בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:58 pm
דורך ונבנתה העיר
איינער איז שוין צוריק.

נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 11:00 am
דורך לית דין בר נש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מ'קען ווארפן א בחור אויף א שיינע וועג אויך. ס'נישטא קיין תירוץ פאר די ווילדקייט. איי ווייזן דעם עולם וואס וועט פאסירן אויב... ס'איז גענוג אז מ'זעהט די בחורים זענען מער נישטא. די ראש ישיבה קען אפילו געבן א פלאם פייער דרשה איינמאל די בחורים זענען ארויס פון שטח.

בדיוק דאס האט מען געטוהן ווי צוויי חברי השטיבל האבן שוין געשריבן אויבן דאס אז מען האט אויפגיוועקט אלע בחורים איז א פאלנע ליגנט און פרעג דיר נאך ביי יעדע בחור וואס לערנט דוירט וועסטו עס הערן.

מען האט אויפגיוועקט די פאר בחורים 4:00 אז זעקסע זאלן זיי זיצן אויפן בא"ס! ווען די עולם איז אויפגעשטאנען איז עס גיוועהן א גישעהנע פאקט אז די בחורים זענען שוין נישט דא! (חוץ אפאר בחורים וואס שלאפן אין די זעלבע צימער און האבן זיך איבער גיוועקט בשעת מעשה און גיזעהן ווי מען שיקט זיי אהיים)

נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 11:13 am
דורך טיטאניק
נו שוין, זעסטו! איך קען דעם ראש ישיבה פון די נאנט, ער איז זייער א גיטער מענטש בכלל נישט קיין ווילדער
סא מיין חשבון איז געווען אדער איז די מעשה געווען זייער הארב אז ער האט געמיזט טין ווילדע שטיק אדער איז די מעשה נישט געווען אזוי ווי ראשקעל דערציילט עס
און שוין, בין איך דאך יא געווען גערעכט

נשלח: פרייטאג יוני 06, 2014 1:42 pm
דורך הדד בן בדד
דעם יו"ט געטראפן א תלמיד פון די ישיבה זאגט ער מיר אז זיבן בחורים פון דארט זוכן א נייע ישיבה. זעהט אויס עס איז יא געווען אכט, נישט פיר.

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 3:27 am
דורך סמיילי
פארוואס קען מען נישט מאכען א נארמאלע סדר העולם און גיין ארבעטען? וויפל בחורים האלטען ביים אמתדיג לערנען?? לכאורה רוב נישט. ווער האט אפגעמאכט אז כדי צו זיין א חסידשע יוד דארפען מען קוועטשען די באנק 19_20 יאר?

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 3:41 am
דורך כוכב
און וועלכע נארמאלע סדר העולם ארבעט א טינעיזשער?

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 11:16 am
דורך לאליפאפ
כוכב האט געשריבן:און וועלכע נארמאלע סדר העולם ארבעט א טינעיזשער?

קראנק שיכור טאקע. גיי ארויס ביינונז אין ברוקלין און קוק די דראגס און מערדעריי צווישן טינס.

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 12:59 pm
דורך יין שרף
מדרש פליאה, הה"ד וישלח אותם משה ממדבר פארן ודו"ק

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 1:15 pm
דורך סמיילי
מען קען זיי לערנען א פאך, גיין פאר דעגרי וכו,
וויפל פארצענט האלטען טאקע ביים לערנען??

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 3:34 pm
דורך הקטן
איז א יעדע בחור וואס פאלט דארך מיט א סעל מיז גיין נעמען א דעגרי?
ווער האט א פלאן

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 4:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיר פארשטעלען אן אנדערע מציאות צו וואס מיר זענען געוואוינט.
א מענטש א תלמיד חכם א בעל דעת וויל לערנען תורה מיט תלמידים. ער עפענט א ישיבה און איז מטפל מיט בחורים. ער האט שטארק כבוד פאר זייערע מענטשהייט, ער זוכט נאר זייערע טובה, ער בויט זיך נישט אויף זייערע רוקען. ער באצאלט פון זיך זיי ארויסצהעלפען און ער דאווענט פאר זייערע הצלחה. ער באנוצט זיך נישט מיט קיין תירוצים פון 'זרוק מרה בתלמידים׳ און זיי ווייסען פילען און זען בחוש אז ער מיינט וואס ער טוט לשם שמים.
עם כל זאת, איז דא א יצר הרע וואס טרייבט א מענטש צום אינטערוועלט/אינטערנעץ און מאנכע בחורים פאלען אריין דערין. זיי דרייען זיך אין פלעצער וואס טויגען נישט, זיי פילען ביי זיך זייער שלעכט און פראבירען זיך אויסצודרייען און תשובה טוהן אבער ס׳גייט זיי נישט. זיי פאלען אריין, און צומאל שלעפען זיי אנדערע מיט. דער ראש ישיבה ווערט געוואויר און ער רופט איהם אריין און פאלט אריין אין א געוויין ׳וואס וועט זיין מיט דיר, מיין קינד?׳
דער בחור הערט און דערהערט, אבער דער מלך זקן וכסיל איז נישט פערטיג. דער בחור האלט זיך איין א וואך צוויי, אבער דערנאך איז ער צוריק. דער ערשטע מאל שעמט ער זיך טראכטענדיג ׳מיין ראש ישיבה גלייבט אזוי אין מיר, ט׳ווי קען איך?׳ אבער למעשה געווינט ער דער יצר הרע. ס׳איז כלו כל הקיצים און דער ראש ישיבה מוז איהם פארטרייבען. מיט א יאמער און א שרעק גיבט ער איבער דער בשורה לא טובה. ער העלפט איהם בגופו פאקען זיין פעק, ער גיבט איהם צדה לדרך און ער נעמט איהם אליינס צום באן סטאנציע. ער בעט זיך ביי איהם ער זאל האלטען קשר און ער האלט ווארט, ער קלינגט איהם אפט, ער איז איהם מסדר א חברותא און ער לערנט אליינס מיט איהם אויפ׳ן טעלעפאן דריי מאל א וואך.
דאס הייסט ארויסגעווארפען א בחור נאר ווייל ער האט א שלעכטע השפעה אויף אנדערע.

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 5:34 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: ס'איז דא אזא מעשה פון חפץ חיים, זצ"ל. פונקטליך אזוי. מיט אלע פרטים. ס'איז געווען אמאל ווען דער חפץ חיים האט געדארפט פארשיקן א בחור פון זיין ישיבה פאר ליינען אפיקורס'ישע ביכער און פארשפרייטן דיעות נפסדות. ער האט גענומען דעים בחור צו זיך אהיים, געגעיבן צו עס און א פיינע בעט איבערצושלאפן און געקויפט א טיקעט צו זיין היימשטאט. ווייל די טרעין איז ערשט געפארן דעם נעקסטן טאג. ווען מ'האט איהם געפרעיגט איבער די לכאורה מאדנע התנהגות. אז ער ווארפט ארויס א בחור פון די ישיבה און איז איהם אזוי שטארק מכבד. האט דער צדיק געענטפערט אז דער בחור איז א טייער אידיש קינד. נאר האט א אנשטעקנדיגע מחלה צוליעב וואס ער טאר נישט זיין צווישן אנדערע בחורים. אבער מ'דארף איהם מכבד זיין און באהאנדלען די בעסטע וואס מ'קען...אבער ווי נעמט מען א חפץ חיים אין די היינטיגע צייטן. על כגון דא נאמר. "מתי יגיעו מעשי למעשי אבותיי"... :D :) :( :o :|

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 7:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ייש"כ רבי בערעל.
אוודאי זענען מיר ווייט פון אזעלכע צדיקים, אבער דער ציל דארף אזוי זיין, און אפילו דער שלא לשמה'ניק זאל וויסען אז ער דארף צו דעם שטרעבען אפילו שלא לשמה. פונקט ווי אפילו דער גרעסטע בעל גאוה פון א ראש ישיבה מוז עפעס צושטעלען פאר א בחור ווייל נאר אזוי באקומט ער זיין כבוד, אזוי אויך לגבי דעם. ווען מ'וואלט געפאדערט פון ראשי ישיבות "דו ווארפסט ארויס א בחור, אקעי. אבער ער איז נאך אלס דיין אחריות. דו מוזט איהם נאך אלס ערלעדיגען א צווייטער ישיבה, א שידוך, און האלטען אן אויג אויף איהם. דו ביסט נישט פטור פון איהם, נאר פראקטיש קען ער נישט זיין בין כותלי ישיבתך. דער ארויסווארפען איז נישט קיין עונש, ווייל דו ביסט נישט דער וואס האט א רעכט מעניש צו זיין. ס'איז נאר א שריט וואס מ'מוז מאכען ווייל ער מאכט קאליע אנדערע"

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:10 pm
דורך הקטן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאמיר פארשטעלען אן אנדערע מציאות צו וואס מיר זענען געוואוינט.
א מענטש א תלמיד חכם א בעל דעת וויל לערנען תורה מיט תלמידים. ער עפענט א ישיבה און איז מטפל מיט בחורים. ער האט שטארק כבוד פאר זייערע מענטשהייט, ער זוכט נאר זייערע טובה, ער בויט זיך נישט אויף זייערע רוקען. ער באצאלט פון זיך זיי ארויסצהעלפען און ער דאווענט פאר זייערע הצלחה. ער באנוצט זיך נישט מיט קיין תירוצים פון 'זרוק מרה בתלמידים׳ און זיי ווייסען פילען און זען בחוש אז ער מיינט וואס ער טוט לשם שמים.
עם כל זאת, איז דא א יצר הרע וואס טרייבט א מענטש צום אינטערוועלט/אינטערנעץ און מאנכע בחורים פאלען אריין דערין. זיי דרייען זיך אין פלעצער וואס טויגען נישט, זיי פילען ביי זיך זייער שלעכט און פראבירען זיך אויסצודרייען און תשובה טוהן אבער ס׳גייט זיי נישט. זיי פאלען אריין, און צומאל שלעפען זיי אנדערע מיט. דער ראש ישיבה ווערט געוואויר און ער רופט איהם אריין און פאלט אריין אין א געוויין ׳וואס וועט זיין מיט דיר, מיין קינד?׳
דער בחור הערט און דערהערט, אבער דער מלך זקן וכסיל איז נישט פערטיג. דער בחור האלט זיך איין א וואך צוויי, אבער דערנאך איז ער צוריק. דער ערשטע מאל שעמט ער זיך טראכטענדיג ׳מיין ראש ישיבה גלייבט אזוי אין מיר, ט׳ווי קען איך?׳ אבער למעשה געווינט ער דער יצר הרע. ס׳איז כלו כל הקיצים און דער ראש ישיבה מוז איהם פארטרייבען. מיט א יאמער און א שרעק גיבט ער איבער דער בשורה לא טובה. ער העלפט איהם בגופו פאקען זיין פעק, ער גיבט איהם צדה לדרך און ער נעמט איהם אליינס צום באן סטאנציע. ער בעט זיך ביי איהם ער זאל האלטען קשר און ער האלט ווארט, ער קלינגט איהם אפט, ער איז איהם מסדר א חברותא און ער לערנט אליינס מיט איהם אויפ׳ן טעלעפאן דריי מאל א וואך.
דאס הייסט ארויסגעווארפען א בחור נאר ווייל ער האט א שלעכטע השפעה אויף אנדערע.

זייער שיין.
ער די ענד דרייד זיך די בחור אויף די גאס.
ער האלט נישט ביים לערנען מיט די ראש ישיבה איין מאל א וואך אויך נישט.
דאס איז נישט קיין סעלאשען.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 7:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז נאר אז מ'שטעלט פאר די מעשה דער זעלבע ווי ס'איז היינט, נאר דער ראש ישיה פיהרט זיך אויף אנדעריש. למעשה אבער, ווען דער ראש ישיבה פיהרט זיך אויף אנדעריש, פיהרט זיך דער בחור אנדעריש אויך.
און לויט ווי איך זעי, די בחורים אין גאס דארשטען אזוי פאר אביסל קירוב, לערנען איין מאל א וואך איז א גאנץ אנדערע לעבען פאר זיי. אפשר וועלען זיי דורכשלאפען און נישט פארשטיין קיין סאך, אבער ס'איז אן אנדערע לעבען ווי סתם זוכען אטענשע"ן פון נערישע מיידלאך.

Re: אבלאווע אויף די בחורים פון ישיבה אור תורה 4:00 פארטאגס!!

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 11:02 am
דורך א איד
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער למעשה געווינט ער דער יצר הרע. ס׳איז כלו כל הקיצים און דער ראש ישיבה מוז איהם פארטרייבען. מיט א יאמער און א שרעק גיבט ער איבער דער בשורה לא טובה. ער העלפט איהם בגופו פאקען זיין פעק, ער גיבט איהם צדה לדרך און ער נעמט איהם אליינס צום באן סטאנציע. ער בעט זיך ביי איהם ער זאל האלטען קשר און ער האלט ווארט, ער קלינגט איהם אפט, ער איז איהם מסדר א חברותא און ער לערנט אליינס מיט איהם אויפ׳ן טעלעפאן דריי מאל א וואך.
דאס הייסט ארויסגעווארפען א בחור נאר ווייל ער האט א שלעכטע השפעה אויף אנדערע.


איך קען אזא איד וואס איז געווען א מנהל אין א ישיבה, און עס איז געווען א בחור וואס האט משחית געווען אנדערע מיט די כלים, און די מנהל האט אים געמוזט ארויסווארפן, און דער בחור האט זיך געבעטן צום מנהל אז ער וויל בלייבן, אבער סיי די מנהל און סיי די ראש ישיבה האבן עם געזאגט, אייעם סארי אבער דא איז נישט דיין פלאץ, אבער די מנהל האט עם געזאגט איך ווארף דיר נישט ארויס מתוך שנאה, נאר פשוט איך קען דיר נישט האלטן אין ישיבה, ווייל איך וויל נישט פושע זיין במלאכתי, אבער איך פריוואט וועל איך האלטן קשר מיט דיר, און א יעדע נאכט האט ער געלערנט מיט עם, און ער האט עם געהאלטן נאך א יאר ביי זיך אינדערהיים.
למעשה היינט איז דער בחור אן ארבעטער און א וועירהאוז, צו ער איז צופרידן מיט זיך ווייס איך נישט, אבער דעם מנהל בלעימט ער נישט פאר זיינע פראבלעמען.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 2:14 pm
דורך שמעון וואלף
ענליך א פאזיטיווע מעשה פון א מנהל מיט אביסול געפיל.

ממנו ילמדו וכן יעשו

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 4:01 pm
דורך ציבעלע-קיגל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די שרייבער זעהט אויס ווי א אינסיידער, זעהט אויס ס'איז איבערגעבליבן דארט א פך שמן.

אפשר גאר איינס פון די 8

עפל סיידער האט געשריבן:לאמיר הערן וואס די חכמי המקום דא האלטען מען זאל טון מיט א בחור וואס טינוף'ט ארום אין אינטערנעט
[/url]


זאג נאר, דו מעגסט? צו דו ביזט יא צו נישט א בחור דו מעגסט?

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 4:03 pm
דורך ציבעלע-קיגל
עפל סיידער האט געשריבן:לאמיר הערן וואס די חכמי המקום דא האלטען מען זאל טון מיט א בחור וואס טינוף'ט ארום אין אינטערנעט
[/url]


זאג נאר, דו מעגסט? צו דו ביזט יא צו נישט א בחור דו מעגסט?

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 6:30 pm
דורך פליקער
.

Re: אבלאווע אויף די בחורים פון ישיבה אור תורה 4:00 פארטאגס!!

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 6:42 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז דער ישיבה קען זיך נישט געבען קיין עצה וויאזוי צו מחנך זיין דער בחור, זאלען די משגיחים און ראש ישיבות רעזיגנירען ווייל זיי קענען שוין נישט. פארוואס איז דער בחור שולדיג פאר זייערע דורכפעלער?
און פארוואס דארפען זיי עפעס טוהן? אז באהאלטענעהייט קוקט ער טינוף אויפ'ן אינטערנעט, ווערען זיין אלע מצוות גארנישט ווערט? אז ער שלעפט נישט מיט אנדערע מעג ער און דארף ער ערשט בלייבען אין ישיבה!

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 10:05 pm
דורך הקטן
און א בחור וואס שלעפט יא מיט אנדערע, וואס דארף ער טון נאך וואס די ישיבה האט נישט קיין פלאץ פאר אים?
א גיטע קאפ, האט געהאלטען ביים לערנען, אבער א גרויסע בעל תאוה.

כלל ישראל דארף א סעלאשען.