בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 2:52 pm
דורך שמעקעדיג
ארטיסט האט געשריבן:איז הרב אונגאר אויך געווען א צדיק?


שלום עליכם ארטיסט,

ער האט זיכער מהרהר בתשובה געווען לפני מותו, כדרכם של בני ישראל הכשרים,

און חז"ל זאגן אונז שוין, (המקדש את האשה) על מנת שאני צדיק, אפילו רשע גמור הרי זו מקודשת, שמא הרהר תשובה בלבו.

(זעהסט, איך גיב דיר אויך שלום עליכם, איי אפשר ביסטו ח"ו א רשע, און אין שלום אמר ה' לרשעים? אבער אפשר האסטו מהרהר בתשובה געווען וכו')

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 2:54 pm
דורך שרייבער
א גבאי וואס דרייט זיך נעבן א רבי פון טויזענטער חסידים און קיינער האט נישט קיין שלעכט ווארט אויף אים צו זאגן איז זיכער א צדיק

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 3:23 pm
דורך מנשה לוסטיג
ארטיסט האט געשריבן:מה הפשט פון שרייבן זצ״ל אויף א גבאי פון א רבין? עס דאכט זיך דא אז מער רעדט פון רבי ישעי׳לע מקערעסטער וואס איז געווען א גבאי ביים הייליגן ליסקער. איז הרב אונגאר אויך געווען א צדיק? אויב יא ווער איז גרעסער די רבי אדער די גבאי יבלחט״א?

פארגעס נישט, ער איז א זון פון דעם הייליגער קאפאווארער רב הי''ד, וואס אלע זיינע ברודער זענען געווען מורי הוראה בישראל, און ווייל ער איז געווארן א גבאי זאל ער זיין ווייניגער?

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 3:26 pm
דורך לית דין בר נש
אודאי זאל ער זיין ווייניגער ער איז נישט געווארן א מורה הוראה בישראל!
א גבאי און מורה הוראה באקומען די זעלבע טיטול ווייל זייער טאטע איז גיוועהן די זעלבע מענטש?

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 3:26 pm
דורך שרייבער
מנשה לוסטיג האט געשריבן:
ארטיסט האט געשריבן:מה הפשט פון שרייבן זצ״ל אויף א גבאי פון א רבין? עס דאכט זיך דא אז מער רעדט פון רבי ישעי׳לע מקערעסטער וואס איז געווען א גבאי ביים הייליגן ליסקער. איז הרב אונגאר אויך געווען א צדיק? אויב יא ווער איז גרעסער די רבי אדער די גבאי יבלחט״א?

פארגעס נישט, ער איז א זון פון דעם הייליגער קאפאווארער רב הי''ד, וואס אלע זיינע ברודער זענען געווען מורי הוראה בישראל, און ווייל ער איז געווארן א גבאי זאל ער זיין ווייניגער?

איך קען נאך אידן וואס זייער טאטע און זייערע ברודער זענען מורי הוראה בישראל, דאס מיינט נאך נישט אז מען קען אויף דעם נישט מורה הוראה שרייבן דעם טיטל צדיק

בר נש האקט

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 3:29 pm
דורך מבקר
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פארגעס נישט, ער איז א זון פון דעם הייליגער קאפאווארער רב הי''ד, וואס אלע זיינע ברודער זענען געווען מורי הוראה בישראל, און ווייל ער איז געווארן א גבאי זאל ער זיין ווייניגער?

דו ביסט א "נותן טעם לפגם" היתכן צווישן אזעלכע ברידער, און מיט אזא טאטע, איז ער נישט אויסגעוואקסן עפעס? נאר געבליבן א זנב ל....??? :roll:

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 3:53 pm
דורך משולם שטיינפעלד
שרייבער האט געשריבן:א גבאי וואס דרייט זיך נעבן א רבי פון טויזענטער חסידים און קיינער האט נישט קיין שלעכט ווארט אויף אים צו זאגן איז זיכער א צדיק

דאס איז נישט קיין ראי', ווייל מען האט אים געמאכט פאר א מרכבה לשכינה, ער איז שוין באלד אזוי הייליג ווי די רבי אליינס, ווייל ער האט נאך משמש געווען דעם אלטן סקווירא רבי ז"ל.

גיי אריין קיין ראכמיסטריווקא וועסטו הערן רעדן אויף אים. מנשה'לע'ס שימפערייען אויפן רבין זי"ע זענען בלאס קעגן וויאזוי די ראכמיסטריווקא רעדן אויף אים

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 3:58 pm
דורך ברוך שאמר
מנשה לוסטיג האט געשריבן:
ארטיסט האט געשריבן:מה הפשט פון שרייבן זצ״ל אויף א גבאי פון א רבין? עס דאכט זיך דא אז מער רעדט פון רבי ישעי׳לע מקערעסטער וואס איז געווען א גבאי ביים הייליגן ליסקער. איז הרב אונגאר אויך געווען א צדיק? אויב יא ווער איז גרעסער די רבי אדער די גבאי יבלחט״א?

פארגעס נישט, ער איז א זון פון דעם הייליגער קאפאווארער רב הי''ד, וואס אלע זיינע ברודער זענען געווען מורי הוראה בישראל, און ווייל ער איז געווארן א גבאי זאל ער זיין ווייניגער?

אין ער האט גאצאפט די בךיט פין זיין קאלעגע ר' שיע (בהמה ) פריעדמאן !

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:26 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואס הייסט, ער האט געהאט הוראה אויך, און כ'זאג נישט אז ווייל זיין טאטע איז געווען וואס ער איז געווען, ניין, ער איז א בנן של קדושים סתם אזוי, אבער ער אליין איז געווען טיטולירט מיט וואס זיינע ברודער, און יעדער פון זיי איז געווארן וואס זייער טאטע האט זיי אנגעוואונטשן פארן אוועקגעפירט ווערן קיין אוישוויץ, אבער אלע האבן זיי געהאט הוראה און סמיכה, ספעציעל זייענדיג קינדער פון אזא פוסק הדור דער מחנה אברהם, און זייענדיג א הויז בחור ביים מנחת אלעזר זצוק''ל, און שפעטער ביים שאפראנער רב בעל תורת א', וואס האבן עהם ביידע געצייגט זיין אויפגאבע, צו זיין א משב''ק.
זיין טאטע האט געזאגט, זלמן וועט זיין א דיין, יצחק משה א ראש ישיבה, ישעי' א עוסק בשימוש חכמים, און מיכל א מלמד און זעלטענער מתמיד.

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:31 pm
דורך מבקר
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס הייסט, ער האט געהאט הוראה אויך.

דאס מיינט גארנישט! ס'אזויווי דו זאגסט מיר אויף א אמעריקאנע בחור 'ער איז חשוב, ער האט געלערנט אין א ישיבה.' בערך אזוי מיינט הוראה פאר אן אונגארישער, ס'ווייזט אויף גארנישט!!

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:42 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואס מיינט יא?

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 6:15 pm
דורך איך אויך
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:א גבאי וואס דרייט זיך נעבן א רבי פון טויזענטער חסידים און קיינער האט נישט קיין שלעכט ווארט אויף אים צו זאגן איז זיכער א צדיק

דאס איז נישט קיין ראי', ווייל מען האט אים געמאכט פאר א מרכבה לשכינה, ער איז שוין באלד אזוי הייליג ווי די רבי אליינס, ווייל ער האט נאך משמש געווען דעם אלטן סקווירא רבי ז"ל.

גיי אריין קיין ראכמיסטריווקא וועסטו הערן רעדן אויף אים. מנשה'לע'ס שימפערייען אויפן רבין זי"ע זענען בלאס קעגן וויאזוי די ראכמיסטריווקא רעדן אויף אים

איז ער געווען פון די אויספירערס פון די 'סקוועריין' פאליסי אין די יארן נאך דעם אלטן סקעווערער רבי'ס פטירה?

פארצייל אביסל וואס ראכמיסטריווקא האט אקעגן עם.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:23 am
דורך הדד בן בדד
רחמיסטריווקא איז נישט די איינציגסטע וואס האבן א פולן מויל אויף אים. איך זוך נישט דא צו בארעדן א שוכן עפר, אבער עס איז דא גענוג וואס צו זאגן. אבער צו די זעלבע צייט איז דא אסאך גוט'ס אויך. איך האב מיך שוין אויסגעלערנט אין לעבן אז כמעט גארנישט איז כולו שחור אדער כולו לבן, עס איז ערגעץ אינצווישן. און ביי דעם וועל איך עס לאזן. אבער אים צוצוגלייכן צו זיינע ברודער, די גרויסע תורה ריזן, איז א שטיקל מהלך. ער האט געהאט זיין גדלות, שימוש צדיקים, ער האט אויפגעבויעט דעם סקווערן שטעטל און די סקווירא חסידות, דאס איז גאר א שיינעם פארפאוליאו פאר א איד.

גייענדיג צוריק צו מיין שאלה ווער גייט אים ערזעצן, הער איך אזוי. דערווייל איז ר' אליעזר פאזען שליט"א געווארן דער קוויטל שרייבער, און איך גראטוליר דעם אויפנאמע, אפילו עס איז נאר צייטווייליג, ווייל ער איז באמת באמת גאר גאר גאר א חשוב'ער איד, ת"ח וירא שמים, און עס איז באמת א כבוד פאר דעם סקווערער הויף אז אזא איד איז דער קוויטל שרייבער.

אויפן עתיד הער איך אז מען זוכט א געהעריגן גבאי, וועלכער זאל זיין ראוי אנצופילן די שיך פון ישעי'ן. עס איז באמת גרויסע שיך אנצופילן, עמער זעהן ווער עס וועט זוכה זיין אין דעם אויסוואהל.

(איך קען נאך איינגעבן מיין קאנדידאטור?)

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 8:11 am
דורך קאווע טרינקער
זייער נישט שיין צו מעסטען א מענטש לויט זיינע ברודער.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 9:10 am
דורך שרייבער
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וואס הייסט, ער האט געהאט הוראה אויך, און כ'זאג נישט אז ווייל זיין טאטע איז געווען וואס ער איז געווען, ניין, ער איז א בנן של קדושים סתם אזוי, אבער ער אליין איז געווען טיטולירט מיט וואס זיינע ברודער, און יעדער פון זיי איז געווארן וואס זייער טאטע האט זיי אנגעוואונטשן פארן אוועקגעפירט ווערן קיין אוישוויץ, אבער אלע האבן זיי געהאט הוראה און סמיכה, ספעציעל זייענדיג קינדער פון אזא פוסק הדור דער מחנה אברהם, און זייענדיג א הויז בחור ביים מנחת אלעזר זצוק''ל, און שפעטער ביים שאפראנער רב בעל תורת א', וואס האבן עהם ביידע געצייגט זיין אויפגאבע, צו זיין א משב''ק.
זיין טאטע האט געזאגט, זלמן וועט זיין א דיין, יצחק משה א ראש ישיבה, ישעי' א עוסק בשימוש חכמים, און מיכל א מלמד און זעלטענער מתמיד.

ר' ישעי' איז געווען הויז בחור ביים מנחת אלעזר? שטימט עפעס נישט מיט די יארן

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 9:39 am
דורך ארטיסט
מנשה אויב הרב אונגאר איז אזא גרויסע צדיק און מורה הוראה, וואס קען מען שוין זאגן אויפן רבי? אפשר וואלט די רבי געדארפט זיין זיין גבאי, איך ווייס נישט.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 10:28 pm
דורך מנשה לוסטיג
הדד בן בדד האט געשריבן:רחמיסטריווקא איז נישט די איינציגסטע וואס האבן א פולן מויל אויף אים. איך זוך נישט דא צו בארעדן א שוכן עפר, אבער עס איז דא גענוג וואס צו זאגן. אבער צו די זעלבע צייט איז דא אסאך גוט'ס אויך. איך האב מיך שוין אויסגעלערנט אין לעבן אז כמעט גארנישט איז כולו שחור אדער כולו לבן, עס איז ערגעץ אינצווישן. און ביי דעם וועל איך עס לאזן. אבער אים צוצוגלייכן צו זיינע ברודער, די גרויסע תורה ריזן, איז א שטיקל מהלך. [האט געזאגט ווער??]

גייענדיג צוריק צו מיין שאלה ווער גייט אים ערזעצן, הער איך אזוי. דערווייל איז ר' אליעזר פאזען שליט"א געווארן דער קוויטל שרייבער, און ''איך'' גראטוליר דעם אויפנאמע

אויפן עתיד הער איך אז מען זוכט א געהעריגן גבאי, וועלכער זאל זיין ראוי אנצופילן די שיך פון ישעי'ן. עס איז באמת גרויסע שיך אנצופילן,

גרויסע שיך? און גרויסע מהלך.. זאגט ווער? גראטולירט ווער? מבין דיפלאמע ביטטע!

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:36 am
דורך הדד בן בדד
עפעס הער איך יעצט אז מען האט שוין אויפגענומען א נייעם גבאי, ר' ברוך אייזענבערג'ס ז"ל זוהן.

וועלכער זוהן איז דאס? איז שוין ערגעץ ווי א בילד פון דעם רבי'ן אינאיינעם מיט דעם נייעם גבאי?

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:17 am
דורך [NAMELESS]