בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 6:24 pm
דורך לעיקוואד
ווי פאני צו זעהן ווי מענטשען פארלירען די גאנצע שכל הישר, פראסטע מענטשליכקייט, און סתם דיפלאמאטיע און נארמאלייט ווען עס קומט צו ענינים פון רעליגיע. למשל מען טענה'ט דא עפעס אז עס פאסט נישט דער פויבסט זאל קומען צו'ם כותל מיט זיין קרייץ, לאמיר צונעמען די טענה, דא פאדערט מען פון איינעם פון א צווייטער רעליגיע זאל מכבד זיין דער מקום קדוש ומנהגים פון אן אנדערער רעליגיע. ישמעו אזניך מה שפיך מדבר. ביי דער פויבסט איז דער קרייץ נישט קיין טמא'נער זאך, נאר אדרבה א חפץ של קדושה ועבודה. דער זעלבער הגיון בשם וואס דו פאדערסט ער זאל עס באהאלטען פאדערט אז דו זאלסט מכבד זיין זיין אמונות און עם לאזען מתפלל זיין צו וואס לפי אמונתו ודתו.
דאס איז אלץ אחוץ די עיקר נקודה, מ'קען מיינען ווען דער פויבסט טרעפט דער ראש ממשלה פון מדינת ישראל שמועסען זיי דורך וויפיל געטער זענען דא און זענען זיך מתווכח אין עפעס טיפע טעאלאגיע. דער פויבסט איז א מנהיג פון א ביליאן מענטשען, און זיין דעה האט א שטארקע השפעה אויף די גאנצע ווינט פון דעות און מחשבות אין דער וועלט. און א מדינה ווי ישראל, וואס טראגט אויף דיך איר רעליגעזער מסורה, און שטייט אויס צו פארשידענע פראבלעמען און השפעות פון דער וועלט. עס איז נאר קלוג און גוט פאר אלע צדדים אז עס זאל זיין רוהיגער פריינטליכע באציאונגען צווישען די גרופעס. דער פויבסט האט צוטוהן מיט די אינקוויזיציע וכדומה פיל ווייניגער ווי דער יוד האט צוטוהן מיט דעם וואס מען האט געהרג'ט יאשקע. זיך צו מאכען עפעס א רעש וועגן די סארט זאכען זיך עקשנ'ן מיר וואלטן געדארפט זיך עפעס קעגנשטעלן צו דער פויבסט, ווי כאילו די פראבלעם פון יהדות אדער מדינת ישראל היינט איז אין דעם וואס דער פויבסט גלייבט אין דער צלם, אדער אז זיין עלטער עלטער זיידע האט אמאל געהרג'ט א איד, איז קליינקעפיג און פלעין נאריש.
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 2:04 am
דורך הדד בן בדד
איר זענט בארעכטיגט צו אייער מיינונג, און דער ליובאוויטשער רבי צו זיינס.
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 2:59 am
דורך zurich
אוי זאגסטו גיט טיטאניק, ווען איך האב געזעהן די צלם הענגן פון זיין בויך איז מיין בליט ארויף אין קאפ.
פון די אראבער האט יעדער מורא און מעשטעלט זיך צו, צו זיי ווייל מעווייסט אז זיי זענען "משוגע" און מיט משוגעים קען מען זיך נישט אויסרעכענען.
איך מיין אז די ישראלים דארפן אנפאנגן צו ווערן " משוגע" אוי וועט די וועלט מורא האבן פון זיי! אוי וועט זיין פאן!!!
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 7:35 am
דורך לעיקוואד
zurich האט געשריבן:אוי זאגסטו גיט טיטאניק, ווען איך האב געזעהן די צלם הענגן פון זיין בויך איז מיין בליט ארויף אין קאפ.
פון די אראבער האט יעדער מורא און מעשטעלט זיך צו, צו זיי ווייל מעווייסט אז זיי זענען "משוגע" און מיט משוגעים קען מען זיך נישט אויסרעכענען.
איך מיין אז די ישראלים דארפן אנפאנגן צו ווערן " משוגע" אוי וועט די וועלט מורא האבן פון זיי! אוי וועט זיין פאן!!!
איך וואלט נישט געפילט גוט אז מען האט מורא פון מיין פאלק ווייל מיר זענען משוגע און מיר הרגנ'ען מענטשען פארען חוזק מאכען פון א רעליגיעזער פיגור. איך וואונדער מיך פון ווי קומט אז מחשבה בכלל. אשרינו אז מיר זענען נישט קיין אראבער און מיר מאכען נישט קיין אינטאפאדא ווייל איינער האט געטראטען מיט חוצפה אויף א מקום קדוש אונזערע. נאר מיר זענען מענטשען מיט וועם מען קען האנדלען נארמאל מיט שכל הישר. טראץ אונזערע רעליגעזער חילוקי דעות און אפילו אומבאקוועמליכקייט פון געוויסע ענינים און מעשים.
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 9:43 am
דורך איטשע
zurich האט געשריבן:אוי זאגסטו גיט טיטאניק, ווען איך האב געזעהן די צלם הענגן פון זיין בויך איז מיין בליט ארויף אין קאפ.
פון די אראבער האט יעדער מורא און מעשטעלט זיך צו, צו זיי ווייל מעווייסט אז זיי זענען "משוגע" און מיט משוגעים קען מען זיך נישט אויסרעכענען.
איך מיין אז די ישראלים דארפן אנפאנגן צו ווערן " משוגע" אוי וועט די וועלט מורא האבן פון זיי! אוי וועט זיין פאן!!!
דער חילוק, פון 10 מיליאן משוגעים דארף מען טאקע מורא האבן.
פון 5 מיליאן משוגעים, לאכט מען זיך אויס.
חוץ מזה, ווייל די אראבער מאכן אן עסק, דארפן אונז אויך?
אונז דארפן זיך לערנען פון זיי? מכל מלמדי השכלתי, מיינט מען זיי?
אויב פארלאנגסטו פון די פויבסט צו קומען אן א צלם צום כותל.
זאלסטו נישט וויינען, ווען מען וועט די הייסן אויסטוען דיין קאפל אין די ווייסע הויז.
קוק אין די וועלט, די אראבער שטייען אויס געפעפערטע צרות אין אייראפע, מיט זייערע שלייערס
און אונז יודן ב״ה כמעט ווי נישט
יתכן ס׳קומט פון זייערע און אונזערע קאנטראסטישע התנהגות מיט׳ן פויבסט
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 12:23 pm
דורך היסטאריקער
איז נישט זיין עצם גיין צום כותל אסאך ערגער?
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 12:42 pm
דורך מבקר
היסטאריקער האט געשריבן:איז נישט זיין עצם גיין צום כותל אסאך ערגער?
פארוואס?? האט ישעיהו הנביא נישט אים געמיינט, זאגנדיג
ונהרו אליו כל הגוים והלכו עמים רבים ואמרו לכו ונעלה אל הר יהוה אל בית אלהי יעקב וירנו מדרכיו ונלכה בארחתיו כי מציון תצא תורה ודבר יהוה מירושלם ??
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 1:19 pm
דורך הדד בן בדד
עס איז א גרויסע חילוק צווישן די זאכן וואס מען רעדט דא. איך האלט נישט אז מען טאר אים נישט לאזן קומען צום כותל, יא צלם נישט צלם, איך האב נישט קיין קלארקייט אין דעם. אבער די משוגעת ווי די רע-בנים הרשעיים לויפן אים נאך דאס איז אויסדרוקליך חרפות און בושות, איך געדענק שוין נישט פונקטליך דעם יאר, אבער איך מיין עס איז געווען אין די כ' יארן, דאס ערשטע מאל א פויבסט איז געקומען באזוכן אין מדינת ישמאל האט טאקע דער ספרד'ישער רב הראשי נישט געוואלט גיין צו אים, ער האט געהאלטן אז עס איז קלאר א פארשעמונג פאר אידישקייט אז דער אידישער הויפט רב דארף גיין זיך לעקן צום קריסטליכן הויפט גלח. די מדינה האט דעמאלס געלייגט אויסטערלישע דרוק אויף אים ער זאל אים יא גיין טרעפן, און צום סוף האט ער געשטעלט א שיינע פאר תנאים לויט וועלכע ער איז גרייט געווען זיך צו טרעפן מיט אים, תנאים וועלכע וועלן אנהאלטן דעם כבוד פון דאס אידישע פאלק און רעליגיע.
איך ווייס נישט פונקטליך ווי מען קען דאס אויפזוכן, אבער אויב איינער קען טרעפן די אינפאו וואלט עס געווען אינטערעסאנט.
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 1:35 pm
דורך ברסלבער
הדד בן בדד האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטליך ווי מען קען דאס אויפזוכן, אבער אויב איינער קען טרעפן די אינפאו וואלט עס געווען אינטערעסאנט.
http://www.inn.co.il/News/News.aspx/223633איך מיין אז זיין עיקר טענה איז געווען פארוואס מען נעמט אויף דעם פויבסט אין תל אביב, און נישט אין ירושלים וואס איז דער עיר הבירה פון מדינת ישראל. אויב דאס איז אמת האט דאס נישט אזוי שטארק געהאט צו טוהן מיט אידישקייט.
נאך א לינק
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7.9C.D7.95
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 1:47 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 3:08 pm
דורך סאשי פיש
.
קדושה וטמאה (?) בפונדק אחד
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:33 pm
דורך קאוועניק
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:35 pm
דורך smartinof
מיינסט לכאורה צו זאגען פארקערט, הנוצרים כשיורדין וכ'