בלאט 2 פון 4
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:31 pm
דורך outspoken
[tag]ככלי מלא בושה[/tag]
כ'הייב שוין צוקלערן אם יש ממש ב. דיין אמונה האלט נאך אן אפילו נאך 3 טעג...
דאכט זיך אזא מעשה (און די מוסר השכל) קען דיר געבען אביסל אמונה.
שו"ת אגרות משה חלק ח, ירושלים תשנ"ו, עמ' 15: אדם חלה בחולי משונה ולשונו התנפחה מאוד. הר"מ פיינשטיין בא לבקרו, והחולה ביקש "הוציאו כל איש מעליי" וסיפר את סיבת חוליו. לדבריו, שבוע קודם לכן, בפרשת וירא, הקשה כיצד זכו בנות לוט שהמשיח יהיה מצאצאיהן אף שלא בושו בגילוי עריות והודיעו שבניהן מאביהן, ודיבר על בנות לוט בביזיון. בלילה הופיעו בחלומו שתי נשים זקנות מאוד ופניהן מכוסים ואמרו שהן בנות לוט, ואמרו לו ששמעו טענתו ובאו מעולם האמת להשיב לו. הן טענו שהן יכלו לומר שמאחר שהן ממשפחת אברהם וניצלו בדרך נס מסדום, לא היו תולים בהן מעשה זנות, והיו יכולות לייחס לעצמן כל מעשה נס. כך יכלו לומר שנתעברו מן השכינה כביכול ולייסד דת חדשה כנצרות. הן קראו לבניהן עמון ומואב כדי להודיע שכאשר אישה מתעברת יש תמיד לוולד אבא בשר ודם, ובזכות זה הן זכו שמהן יצא המשיח האמיתי. כיוון שחטא בדיבור נגדם הוא ייענש מידה כנגד מידה ותשתרבב לשונו ותתנפח בחולי משונה וכך ימות. כשסיים האיש את סיפורו היסב פניו אל הקיר ונפטר לעולמו. והר"מ פיינשטיין ראה בזה עניין אמיתי וההסבר נראה לו אמיתי.
ס'קומט שבועות, און מטראכט אריין אז די בנות לוט האבן געקענט טון ווי די רבי'ס עובר זיין אויף די חמורות בתורה , און עס נאך מאכען הייליג, נאר זיי זענען גרייט געווען מבייש צו ווערן מ'זאל זיך נישט פאפן אין זיי, ווער בלייבט מיט די גרעסטע כבוד, אמם של מלכות בית דוד.
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 1:32 pm
דורך לעיקוואד
ככלי מלא בושה האט געשריבן:I guess מיין שאלה צו כ"ק אדמו"ר מלעיקוואד איז אזוי
since ר' איציקעל איז געווען א איד און א חסידישן איד אין ער האט זיך געפירט מיט אלע מנהגי ישראל אין ער האט באוויזן אזעלכע זאכן ( די מעלה פון די מעשה איז, אז מקען דאס נישט בייגן אהין אדער אהער און טענן ס'איז פונקט געלונגען! אויב די מעשה איז אמת איז דאס ממש קריעת ים סוף בזמן הזה) טוט דאס נישט validaten אז ווי אזוי ער האט זיך געפירט איז אמת און ריכטיג? אין אלעס וואס שטייט אין תנ"ך חז"ל שו"ע און אזוי ווייטער איז אמת?
קודם כל ווייס איך נישט וואו איר זעהט אז איך האב עפעס קעגן דער תנ"ך אדער חז"ל אדער שולחן ערוף, און אוודאי האב איך גארנישט קעגן אביסעל פשעווארסקע לאקשן קוגל..
אבער לגבי דער עצם לאגיק דיינע פארשטיי איך נישט וואס עס טוהט אויפטוהן, און אז ר' יענקעלע איז געווען א בעל מופת איז דאס מוכיח אז יעדער איינער מוז זיין א פשעווארסקע חסיד? לאמיר זאגען אז איינער איז אן אנדערע סארט חסיד וואס האבען די מופתים פון ר' יענקעלע עם מוכיח זיין ער טוהט נישט ריכטיג?
חוץ פון דעם, האט שוין דער רעבע זכיסיאגענאליינו מברר געווען אין די נשא תורה אז מופתים איז נישט קיין ראיה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:00 pm
דורך חד גדיא
שמערל האט געשריבן:אזוי?! אז די קענסט אים. אפשר בעטסטו אים ארויפצולאדענען א בילד פונעם בענטשערל, וישמעו רחוקים ויבואו
קאוועניק האט געשריבן:ר יאנקעלע/ איציקעל האט אנגעווארענט אז מזאל פאר קיינעם נישט ווייזען
ס'קומט מיר צו לאכן. בעיני ראיתי א בילד פון די זמורות.
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:03 pm
דורך לית דין בר נש
נא איז זיי מזכה די עולם!
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:12 pm
דורך געפילטע פיש
אויב די עולם וויל שטארק קען איך ארויפלייגן א בילד פון א זמירות מיט שטעמפלעך, כ'דארף נאר פרעגן מיין ווייב וועלכע זמירות איך מעג נוצן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:19 pm
דורך כוכב
חד גדיא האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:אזוי?! אז די קענסט אים. אפשר בעטסטו אים ארויפצולאדענען א בילד פונעם בענטשערל, וישמעו רחוקים ויבואו
קאוועניק האט געשריבן:ר יאנקעלע/ איציקעל האט אנגעווארענט אז מזאל פאר קיינעם נישט ווייזען
ס'קומט מיר צו לאכן. בעיני ראיתי א בילד פון די זמורות.
אדער ביזטו א שקרן אדער איז דאס בילד פאלש.
קיינער ווייסט אפילו נישט קיין נאמען ביי וועמען דאס האט פאסירט.
נאכאמאל, ווער עס ברענגט א בילד קריגט א ריווארד.
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:20 pm
דורך חד גדיא
געב מיר עטליכע מינוט און איך וועל טרעפן די בילד.
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:33 pm
דורך חד גדיא
דא
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:57 pm
דורך אחד העם
ככלי מלא בושה האט געשריבן:I guess מיין שאלה צו כ"ק אדמו"ר מלעיקוואד איז אזוי
since ר' איציקעל איז געווען א איד און א חסידישן איד אין ער האט זיך געפירט מיט אלע מנהגי ישראל אין ער האט באוויזן אזעלכע זאכן ( די מעלה פון די מעשה איז, אז מקען דאס נישט בייגן אהין אדער אהער און טענן ס'איז פונקט געלונגען! אויב די מעשה איז אמת איז דאס ממש קריעת ים סוף בזמן הזה) טוט דאס נישט validaten אז ווי אזוי ער האט זיך געפירט איז אמת און ריכטיג? אין אלעס וואס שטייט אין תנ"ך חז"ל שו"ע און אזוי ווייטער איז אמת?
ניין, ערשטענס קבלה מעשית מצד אחד, און כישוף מצד שני, איז נישט דייקא ווען איינער טוט ריכטיגע זאגכן, עס איז דא א געוויסע מהלך וויאזוי מען פירט זיי אויס וכו', אבער עס נישט דווקא ווי מען זאגט פאר דעהויבענע מענטשען, און אויב א ראי' אז שו"ע לאקשען קוגל וכו' איז ריכטיג, איז דאס איז עס נישט קיין ראי', ווייל אפשר זענען די זאכען וואס זיי טוען נישט ריכטיג, אבער אף על פי כן קענען זיי דאס מאכן כנ"ל, ועוד דארף מען דאך קלאר מאכען אויף וואס די מופתים גייען זיין א ראי', אויף גיין און בית הכסא, אדער דערציילען מעשיות פון קאלעשיצער, אדער דאווענען, אדער לערנען, אויף וואס איז חל די ראי' פון די מופתים, ועוד, ביי יעדן איז די ראי' פון מופתים, מחייב א צווייטע זאך, א מופת פון חזון איש איז מחייב מער יגיעת און עמקות בתורה, ביי רבי איציקעל, עפעס א פארצייטישע דביקות, און באהאלטען די כח התורה, און גער איז עס קדושה, און וויזאוי קען עס זיין א ראי', ווען אויף וואס עס דארף זיין א ראי' איז דאך אינגאנצען נישט קלאר, כלשון הרמב:ם איז א ראי' נאר אויב עס א מופת חותך,היינו, עס וואס עס וואל ווערן אויפגעוויזען דארף זיין קלאר
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 8:38 pm
דורך וויליאמסבורגער
זייער אינטערסאנט חד גדיא. שוין לאנג געהערט די מעשה, און אויך געהערט אז די בענטשער'ל עקזיסטירט, אבער קיינמאל נישט געזעהן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:38 pm
דורך קאווע טרינקער
בנוגע הסיפור עם ר' משה
נפלא, שדווקא מי שנענש קשה על דיבתו רעה, זכה לראותן בחלומו!
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
זייער פאסיג ארויפגעסטעמפעלט אויף על הניסים... בימים ההם בזמן הזה.
נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 12:06 am
דורך ביבער
[tag]חד גדיא[/tag] איז דא א (לעבעדיגער) נאמען פונעם בעל המעשה?
1973 איז תשל"ג דאס איז לכאורה פון ר' איציקל, נישט מסתבר אז ר' יענקעלע האט געפראוועט מופתים בחייו פון שווער.
נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 1:39 pm
דורך ראש הישיבה
[justify]אדמו"ר רבי מעכיל פון נתניה (פלעגט אסאך ארום פארן) איז געוועהן יאהרן צוריק אין ראדני. עס האט אים פארשמעקט צו פארן צו רבי יענק'ל אויף שבת. ער האט אבער נישט געהאט קיין גילטיגע פאספארט. איז ער ארום און ראדני זעהן ווער עס זעהט אויס ענדליך צו אים. ביז מען האט געטראפן א עלטערע איד, ער האט אויסגעזעהן ענדליך צו רבי מיכל. ער האט אים געבארגט זיין פאספארט.
אהנקומענדיג קיין בעלגיע דאנערשטיג נאכט האט מען געכאפט אז עס איז נישט זיין פאספארט. האט מען גענומען אין חד גדיא. די עסקנים האבן אויסגעפונען דערפון, געשתדלט, ביז שבת איז ער געוועהן באפרייט.
מוצ"ש ביי מלוה מלכה רופט זיך אהן רבי מיכל, אז ער האט געמאכט א חשבון הנפש פארוואס עס איז אין געשעהן אזא זאך צו דארפן זיצן א גאנצע נאכט אין חד גדיא?????
ביז איך האב זיך דערמאנט, אז עס קען זיין עס איז געשעהן ווייל איך האב לעצטע וואך מוצ"ש נישט געזאגט 'וישלח'!!!!!!!!
רבי יענק'ל האט זיך צולאכט אינגרויסן: חא חא חא, און יאך זאג אז ווען מען פארט מיט געבארגטע פאספארט איז עס א 'סגולה' צו ווערן איינגעזעצט אין די חד גדיא!!!!!!!
רבי מיכל האט צוגעענדיגט: ב"ה איך האב נישט געמאכט א חילול השם, איך האב זיי נישט געזאגט אז איך בין א איד!!!

[/justify]
נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 2:07 pm
דורך יין שרף
און מיט דעם האט ער געטייטשט לא הגידה אסתר את עמה ואת מולדתה, לכאורה האט דאך יעדע געוואוסט אז זי איז מרדכי'ס ניכטע, ממילא האט מען געוואוסט אז זי איז א יוד?
נאר זי האט נישט אויסגעזאגט אז זי איז א יוד...
נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 2:47 pm
דורך קאווע טרינקער
נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 5:14 pm
דורך ככלי מלא בושה
לעיקוואד האט געשריבן:קודם כל ווייס איך נישט וואו איר זעהט אז איך האב עפעס קעגן דער תנ"ך אדער חז"ל אדער שולחן ערוף, און אוודאי האב איך גארנישט קעגן אביסעל פשעווארסקע לאקשן קוגל..
אבער לגבי דער עצם לאגיק דיינע פארשטיי איך נישט וואס עס טוהט אויפטוהן, און אז ר' יענקעלע איז געווען א בעל מופת איז דאס מוכיח אז יעדער איינער מוז זיין א פשעווארסקע חסיד? לאמיר זאגען אז איינער איז אן אנדערע סארט חסיד וואס האבען די מופתים פון ר' יענקעלע עם מוכיח זיין ער טוהט נישט ריכטיג?
חוץ פון דעם, האט שוין דער רעבע זכיסיאגענאליינו מברר געווען אין די נשא תורה אז מופתים איז נישט קיין ראיה.
הייליגער לעיקוואד
let me rephrase my question
since ר' איציקעל איז געווען א איד און א חסידישן איד אין ער האט זיך געפירט מיט אלע מנהגי ישראל על פי תורה וחז"ל ושו"ע
און ווער ס'איז נישט געגאנגען בדרך התורה חז"ל ושו"ע וכו' איז געווען ביי עם אפגעפרעגט פסול אין ער האט באוויזן אזעלכע זאכן טוט דאס נישט validaten אז ווי אזוי ער האט זיך געפירט איז אמת און ריכטיג? אין אלעס וואס שטייט אין תנ"ך חז"ל שו"ע און אזוי ווייטער איז אמת?
נ.ב. איך מיין נישט אייך פערזענליך צי איר גלייבט יא אדער נישט i just like your philosophical analysis אפגעזען וואס איר האלט פערזענליך
נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 5:48 pm
דורך שמעקעדיג
שוין דא עפעס א אשכול אותות ומופתים באדמת בני חם
נשלח: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:49 pm
דורך zurich
געפילטע פיש האט געשריבן:אויב די עולם וויל שטארק קען איך ארויפלייגן א בילד פון א זמירות מיט שטעמפלעך, כ'דארף נאר פרעגן מיין ווייב וועלכע זמירות איך מעג נוצן.
האסט אבער א פראבלעים ווייל עס דארף שטיין 1973 דערויף...
נשלח: מוצ"ש מאי 31, 2014 11:13 pm
דורך איחוד פעלד
איך בין נישט קיין גרויסע מבין, אבער בעיני בשר זעהט מיר אויס ווי עס איז פאלש, ווען מען סטעמפעלט עפעס אויף א ווייסע פאפיר קען מעןנלייכטערהייט עס אריין סקענען און ארויפשמירען אויף עפעס אנדרעש, דא אבער איז דאס פלאץ וואס מען האט עס פריער געסטעמפעלט, געווען מיט פארשידענע "שמוץ", למשל ביי דער ווארט may איז דא שמוץ וכו' און אויף נאך אותיות וואס דער פעלשער האט געברויכט אראפנעמען שמוץ.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 12:57 am
דורך ככלי מלא בושה
איחוד פעלד האט געשריבן:איך בין נישט קיין גרויסע מבין, אבער בעיני בשר זעהט מיר אויס ווי עס איז פאלש, ווען מען סטעמפעלט עפעס אויף א ווייסע פאפיר קען מעןנלייכטערהייט עס אריין סקענען און ארויפשמירען אויף עפעס אנדרעש, דא אבער איז דאס פלאץ וואס מען האט עס פריער געסטעמפעלט, געווען מיט פארשידענע "שמוץ", למשל ביי דער ווארט may איז דא שמוץ וכו' און אויף נאך אותיות וואס דער פעלשער האט געברויכט אראפנעמען שמוץ.
מיט איין קוק זעהט מען אז ס'איז פאלש די פאפיר גייט רינדיג אין די זיגעל בלייבט שטיין גלייך און דרייט זוך נישט מיט די פאפיר
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 3:13 am
דורך לעיקוואד
ככלי מלא בושה האט געשריבן:let me rephrase my question
since ר' איציקעל איז געווען א איד און א חסידישן איד אין ער האט זיך געפירט מיט אלע מנהגי ישראל על פי תורה וחז"ל ושו"ע און ווער ס'איז נישט געגאנגען בדרך התורה חז"ל ושו"ע וכו' איז געווען ביי עם אפגעפרעגט פסול אין ער האט באוויזן אזעלכע זאכן טוט דאס נישט validaten אז ווי אזוי ער האט זיך געפירט איז אמת און ריכטיג? אין אלעס וואס שטייט אין תנ"ך חז"ל שו"ע און אזוי ווייטער איז אמת?
נ.ב. איך מיין נישט אייך פערזענליך צי איר גלייבט יא אדער נישט i just like your philosophical analysis אפגעזען וואס איר האלט פערזענליך
איך פארשטיי נאכאלץ נישט אייער שאלה.
לאמיר צונעמען אביסעל די הנחות, מברר זיין אויב זיי זענען ריכטיג, און זעהן אויב אייער מסקנה קומט ארויס אויף עפעס א וועג פון די הנחות.
הנחה א(א): "ר' איציקעל איז געווען א איד און א חסידישן איד אין ער האט זיך געפירט מיט אלע מנהגי ישראל על פי תורה וחז"ל ושו"ע" איך שטעל מיך פאר אז דאס איז אמת, על פי הידוע. הגם אין צדיק בארץ וכו'. אבער באופן כללי איז ער געווען א חסידישער איד מדקדק בקלה כבחמורה.
הנחה א(ב): "און ווער ס'איז נישט געגאנגען בדרך התורה חז"ל ושו"ע וכו' איז געווען ביי עם אפגעפרעגט פסול" איך שטעל מיך אויך פאר אז דאס איז אויך אמת, באיזשהו אופן. הגם איך בין נישט זיכער אז דאס גייט בהכרח צוזאמען מיט הנחה א, און עס איז שווער באמת צו שופט זיין א צווייטער, אפילו ר' יענקעלע, און מסתמא האט ער געוואוסט דער ענין פון לימוד זכות און אל תדון את חברך וכו'
און אויך אויב איז ער געווען א קנאי איז דאס לגבי די שיטה זיינע, עס מיינט נאכנישט אז א מענטש וואס וייסט נישט אדער גייט נישט אזוי איז אפגעפרעגט, כפשוט וידוע.
איר האט דאס מדגיש געווען ווי כאילו דאס גיט עפעס צו צו דער טענה, אבער אין דער לאגישער אנאליז מאכט נישט אויס, אויב איז ר יענקעלע'ס הנהגה ומופתים מוכיח עפעס איז נישט קיין נפקא מינ אויב איז עס לחיוב צו זיין וועג אדער לשלילה פון אנדערע מהלכים. אדער אפשר מיינט איר מיט דעם פארעאנטפערען מיין שאלה פון באבוב, וואס איז אויך נישט געווען ר' יענקלע'ס וועג, און דאך זענט איר מודה עס ווערט נישט אפגעפרעגט מיט דעם וואס ר' יענקעלע האט באוויזען מופתים. ווייטער רירט זיך נישט דער לאגיק. עס זענען געווען דרכים אין עבודת השם וואס ר' יענקעלע וכדומה האט געהאלטען פאר פסול, און עם כל זה פארשטייט יעדער אז עס ווערט נישט אפגעפרעגט אפילו ער איז געווע א בעל מופת. דאס הייסט אז עס איז מוסכם אז מופתים איז נישט קיין הוכחה, און תורה לא בשמים הוא.
הנחה ג: "אין ער האט באוויזן אזעלכע זאכן", אויף דעם האבען מיר נישט ממש קיין הוכחה אז ער זאל האבען באוויזען עפעס למעלה מדרך הטבע, והחברים כבר דנו בזה, אבער לשם השמועס לאמיר אננעמען עס איז אזוי.
דער פראבלעם איז אז דער מסקנה קומט נישט ארויס בכלל מתוך די הנחות.
מסקנה: "טוט דאס נישט validaten אז ווי אזוי ער האט זיך געפירט איז אמת און ריכטיג? אין אלעס וואס שטייט אין תנ"ך חז"ל שו"ע און אזוי ווייטער איז אמת?"
פלעין לאגיש גערעדט, האט די מסקנה זילטש צו טוהן מיט די הנחות. וואספארא שייכות האט מופתים מיט מוכיח זיין אז אלעס איז אמת? כדי דאס זאל בכלל אנפאנגען צו זיין א הוכחה, דארף מען צולייגען נאך אנדערע הנחות וואס איר זענט נישט מפרש, ווי למשל, אז מופתים געשעהן נישט נאר צו דער וואס אלע זיינע דעות זענען ריכטיג. אדער וויבאלד מופתים קען נאר דער אייבישטער מאכן, און ער מאכט עס נאר פאר צדיקים. די אלע הנחות דארף מען מברר זיין פאר זיך אויב זיי זענען ריכטיג. און דערווייל האט מען נישט געברענגט קיין הוכחה אדער סברא פארוואס עס זאל אזוי זיין.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 8:40 am
דורך קאווע טרינקער
תשובת חכם חצי שאלה....