בלאט 2 פון 17
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:22 pm
דורך גאלד
מ'דארף פשוט זיין אין קרית יואל אויף שבועות צו פארשטיין וואס פירט נעבעך געוויסע זאליס צו אזאלכע עקסטרעמע שריט,
יעדעס יאר וואקסט דער עולם פי כמה, די שטאט ווירבעלט ווי א יריד,
ס'שטארק יתכן אז דער ציבור איז טאפעלט ווי און די שטערקסטע צייטן ביים ברך משה,
מ'דארף זיך פשוט איינשפארן אין קלאזעט אינדערהיים עס נישט צו באמערקן,
נו וויזוי פונקטליך ברויכן זיך נעבעך שפירן די פארפעלקער וואס מ'האט זיי נעבעך איינגעבראטן מיום הוולדם אז אהרן איז א אויסגעשפילטער משוגענער,
ס'שווער פאר זיי, איך בין זיי דן לכף זכות,
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:27 pm
דורך הערשי
גאלד האט געשריבן:מ'דארף פשוט זיין אין קרית יואל אויף שבועות צו פארשטיין וואס פירט נעבעך געוויסע זאליס צו אזאלכע עקסטרעמע שריט,
יעדעס יאר וואקסט דער עולם פי כמה, די שטאט ווירבעלט ווי א יריד,
ס'שטארק יתכן אז דער ציבור איז טאפעלט ווי און די שטערקסטע צייטן ביים ברך משה,
מ'דארף זיך פשוט איינשפארן אין קלאזעט אינדערהיים עס נישט צו באמערקן,
נו וויזוי פונקטליך ברויכן זיך נעבעך שפירן די פארפעלקער וואס מ'האט זיי נעבעך איינגעבראטן מיום הוולדם אז אהרן איז א אויסגעשפילטער משוגענער,
ס'שווער פאר זיי, איך בין זיי דן לכף זכות,
וואס מאכט איר משוגע דא מיט א יו"ט שבועות? מה ענין שמתא אצל הר סני? מ'רעדט דאך דא פון דאקומענטירטע רדיפת הדת והאנושות. האקט אין קאפ.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:28 pm
דורך יוחנן הסנדלר
גאלד רעד קלאר, זענען די אפיציעלע מודעות פון קהל מזויף צו נישט? וואס ווארפסטו זאמד אין די אויגן איבער זאליס, שבעות? דיינע סטאקס פאלן שטארק אין מיינע אויגן.
איך בין בכלל נישט אריין דא אלס זאלי/ארוני וכו', עס טוט מיר וויי דאס אומרעכט און נידריקייט.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:29 pm
דורך יוחנן הסנדלר
כהערשי ועוד.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:32 pm
דורך גאלד
שווער זיך צו טענה'ן אדער בכלל לייגן גרויס סטאק אויף א גרינער וואס זיין 9'טער תגובה איז א קאנטרעווערשל אשכול
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:36 pm
דורך עפל סיידער
גאלד האט געשריבן:שווער זיך צו טענה'ן אדער בכלל לייגן גרויס סטאק אויף א גרינער וואס זיין 9'טער תגובה איז א קאנטרעווערשל אשכול
דריי דיר נישט ארויס, איז אידיש בלוט הפקר? יא אדער ניין. ענטפער ווען מ'פרעגט.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:38 pm
דורך הערשי
גאלד האט געשריבן:שווער זיך צו טענה'ן אדער בכלל לייגן גרויס סטאק אויף א גרינער וואס זיין 9'טער תגובה איז א קאנטרעווערשל אשכול
Ad hominem
תכלית, גיי שריי קאזאק הנגזל. די בעלי הפנקס פירן דורך די סארט רשעות און ארגער.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:39 pm
דורך לית דין בר נש
ווענדט זיך וועמענס בלוט
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:48 pm
דורך מ גפני
גאלד האט געשריבן:פון וועם האסטו עס באקומען, פונעם פאסט טרעגער?
גאלד אויב ווייסטו טאקע נישט וועל איך דיר מודיע זיין אז די בריוון ווערן איבערגעגבן פאר'ן פאסט טרעגער דורך הרב החסיד ר' אברהם הערש ב"ר משה שעהר דורכ'ן גוטהייסונג און פינאנצירונג פון קיט"ל קר"י פאר וועם ער ארבעט אפיציעל
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:53 pm
דורך לעיקוואד
איך בין דער איינציגסטער וואס טראכט אז מפרסם זיין אזא צעטל מאכט נאר פורים פון דער מפרסם? איז דא ערגעץ א נארמאלער איד אדער רב אויף דער וועלט וואס מיינט אז עס איז דא עפעס א צדי צדדים של חשש שבחשש אז א קינד געבוירען פון א קידושין נישט מסודר דורך דער זעלבסט פראקלאמירטע רב פון א שטאט איז דא עפעס א נדנוד פסול? בסך הכל געמאכט פורים פון זיך אליינס.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:55 pm
דורך הערשי
מודעה בשפת המדינה, לקיים מה שנאמר בפרקין, תמהין ושיילין ליה בעסק אתותא, וישמען כל החוקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה, ויהי רצון שילמדו תועים בינה, וכיון שנטמעה נטמאה, אמן
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 4:59 pm
דורך יואב
שלא כדרכי האלט איך דאס באלאנגט נישט אין צימעס, נאר איז אן אשכול איבער הומען-רייטס.
און קאווע טרינקער, פונקט געוואלט שרייבן אקוראט ווי הערשי זאגט. ס׳איז נישט די קאפלעך וועלכע האבן באשלאסן צו חתונה האבן דארט. ווען יא וואלטן זיי נישט נאר ממזרים נישט אראפגעברענגט ניין חדשים דערויף, נאר אפשר כשרים אויך נישט.
בכל אופן איז דאס קיין בארעכטיגונג צו טרינקן יענעמס בלוט. רשעות וואס נאר זיין רעליגיעז קען ברענגן.
די אלע אשכולות פון סקווירא ביז ארוני, וועלכע פארלעצן מענטשן רעכטן אויף עקסרעמע שטאפלן, ברויכן לדעתי פארדינען אויבן-אן זיצן דא אין שטיבל, און נישט ענדיגן אין צימעס.
גאלד, חוץ אפאר צעשרויפטע קולט אנהענגער, ווייסט קיינער פון קיין גרויסן שבועות עולם גולם, קיין צווילעזירטן מענטש קימערט איבער די קליינקעפיגע אויסגעזויגענע שטותים וועלכע באשעפטיגט דרייצן יעריגע בחורים, און ראדני לחיים עסער.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 5:02 pm
דורך הערשי
מהו הדין לגבי קריאת כתובה הנדפסת במחזורים כנהוג במקצת בתי כנסת בחג השבועות שלא ברשות מרא דאתרא?
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 5:06 pm
דורך עפל סיידער
ניצען אומשילדיגע דריי יעריגע קינדער כדי להפחיד את הציבור בני יואל, אז אויב זיי וועלן דארט מאכען שמחות וועט עס קאסטען פאר די קינדער בזיונות, איז קלאר, ריין שפיכות דמים.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 5:10 pm
דורך גאלד
מסכים אהרן ט"ב איז א שייגאץ טערארירסט, בלוט זויגער, און וואס נישט
אבער טאר מען שוין נישט ארויפברענגן ספקות איבער די אטענטישקייט פון א געוויסער בריוו אנע דעם מ'זאל מיך נישט באשולדיגן מיט דאס ארגסטע?
לאן הגענו?
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 5:11 pm
דורך דריידל
בכגון דא נאמר ווער עס פארשטייט, פארשטייט. ווער עס פארשטייט מ'דארף נאכשרייען עירוב טראגערס, פארשטייט די מרא דאתרא טעראר און ווייסע ווערסע. אבער צו פארשטיין נאר איינס פון די צוויי, דארף מען זיין א היפאקריט.
למען האמת, רוב ארונים און רוב זלונים פארשטייען קיין איינס נישט און ס'ווערט געטון שלא בהסכמתם
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 5:18 pm
דורך עפל סיידער
גאלד האט געשריבן:לאן הגענו?
דעי תמימות צו פרעגן לאן הגענו ווען בלוט גיסט זיך, איז א הימל שרייענדע תשובה אויף דיינע פראגעס, ווייסטו דעניש וואס גייט פאר?
פארוואס דארפען אנדערע דיר מעורר זיין איבער תקונים אין דיין קהילה, אזא איד ווי דיר מיט א גאלדענעם שכל ברויך אליינס פארפירען, און נישט ווארטען ווילאנג יענער שרייט ס'צרות.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 5:19 pm
דורך ביבער
זה כלל גדול בקאווע אויב א אשכול פילט אן פעידזשעס שנעלער ווי מ'קען עס ליינען, וועט די מדובר דארט זיין אדער מאלעסטעישן אדער אהרן-זלמן לייב.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 5:20 pm
דורך מאטי
און אנדערע נייעס, האט די פאליציי געטראפן א פארדעכטיגטע פעקל אויף קווינס בלווד.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 5:25 pm
דורך גאלד
אבטולמוס האט געשריבן:[tag]גאלד[/tag], דו ווילסט לייקענען אז אזעלכע צעטלעך זענען אפיציעל געדרוקט געווארן אין "דער בלאט" פאר לאנגע חדשים? זאל זיין אז דאס מאל איז עס פאלש.
[tag]אבטולמוס[/tag] אין למידין הא מהא, תיכף ווען עס פאסירט א דראסטישע דורכברוך, וואס לכו"ע איז עס געווען א היסטרישע דורכברוך איז עס א דיפיינינג מאמענט, איז פשוט נאטורליך אז מ'ריעקט צו עס,
קענסט נישט ערווארטן זאל ממש גארנישט פאסירן, נישט אז ס'גערעכט אבער ס'א אנדערע רעיון לגמרי,
למשל ווען מ'האט געמאכט די עירוב, איז קודם געווען פראטעסטן און נאכדעם צוביסלעך איז עס אפגעשטארבן,
ווייל דאס איז דער נאטור אז א מענטש רעאגירט צו א נייע פירצה אנדערש ווי אזאך וואסי שוין א מציאות פאר א לענגערע וויילע,
ממילא צו ברענגן ראיות פון ווען דעמאלטס ווען די דורכברוך האט פאסירט צו 3 יאר שפעטער, איז אביסל סילי,
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 5:25 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 5:36 pm
דורך פישלע העררינג
מפרסם זיין די דאזיגע צעטלעך ברענגט נישט קיין תועלת, און גרעניצט זיך פון איין זייט מיט אכזריות און פון דער צווייטע זייט מיט ילדות. אבער צו האלטן אזוינע רעקארדס איז זיכער יא וויכטיג. וויבאלד די אנהענגער פון מהר"א ווילן זיך האלטן צום פסק דין (?) פון דער מהריט"ב אין די אגרות אז דעס פארפאלק טאר זיך נישט צאמלעבן אינאיינעם, מוז זיין א סיסטעם צו פארזיכערן אז די הולכים בשיטתו זאלן נישט בלא יודעים נעמען פון זייערע טעכטער אדער אהינגעבן די טעכטער צו זייערע זין.
נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 5:42 pm
דורך berlbalaguleh