אין אמעריקע איז דער אקט פון איינקויפען געברויכען נישט מער א בלויזע מקח-וממכר טראנזאקציע, נאר איז פיל מער אן ערפארונג וואס ברויך אפעלירען צו אלע פינף חושים.