בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 5:35 pm
דורך געפילטע פיש
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:ווילאנג דער אויר פינעם דינער וועט זיין א קילע מצב גייען רבנים זיך שעמען אהינצוגיין. יא וויכטיג נישט וויכטיג.

צו גיין צו עשירים'ס חתונות, אפילו אויב ס'איז א קילע מצב, גייען זיי יא, נאר וואדען? דארט באקומען זיי דרשה געשאנק.

איך בין איין מאל געווען ביים דינער, כ'בין נישט קיין לעלא, מיילא האב איך נישט געהאט וואס צו זוכן דארט. איך שיק אריין די טשעק אויפן פאסט, פלייש קענען זיי גיין קויפן אין פלייש געשעפט, און ענטערטעינמענט האב איך בעסערע אינדערהיים.

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 5:37 pm
דורך פישלע העררינג
א. מער נישט אריין לאזן קיין איין איינציגע בחור, אפילו מיט זיין טאטע.

ב. אנזאגן די חשוב'ע מעמבערס אז זיי זענען נישט יעצט אויף א שומרים קאלל און מען דארף רעספעקטירן אן איינוואוינער וואס איז ארויסגעקומען ביינאכט.

ג. אזא סארט כלאים קמפיין, וואס איז אידיש געמישט מיט ענגליש, נעמט אויס אביסל באם'יש ביים עולם, און טייל מענער און רבנים האלטן זיך צוריק פון גיין.

ד. טויזענטער מענטשן אראפגיין אין א זאל דורך איין שמאלה טרעפ-קאסטן איז אומדערהערט.

ה. בוני עולם איז ליידיגער און מער דיסציפלינירט וויבאלד מטבע הדברים האט א בחור נישט וואס צו זוכן דארטן.

ו. א צאמרוף פאר אלע תושבי בארא פארק איז במציאות געמאכט צו זיין געשטופט, און א גאסט קען נישט עקספעקטען אנטפאנגט צו ווערן ווי ביי א חתונה.

ז. לאבין איז גערעכט אין דער שפאקטיוו לגבי די געלט פארשווענדעריי פון דזשי סי ען וויי, און איך וואלט געגעבן פאר הצלה אפילו אן די אלע גרויסע אראנדזשע בי'ס.

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 5:56 pm
דורך כוכב
רבנים גייען נישט ווייל קיינער לאדנט זיי נישט און ס'איז נישטא צו וועמען צו גיין, ווער איז מיסטער הצלה, צו וועמען גייט מען, ווער אפרישיעיטעד און ווער באדאנקט זיך דערויף.
קוים וואס א נארמאלע יונגערמאן האט דארט וואס צו זוכן.

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 6:14 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב: טויזנט מאל א יישר כח פאר דיינע אמת'דיגע און דערפרישנדע דיבורים. כ'ווייס נישט וואס די אנדערע מגיבים דא האבן געשריבן, ווייל כ'האב עס נאכנישט געליינט. נאר איך האב געפיהלט אז איך מוז מיך סאלידאריזירן מיט דיר און דיין שטארקע דיסאפוינטמענט. (אנטוישונג, בלע"ז.). גם אני בחלומי. אויך איך האב געהאט א שטארקע דיסאפוינטמענט מיט אן ענליכע וואוילטעטיגע ארגאניזאציע וואס אין פרינציפ זענען זיי דאס בעסטע און הייליגסטע וואס דאס יהדות החרדית פארמאגט. ה"ה בוני עולם. מ'האלט אין איין טרומפייטערן וואס פארא העלדישע און הייליגע ארבעט זיי טוען. און זיי טוען אויף גדולות ונצורות. אבער ווען ס'קומט צו דעם פונקט פון וואס די אנפיהרערס מאכן קאנטאקט מיט'ן ברייטן ציבור, פון וועים זיי זענען נהנה, פעלט די עלעמענטארסטע און בעיסיק מענטשליכקייט וואס מ'טרעפט נישט זיינ'ס גלייכן אין די גוי'אישע וועלט. אני הקטן האב איין געוויסן יאר מנדב געוועין $500 דאללער פאר זייער ארגאניזאציע, מיט אן "עד" אין זייער זשורנאל. מיין איינציגע בקשה איז געוועין אז מ'זאל אריינלייגן דעם נאמען פון מיינ'ס א קרוב,. א יונגערמאן וועלכער האט שטארק געשוויצט צו קאלעקטן געלט פאר זיי אין זיין ביהמ"ד. ווען איך בין אנגעקומען צו זייער "אפיס", ערגעץ אין א בעיסמענט האב איך געטראפן צוויי יונגעלייט וועלכע האבן זיך אויפגעפיהרט ווי חדר יונגלעך. זיצן ביי אפענע "לעפטאפס" און ארומגעשפילט און ארומגעלאכט. ס'האט געדויערט בערך 5 מינוט ביז זיי האבן בכלל באמערקט אז איך בין אריינגעקומען. ווען איך האב שוין באקומען זייער אטענשאן האט איינער געפרעיגט וואס איך וויל. כ'האב איבערגעגעיבן מיין קרעדיט קארד אינפארמעישן און געזאגט וויאזוי דער "עד" זאל אריינגיין. גענומען די אינפא. זענען זיי צוריק צו זייער וועלטל און מיך אינגאנצן איגנארירט אן צו זאגן א ווארט ווי "או.קעי." ייש"כ אדער עפעס אנדערש. ווען זייער זשורנאל איז ארויסגעקומען האב איך געזוכט "מיין" עד. א נעכטיגן טאג. לא מיני' ולא מקצתי'. כ'האב געטרייט צו רופן א נאמבער. געוועין ביזי אדער א וואיס מעיל, וואס מ'האט קיינמאל נישט צוריקגערופן.
איך האב געלערנט מיין לעססאן. איך וויל שוין מער נישט הערן פון אט די "הייליגע " ארגאניזאציע. :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :( :cry: :shock:

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 6:27 pm
דורך לית דין בר נש
בערל פארוואס זאגסטו אזוי? איך האב דער יאר אריינגעלייגט דריי עדס אלע זענען אריין אזוי ווי איך האב געוואלט!
קען זיין ווייל איך האב נישט באצאלט פאראויס!

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 6:30 pm
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש האט געשריבן:בערל פארוואס זאגסטו אזוי? איך האב דער יאר אריינגעלייגט דריי עדס אלע זענען אריין אזוי ווי איך האב געוואלט!
קען זיין ווייל איך האב נישט באצאלט פאראויס!

איך ווייס נישט. איך רעד פון פאקטן. כ'דערצייל דברים כהווייתן (נישט לויתן.(... :roll:

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 7:46 pm
דורך כוכב
פישלע איז גערעכט און איך וויל צוריקציען פון מיין פריערדיגע שטעלונג אז בחורים זאלן יא אריינגעלאזט ווערן.
מרא דעלמא, אויף וועמענס פלייצע איז דאס צו פינאנצירן הונדערטער פארציעס פאר אלע ישיבה קטנה בחורים פון דער שטאט, עס איז דאך ממון הקדש און סברענגט נישט גארנישט, אדרבה, סשאדט נאר פארן גאנצן דינער. א בחור האט נישט וואס צו זוכן דארט.
נאך אן עצה איז דא צו בעטן פינף און צוואנציע טאלער ביים אריינגאנג אזויווי ביי די נשים, עס איז ממילא איין גרויסע עמיוזמענט פארק און איך זע נישט פארוואס ס'זאל נישט זיין קיין קאפ צאל, דער פראבלעם פון בחורים און סתם נייגעריגע זיצערס וועט פארשווינדן ווערן.

סאו וואט, סשווער צו גלייבן אז זיי נעמען נישט באצאלט, כגעדענק נאך ווען מהאט אזוי פארקויפט ווען מאטי אילאוויטש האט געזינגען פאר אר סי סי עס, און דארט האט ער באקומען צוויי אלפים. און בכלל טיפס אין אזעלכע פעלער לויפן ביי ארום פופצן מאות ;).

בערל, עס איז זייער ווייטאגליך צו הערן דיין געשיכטע אבער עס איז ווייט נישט קיין פארגלייך, מרגליה מפי דצדיקים הקודמים אז שיט העפפינס און צו פארלאנגען אז אלעס זאל אלעמאל קלאפן הונדערט פראצענט איז אבסורד. בדרך כלל לויפט זייער זשורנאל פיין, שלמה האט א געטרייע סטעף און א שטארקע באזע עקספיריענסד וואלונטירן און עפי רוב איז מען צופרידן, זעסטאך אז דריי בענדער עדס זענען יא אריין ;) . בכל אופן איז עס נישט קיין פארגלייך בכגון דא וואס ממאכט ליצנות פון די גאנצע שטאט יאר איין יאר אויס.

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 8:11 pm
דורך יואב
בין איך דער איינציגסטער דא אין שטיבל, וואס וואוינט נישט אין בארא פארק?

כוכב, גוט אראפגעלייגט

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 8:16 pm
דורך אפטעמיסט
ניין

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 8:17 pm
דורך שטילע אינגערמאן
יואב האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער דא אין שטיבל, וואס וואוינט נישט אין בארא פארק?


איך פיהל אייביג אז רוב ניקס זענען וויליאמסבורגע, איך בין דא געפאנגען צווישען בעדפארט אין פען, ווי א יון אין די סוכה.
פיינעלי מאכט זיך אמאל עפעס א אוויר בארא פארק.
בארא פארקער איינוואינער לאמיר זיך שטארקן אויף ק"ש. אונז קענען אויך.

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 8:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
דערמאנט מיר פון קאליר מלחמה אין קעמפ, בארא פארק! ווילאמסבורג! בארא פארק! ווילאמסבורג! נאסטאלגיע.

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 8:24 pm
דורך berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער דא אין שטיבל, וואס וואוינט נישט אין בארא פארק?


איך פיהל אייביג אז רוב ניקס זענען וויליאמסבורגע, איך בין דא געפאנגען צווישען בעדפארט אין פען, ווי א יון אין די סוכה.
פיינעלי מאכט זיך אמאל עפעס א אוויר בארא פארק.
בארא פארקער איינוואינער לאמיר זיך שטארקן אויף ק"ש. אונז קענען אויך.

שטילע יונגערמאן: שכוח. אבער קאווע שטיבל טוט נישט דיסקרימינירן איבער רעליגיע, חסידות, ישיביש'קייט, קאליר, ס--- אריענטאציע וכו'. (דאס אפשר יא) און אוודאי נישט וואו מ'מאכט רייך די לענדלארדס, ווילי אדער בארא פארק. ס'דער זעלבער טשולנט... :? :lol: :roll: :x :P ;) :o...!

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 8:49 pm
דורך zurich
גראדע מיר קיקט אויס ווי רוב חברה דא זענען בארא פארקע

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 1:18 am
דורך Yossy
איך בין קלאר מסכים צי אלע נקודות. די אלע מארקעטינג קען זיין איז ארויסגעווארפען געלט, רוב עולם האט באמת א שטארקע געפיל צי הצלה אין איך גלייב אז סאיז כמעט נישטא א מענטש וואס האט נאכנישט פערזענליךהנאה געהאט פון הצלה , אין טאקע וועגען דעם פיל איך אז אפילו איינער האט טענות איז ענדערש בעסער צי פארקוקען ווי צי קריטיקירען אין גורם זיין א התרשלות צי אזא חשובע ארגענעזאציע . סאיז שווער מסביר צי זיין די זעלטענע הכרות הטוב וואס איינער וואס האט אמאל געדארפט ציקומען צי זיי פילט , אין sooner or later מאכט זיך עס כמעט ביי יעדן האפענטליך נישט . איך האב געשיקט היינט מיין אינגעל מיט אפאר הינדערט דאללער אין אי"ה מארגען וועל איך שיקען מיינע מיידלעך צי די auction , איך דארף גארנישט נישט קיין portion אדער א on time production מען דארף זיי שטיצען אין פארטיג .

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 5:32 pm
דורך פלעין יודיש
מצטמק ויפה האט געשריבן: אוו מאטי אילאוויטש האט אויך אראפ געלייגט א הערליכע דזאב אזש ביז טרערען.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VSlvnPZb7zs[/youtube]

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 3:33 pm
דורך כוכב
הצלה גרייט זיך ווידעראמאל צו א דינער. איך האף אז די פאריעריגע טעותים וועלן זיך נישט איבער'חזר'ן.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 4:44 pm
דורך פליקער
עס איז געווידמעט פאר פרויען, זיי קענען נאר באשטיין אז די מענער זאלן עס זעין, א שטייגער לאשוין זיין

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 2:07 am
דורך רויטע וואנצעס
געווען בעסער היי יאר?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:49 am
דורך וכדומה..
סעים שיט