בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:44 pm
דורך עפל סיידער
א בור ברשות הרבים?? וואסי די שאלה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:45 pm
דורך עפל סיידער
עפל סיידער האט געשריבן:א בור ברשות הרבים?? וואסי די שאלה.


די ישיבות ברויכען נאר זעהן אז עס זאלען זיך נישט ארום דרייען אזויפיל בורות בלי מים ומלא נחשים ועקרבים, פילט זיי אהן מיט מים מתוקים וועלן זיי נישט טועם זיין פון די מים גנובים, זיך דרייענדיג ווי בורות בורות נשברות.

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:57 pm
דורך יואב
כתר מלכות האט געשריבן:איך גלייב אז דער ווייס, אויב עס איז בכלל אמת, איז שוין לאנג צירוק אין מסגרת הישיבה, אויב האט ער צוגעזאגט אפצולאזן דעם פאון.


כ'זעה דו ביזט זייער א שטארקער מאמין. אבער "איך גיי נאמאר", איז שוין מער ווייניגער א טאקטיק פון דעם ווייטן אמאל. והלא דברים קל וחומר: אויב א בחור, וואס קומט פון א נישט איבריג פארמעגליכן שטוב, איז "פלעין" וואויל, און קומט נאך פינף און ניינציג פראצענט משוגעת'ן, מאכט מען אים צרות יגון ואנחה, כל שכן איינער וואס האט געהאט די חוצפה אריינצושטעלן א צלם אין היכל הישיבה, אז ער וועט נישט אזוי שנעל קענען צוריק זען די פריש געשוירענע וואנצעס פון זיינע אומבאהאלפענע מגידי שיעור.

ווילאנג "מ'ווייסט" נישט פאקטן איבער דער מעשה, קען מען נאר שפאקולירן. מיר קוקט אויס, אז דער בחור שרייבט אמת. ס'שפירט זיך ווי ארויס פון הארץ. זיין נאמען איז ווארשיינדליך פיקטיוו, סיידן זיין צעבראכנקייט האט אים גע'היט אזוי ווייט, אז ער האט מחליט געוועזן צו שרייבן זיין נאמען.

צו טעג איז געוועזן ס'מסור, בלייבט אויך איבער צו שפאקולירן. דער בחור קוקט אבער אויס צו זיין איבערצייגט אז יא. מוז לאו דוקא זיין.

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:26 pm
דורך BAL TSHIVA
The "RISHEI" YESHIVE also know that other kids have smart phones but if he fights it he can close the yeshiva what will be do for parnosa????

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:28 pm
דורך BAL TSHIVA
Takes 1boy and makes a and using him as example

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 9:11 am
דורך כתר מלכות
@יואב, איך גיי נאמאר,ארבעט נאך אלס, נאר מיט אנדערע מיטלען, דהיינו מען גיבט דעם בחור א לעקציע, מען לאזט אים זיך איינבעטן אפאר וואכן, ער דרייט זיך אויפ'ן גאס אפאר וואכן, ביז ער ווערט אזוי צוקלאפט נעבעך, אז ער זאגט שוין עכט צו.....

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 11:01 am
דורך קרעקער
עטס מאכטס ענק? אדער זענט עטס טאקע תמימותדיג
הונדעטער ישיבה בחורים האבען היינט סמארטפאנס
נישט געשעיווטע בערד נאר נארמאלע בחורים וואס הייסען עווריטש
איך זאג נישט קיין נאמבערס אבער אין א גרויסע ישיבה ווי קווינס און קר"י איז דא "הונדעטער"" סמארטפאנס
איך ווייס עס פון טוויטער און אנדערע גרופס ווי צענדליגער בחורים זענען אויפגעסיינט און זענען עקטיוו

בייג אריין די קאפ אין זאמד און שריי סנישטא
ברוך ה'

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 12:58 pm
דורך סאשי פיש
ער ברענגט פיין ארויס די ענין דא
ווי אזוי הייסט ער?

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 2:34 pm
דורך עפל סיידער
הרב שאול יצחק ראבינאוויטש

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 3:32 pm
דורך אפריקאנער
מורי ורבותי! כ'שטיי און שטוין וויאזוי דער עולם רעדט אזעלעכע non sense מיין גרעסטע לימוד זכות איז, אז די שרייבערס זענען לכה"פ 35 יאר אלט. וואס קודם געדענקט מען שוין נישט די חטאת נעורים, אדער האט מען עס זיך שוין מוחל געוועהן, און מ'ווייס נישט די מצב אין די ישיבת כהיום .
כ'וועל נישט צופיל מאריך זיין, ווייל די סוגיא באלאנגט ענדערשט אין מאחורי
. אבער מגלה טפח ומכסה טפחיים קען מען אביסעלע ארויסברענגען אויפען שפיץ גאפל וזה החלי בעזהשי"ת:
לאמיר צולייגן די זאך אויף קליין געלט. וואס איז די פראבלעים אז א בחור האט רח"ל אינטערנעט.
1. ער איז שוין open minded
2. ער וועט גיין משחית זיין אנדערע בחורים.
יעצט וויפיל בחורים זענען אפען פאר די גאס אן אינטערנעט? וויפיל האבן שוין געזעהן אינטערנעט אפילו זיי האבן שוין יעצט נישט קיין אינטערנעט? לפי"ז יעדער בחור וואס ווייס כלה למה נכנסת לחופה איז זיין פלאץ נישט אין קיין ישיבה!
ווייטער אויב מורא האבן ער וועט גיין משחית זיין אנדערע בחורים, אמת ס'וואלט ווען געדארפט זיין אזא תקנה אז מ'טאר נישט האבן קיין אינטערנעט אין קיין ישיבה..... אבער וויפיל מושחתים דרייען זיך אין ישיבות משחית זיין אנדערע בחורים. קלערן אויף בחורים צו זינדיגן "אן אינטערנעט"???
וויפיל סמארט טעלעפאנען זענען דא אין ישיבה וואס קיינער ווייס נישט דערפון

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 3:44 pm
דורך אפריקאנער
איימסאריי מיין קאמפיוטער איז משוגע געווארן עוד חזון למועד
גוט שבת!

נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 5:37 pm
דורך shem-tov
טיטאניק האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:איי ווי זאל דער בחור בעל האייפאן גיין? ווי זאל ער לערנען? עס זענען דא אסאך תשובות דערויף

עס זענען דא אסאך תשובות דערויף??

ווילט טאקע?
דער עולם איז מכובד צי העלפען מיט עיצות

- ער קען גיין ארבעטען פון 10 ביז 6 יעדען טאג+ האבן א שיעור ציפרי און ביינאכט, וועט ער אוועק לייגען אפאר דאלער צי זיין חתונה און זיין א איד אויך
- זענען דא ישיבות כמו פראגער ישיבה וואס טיען דערינען
ועוד ועוד




סאיז נישטא אזא מין זאך א ישיבה וואס זאל אפיציעל ערלויבן א סמארט פאון מיט אינטערנעט, מיט אדער אן א פילטער, טראכט א מינוט אריין די לייגסט אריין דעם קינד אין א הייסן טאפ פון נסיונות פיר און צוואנציג שעה א טאג ומה יעשה הבן שלא יחטא. וואס מען טוט אבער יא היינט און פארשידענע ליטווישע ישיבות ובתוכם טאקע אין פראגע ישיבה אין מאנרא, אז מען לאזט דיך עס האלטן אבער מיט א קאנטראל. דהיינו די מוזט ווייזן דיין פילטער און סווערט כסדר געטשעקט ביי א מומחה אין ישיבה. און די צווייטע תנאי אז די מעגסט עס האבן בלויז איין שעה א טאג. פונקט ווי א קינד מיט א טוי, ווייל פאקטיש איז דאך עס זיין טוי. ועכ"ז וויפיל מען רייסט אים אראפ פון אזעלעכע גוטע יודן וואס שרייען אז ענדערשער זאלן די בחורים בלייבן אויפן גאס ווי איידער אין אזא ישיבה. איי אויפן גאס וועט ער דאך ווערן א גוי גמור דא פאקטיש דיעלט מען מיטן פראבלעם און ער לערנט ער דאווענט און וועט אויסוואקסן א פיינער יוד אי"ה אבער אויף קיין בלינדע שוטים לאמיר קיין קשיות נישט פרעגן ווייל אפילו אויף די אייגענע קינדער וועט ער דאך נישט רחמנות האבן. ער ווייסט בלויז פון יענעם שמייסן און פייניגן ה"י

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 12:25 pm
דורך שרייבער
סאשי פיש האט געשריבן:ער ברענגט פיין ארויס די ענין דא
ווי אזוי הייסט ער?

Nothing Here
The file you're looking for has been deleted or moved.

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 12:26 pm
דורך שרייבער
קרעקער האט געשריבן:עטס מאכטס ענק? אדער זענט עטס טאקע תמימותדיג
הונדעטער ישיבה בחורים האבען היינט סמארטפאנס
נישט געשעיווטע בערד נאר נארמאלע בחורים וואס הייסען עווריטש
איך זאג נישט קיין נאמבערס אבער אין א גרויסע ישיבה ווי קווינס און קר"י איז דא "הונדעטער"" סמארטפאנס
איך ווייס עס פון טוויטער און אנדערע גרופס ווי צענדליגער בחורים זענען אויפגעסיינט און זענען עקטיוו

בייג אריין די קאפ אין זאמד און שריי סנישטא
ברוך ה'

ווי אזוי ווייסטו פון טויטער אז דער האט א סמארט פאון? ער קען האבן א פלעינע פאון און באקומען טוויט מעסעזשעס

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 2:31 pm
דורך יין שרף
מיט געוויסע עפפ'ס, קען מען זעהן פון וואו מען ארויסגעשיקט די טוויט. (כגון טעקסט, טוויטער פאר דרויד, עקט.)
און לאמיר זיך נישט נארן, וממכירי קאמינא, אסאך! און גאר אסאך ישיבה בחורים האבן סמארט פאונס!!!

נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 12:47 pm
דורך שמעקעדיג
קול מבשר האט א אינטערוויאו איבער די מעשה

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 20#p877220

טע''ג ארג. לייקענט די פאלשע בלבול

נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 9:46 pm
דורך עפל סיידער
אין די לעצטערע וואכען האבען מענטשען ארויסגעלאזט א שם אז טע''ג געבט איבער די פערסענעל אינפא. פון זייערע מענטשען וואס קומען ביי זיי פילטער'ן די טעלעפאנען, אין א אינטערויו אויף קול מבשר לייקענט טע''ג אז זי זאל האבען אמאל חלילה ארויסגעליקט אינפא. פון א בחור פאר זיין ראש ישיבה איבער זיין סעלפאון.
אזוי גייט היינט די וועלט די גרויסע טע''ג קאמפעני דארף זיך אויפשטעלן אויף די אידישע ראדיא און מכחיש זיין אן אנאנימער אימעיל, וואס איז דא אויף קאווע שטיבל אין עטליכע פלעצער אויסגעקייט געווארען

די אינטערויו איז נומער 1027 ביי די אינטערויו סעקשען פון קול מבשר
212-444-1100
3-1

נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 10:49 pm
דורך היימישער ליטוואק
Never believe anything in politics until it has been officially denied
(-Otto von Bismarck)

נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 10:52 pm
דורך לאליפאפ
איך ווייס אליין א בחור פון מאנסי וואס א טעג ארבעטער האט ארויסגעגעבן אינפארמאציע איבער אים.

נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 11:27 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב שוין געשריבן דערפון אין יענעם אשכול
viewtopic.php?p=206053#p206053

מנהלים מען קען צאמשמעלצן

נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 11:57 pm
דורך דענקער
עפל סיידער האט געשריבן:אזוי גייט היינט די וועלט די גרויסע טע''ג קאמפעני דארף זיך אויפשטעלן אויף די אידישע ראדיא און מכחיש זיין אן אנאנימער אימעיל, וואס איז דא אויף קאווע שטיבל אין עטליכע פלעצער אויסגעקייט געווארען

That's the beauty of it.

אז גרויסע גלית'ן זענען אקאונטעיבל אויף זייערע מעשים, און טאמער זיי באגייען אן אומרעכט דארפן זיי אפגעבן דין וחשבון.

נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 12:30 am
דורך איחוד פעלד
זיי דארפען נישט אנגעבען קיין שום דו"ח.

כ'גלויב אז זיי האבען זיך געלאזט געבען אן שאלות ותשובות אויף קול מבשר, און מען האט געפרעגט די שאלה, ומה יעשה הבן שלא ישקר? אם יודה אוי לו ואוי לנפשו, ואם יכפור ינצל (יום כיפור קטן).

נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 11:58 am
דורך לעיקוואד
"א בחור מיט א סמארטפאון, דארף מען ווארפן פון ישיבה?"

ניין, אוודאי נישט, א סמארטפאון איז א חשוב'ער כלי. און יעדער בחור אין די ישיבה איז מחוייב זיין איינגעשריבען אין די ישיבה'ס סיסטעם וואס שיקט אימיילס יעדער מאל פאר א שיעור, און ווער עס וויל קען זיך איינשרייבען אין דער ספיציעלער פארטאגס וועקער פראגראם, וואס וועט שיקען א וועקער טאן צו די בחורים יעדער אינדערפרי צען מינוט פאר'ן סדר.

נאר טאמער לערנט ער אין קווינס און ער איז איינגעשריבען אין די ארונישע וואצאפ גרופע, אדער פארקערט, דעמאלטס איז שורת הדין ער האט נישט קיין דריסת הרגל אין די ישיבה, קל וחומר טאמער וועט מען אויסגעפינען אז ער באקומט אפדעיטס פון די @בני_יואל טוויטער, דעמאלטס איז אחת דתו, כמקובל בידינו ומבואר באשכולות רבים דכפר צימעס.