בלאט 2 פון 4

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 3:02 pm
דורך געפילטע פיש
פישל'ע העררינג האט געשריבן:מאך דיך נישט אזוי פעסט און תמימות'דיג בהעלם אחת.

א מאן מעג זאגן פאר זיין ווייב אז ער וויל נישט - יא, ער וויל נישט - אז זי זאל אהינגיין. ער קען איר זאגן אז ער איז אפענדעד פון איר גיין הערן דרשות וואס זענען געצילט זיך צו מישן אין זיין סדר החיים.

און יא, פרויען ווערן איבערגענומען פון דרשות און עס קען איהם שטערן אין שטוב. "גרעסערע פראבלעמען"? מציאות הקר.

איך פראביר נישט צו זיין פעסט אדער תמימות'דיג, באמת נישט, נאר ווען איך הער יונגעלייט רעדן אזוי, לאז דאס יא, לאז דאס נישט, איך לאז איר נישט דעס... גריצעלט מיר עס אין די אויערן. אבער אויב דו האסט געמיינט אז ער זאל איר זאגן ס'איז עם נישט ניחא זי זאל גיין, און אז ס'וועט עם, און בפועל איר, באדערן אז זיי גייט, מיט דעם ביזטו גערעכט. פון דיינע ווערטער "דער וואס לאזט זיין ווייב גיין" האב איך פארשטאנען אנדערש, ואתכם הסליחה.

אבער לענין שמיעת דרשות און ווערן אינגאנצן איבערגענומען, מיט גרעסערע פראבלעמען מיין איך אז רוב פרויען ווערן נישט אזוי איבערגענומען, מ'הערט שיינע דרשות, מנעמט זיך אונטער לשון הרע-פרייע שעות, אבער איך זע נישט אז די סקוירטס איך בארא פארק זאלן האבן לענגער געווארן אדער שייטלעך קורצער, די פרויען וואס וועלן אהיימקומען און דרינגען פונעם מאן אוועקצווארפן די אינטערנעט האט לעולם אלעמאל אזוי געהאלטן, נאר האט נישט געהאט די גאטס מקיים פסק צו זיין, און פון דעם דרשה האט זי באקומען די ברענשטאף, די קאנפידענץ, אראפצולייגן די פיס. און דאס מיינט גרעסערע פראבלעמען, ווייל דאס מיינט אז די דיאלאג איז נישט בנמצא, די גאנצע אינטערנעט איז אזוי כלאחר יד, נישטא קיין הסכמה וויאזוי צו פירן דאס שטוב, און מאן און ווייב זענען נישט אפען צווישן זיך. כ'האב חלילה נישט געמיינט אוועקצומאכן דעם יונגעמאנ'ס פראבלעם, נאר צו זאגן אז "דאס" איז נישט זיין פראבלעם, ער האט סאך גרעסערע פיש צו כאפן.

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 3:07 pm
דורך געפילטע פיש
גערעכט.

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 8:19 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'שפיר אז מאכן דעם אסיפה אין א באבוב45 בנין, און ארויסשרייבן בנות ציון דבאבוב אויף די פלאקאטען, איז א דירעקטע נקמה קעגען באבוב 48 פארן זיך נישט צושטעלן צום סקולען/וואקסמאן/גאטליב פראפעגאנדע מאשין בימים ההם אין סיטיהאוויץ.

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 1:59 pm
דורך באבובער
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'שפיר אז מאכן דעם אסיפה אין א באבוב45 בנין, און ארויסשרייבן בנות ציון דבאבוב אויף די פלאקאטען, איז א דירעקטע נקמה קעגען באבוב 48 פארן זיך נישט צושטעלן צום סקולען/וואקסמאן/גאטליב פראפעגאנדע מאשין בימים ההם אין סיטיהאוויץ.



עס איז א דבר פשוט מאוד, 48 שטעלט זיך נישט צו די איחוד הקהילות, דארפען זיי זיך גארנשיט רעכענען מיט זיי.
אפשר אזוי וועלן זיי זיך אויסלערנען זיך צוצושטעלען.

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:04 pm
דורך בארא פארקער
זיי גיין זיך נישט אויסלערנען גארנישט. זיי ווילן זיי אויסגעשלאסען פון כלל ישראל. איבעראל פארשטייען זיי בעסער.
אין סאיז נישט קיין שון עוולה אז מ'מאכט עס אין א באבובער בנין (ר"מד). גארנישט אנדריש ווי הצלה מאכט זייערע דינער דער מוצ"ש אין עטרת גאלדא (ב"צ)

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:12 pm
דורך געפילטע פיש
ווער איז דיין כלל ישראל?

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:15 pm
דורך בארא פארקער
באבוב (ר"מד), בעלזא, סאטמער, וויזניץ, סקווער, פאפא, וגו'

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:56 pm
דורך לית דין בר נש
וועלכע בעלז מאכנובקה אדער תל אביב? וועלכע סאטמאר מהרז"ל מהר"א ? וועלכע וויזשניץ מאנסי בני ברק? וועלכע סקווירא בארא פארק אדאר New Square? וועלכע פאפא בארא פארק וויליאמסבורג?

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 4:25 pm
דורך געפילטע פיש
בארא פארקער האט געשריבן:באבוב (ר"מד), בעלזא, סאטמער, וויזניץ, סקווער, פאפא, וגו'

א רחמנות אויף דיר מיט דיין כלל ישראל, עפעס אפאר צוריקגעבליבענע אימיגראנטען פון מזרח אייראפע וואס קענען זיך נישט ווייטער רוקן פון דארט וואו די שיף האט געאנקערט, אנגעוויזן אויף פראגראמען און חסד ארגעניזאציעס. א רחמנות אויף א גאט אויב דאס איז זיין כלל ישראל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 6:12 pm
דורך שעפסעלע
ביים אסיפה גייט זיין א אויבן אן מיט די עלטערע רבנים פון שטאט בארא פארק, אין עס וועט אפגעטיילט וועגן מיט א טונקעלע גלאז, אז די פרויען זאלן קענען זעהן די רבנים.
אין לעיקווואד גייט אויך זיין אזא אסיפה קומענדיגע וואך, און אין מאנסי קוקט אויס וועט זיין אין די וואך נאך שבועות

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 2:01 am
דורך דריידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'שפיר אז מאכן דעם אסיפה אין א באבוב45 בנין, און ארויסשרייבן בנות ציון דבאבוב אויף די פלאקאטען, איז א דירעקטע נקמה קעגען באבוב 48 פארן זיך נישט צושטעלן צום סקולען/וואקסמאן/גאטליב פראפעגאנדע מאשין בימים ההם אין סיטיהאוויץ.


לאו דווקא. נארמאל קומט מ'זאל שרייבן בנות ציון דבאבוב, נאר טאמער איז דא פרעשור פון 48, מוז מען טרעפן אן אנדערע וועג וויזוי צו שרייבן. אזוי ווי 48 האט נישט קיין שייכות מיט'ן גאנצע אסופה, קען מען שרייבן נארמאל.

איך וויל נאר וויסן וואס טיט זיך מיט די ארונים. וועט זיין דרשות אויף ענגליש? און טאמער יא, וועלן זיי גיין? טאמער וועט נישט זיין קיין דרשות אויף ענגליש אלט קומט זיך זיי קרעדיט אז אן אסופה פאר פרויען אין בארא פארק זאל זיין בלויז אידיש

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 11:27 am
דורך טיטאניק
יעצט זעה איך אז עס קומט די מיטוואך, אלע פרויען זענען העכסט פארנומען מיט זייערע טשיז קעיקס... נישט געטראפן א בעסערע צייט?

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
אסיפה אין לעיקוואד

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 9:03 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
די נעקסטע אסיפה, מעמד פרה אדומה, וועט פארקומען ער"ח אלול, ווי די רבנים שליט"א וועלן מעורר זיין איבער די מגפה פון איבערוואג ביי די בנות ישראל.
די עסקנים וועלן איבערגעבן דבר ה' זו הלכה איבער די וויכטיגקייט פון זיין סייז 6 און ארינטער.
מ'וועט הערן א בדידי הוה עובדא פון א אינגערמאן וואס איז געווארען פאראיבעלט פון זיין אלס-שווענגענדיגע ווייב און איז געווארען א רועה בשדות זרים.
גלייכצייטיג וועט מען פארקויפען ג'ים מעמבערשיפס פאר א גאר ביליגע פרייז.

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 11:47 am
דורך חכם עתיק
אוי ביסטו ציקער..

איי עם פולי אין פאר איט. אבער וואס טוט מען אויב נאכדעם נעמען זיי זיך אויף די מענערס וואג?

ווער זענען די רעדנערס היינט נאכט? געהערט אז נישט וואקסמאן.

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 11:24 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 11:32 pm
דורך קאווע טרינקער
א דרשה אין ענגליש! ווי שעמט מען זיך נישט צו שרייבן מיט גרויסע כינוס אותיות "והייתם לי סגולה מכל העמים"?!

אגב, וואס גייט זיין 9:25?
ווער גייט דרייווען די באסעס? מענער רח"ל?

שומרים און מתעסקים גייט האלטן ארדענונג? אדער EBT'ס פון עזרת נשים הצלה?

וועלעכע געשעפטען פון צניעותדיגע קליידער גייט זיך עדווערטייזן אויף קול מוואסייר אז זענען אפען מארגען נאכט פאר פרויען וואס האבן אויסגעטון די קורצע סקירטס?

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 12:05 am
דורך עפל סיידער
כ'זעה דר'עולם האט נאך זייער מורא דא פון די ווייבער, נעה!! נישט אויף דעם האט קאווע שטיבל זיך אפגעהארעוועט אריבער צוויי יאר, אז דר'עולם זאל אזוי ציטערן ווי קינדער.

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 9:44 am
דורך לית דין בר נש
ראשעקאל לאמיר האפן אז די בילדער פון היינט ביינאכט וועט אויסקוקען בדיוק אזוי ווי די בילדער וואס די האסט דא געפאוס"ט!

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 9:59 am
דורך [NAMELESS]
רעד דיך נישט איין קיין איין רגע. ס'וועט זיין געפאקט.

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 10:01 am
דורך לית דין בר נש
האפן מעג איך

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 1:08 pm
דורך שטילע אינגערמאן
איז דא א ניק'טע דא וואס קען איבערגעבן פאר די עולם דא וואס גייט פאר ביים גרויסע כינוס?
פרויען ניק'ס טייערע: איר האט הנאה פון ק''ש א גאנץ יאר זייט אונז צירוק מהנה איין מאל.

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 1:16 pm
דורך עפל סיידער
אדער בעט די מענערישע דרשנים דארטען.