בלאט 1 פון 1

צוויי גדולים האבן זיך מתווכח געוועהן בענין עבודת התפילה

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 2:07 pm
דורך ראש הישיבה
וויכוח אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל עם אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל בענין עבודת התפילה

[justify]ביום א' כ"ו שבט תשכ"א האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל געהאט די זכיה אריין צו גיין אויף יחידות צו כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל.
דער ליובאוויטשער האט געפרעגט איבער די סדר הישיבה. די תו"א רבי האט געזאגט אז די בחורים הייבן אהן סדר הישיבה פיר אזייגער פארטאגס, פאר דריי שעה גמרא רש"י תוספות.
פרעגט דער ליובאוויטשער וואס איז מיט חסידות?
דער תו"א רבי האט גענעטפערט אז דערנאך לערנט מען חסידות פאר צען פופצין מינוט.

איז געווארן א ויכוח בענין לימוד חסידות לפני התפילה. די תו"א רבי האט געטענה'ט אז ביים דאווענען דארף מען זיך נאר קאנצענטרירן אויף פירוש המילות, מיט חיות והתלהבות, זמן תורה לחוד וזמן תפילה לחוד. דער ליובאוויטשער טענה'ט כדי די תפילה זאל זיין כדבעי מוז מען לערנען חסידות (לאו דוקא חסידות חב"ד, נאר בעיקר חסידות פון בעש"ט ותלמידיו) לפני התפילה ער ברענגט ראיות לסברתו. איך וויל דורך שמועסן דעם ענין מיט כמה חברים. ולכן בעט למי שמעוניין זאלט איר דורך לערנען דעם לינק.

ביטע מיר מעלדן אין אישי אז איר האט עס דורך געקוקט, וועלן מיר גיין ווייטער מיט דעם נושא.[/justify]