פישלע איז גערעכט און איך וויל צוריקציען פון מיין פריערדיגע שטעלונג אז בחורים זאלן יא אריינגעלאזט ווערן.
מרא דעלמא, אויף וועמענס פלייצע איז דאס צו פינאנצירן הונדערטער פארציעס פאר אלע ישיבה קטנה בחורים פון דער שטאט, עס איז דאך ממון הקדש און סברענגט נישט גארנישט, אדרבה, סשאדט נאר פארן גאנצן דינער. א בחור האט נישט וואס צו זוכן דארט.
נאך אן עצה איז דא צו בעטן פינף און צוואנציע טאלער ביים אריינגאנג אזויווי ביי די נשים, עס איז ממילא איין גרויסע עמיוזמענט פארק און איך זע נישט פארוואס ס'זאל נישט זיין קיין קאפ צאל, דער פראבלעם פון בחורים און סתם נייגעריגע זיצערס וועט פארשווינדן ווערן.
סאו וואט, סשווער צו גלייבן אז זיי נעמען נישט באצאלט, כגעדענק נאך ווען מהאט אזוי פארקויפט ווען מאטי אילאוויטש האט געזינגען פאר אר סי סי עס, און דארט האט ער באקומען צוויי אלפים. און בכלל טיפס אין אזעלכע פעלער לויפן ביי ארום פופצן מאות

.
בערל, עס איז זייער ווייטאגליך צו הערן דיין געשיכטע אבער עס איז ווייט נישט קיין פארגלייך, מרגליה מפי דצדיקים הקודמים אז שיט העפפינס און צו פארלאנגען אז אלעס זאל אלעמאל קלאפן הונדערט פראצענט איז אבסורד. בדרך כלל לויפט זייער זשורנאל פיין, שלמה האט א געטרייע סטעף און א שטארקע באזע עקספיריענסד וואלונטירן און עפי רוב איז מען צופרידן, זעסטאך אז דריי בענדער עדס זענען יא אריין

. בכל אופן איז עס נישט קיין פארגלייך בכגון דא וואס ממאכט ליצנות פון די גאנצע שטאט יאר איין יאר אויס.