בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 2:06 pm
דורך דולה ומשקה
ציונות האט באקומען א קאמפיטישען דאס איז דער אינטערנעט, סתם א ליצנות,
לתועלת הענין וואלט טאקע געוועהן בעסער ווען סאטמאר (ז"ל) באטייליגט זיך נישט, דער ציונות ווען דאס איז ארויס מפי הרב ווקסמאן האט דאס נישט געמאכט קיין סענס, ס'האט זיך נישט געקלעבט.
און ווען דער דזיבוי רב האט גערעט דערפון האט מען פארשטאנען האס דאס האט גארנישט מיט ציונות נאר פרידען צו שטעלן אפאר בעלי הרגשים (לשיטתם).
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 2:17 pm
דורך איך אויך
ספעציעל ווען רז"ל איז דארט געזעצן מיט א פנים כאילו ער וואלט נארוואס אריינגעביסען און א מצה נפוחה וכפולה. (קרעדיט: יואליש)
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 2:21 pm
דורך גדעון
א יונגע רעוועל איז זיך געזיצען באקוועם ביים כינוס ווען מיטאמאהל זעהט ער זיין הדרת פנים'דיגע צורה אויפן סקרין, אזוי ריזיג אז מ'האט געקענט ציילן די האר פון די וואנצען זיינעם.
"קלונימוס!" געט ער א זאג פארן זיין שכן "קוק איך בין געווארן א גרויסע רבי" ודפח"ח
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 10:00 am
דורך טעפל
דולה ומשקה האט געשריבן:ציונות האט באקומען א קאמפיטישען דאס איז דער אינטערנעט, סתם א ליצנות,
לתועלת הענין וואלט טאקע געוועהן בעסער ווען סאטמאר (ז"ל) באטייליגט זיך נישט, דער ציונות ווען דאס איז ארויס מפי הרב ווקסמאן האט דאס נישט געמאכט קיין סענס, ס'האט זיך נישט געקלעבט.
און ווען דער דזיבוי רב האט גערעט דערפון האט מען פארשטאנען האס דאס האט גארנישט מיט ציונות נאר פרידען צו שטעלן אפאר בעלי הרגשים (לשיטתם).
ווען סאטמערע רב ז"ל וואלט היינט געלעבט וואלט ער גערעדט פון ציונות אדער פון אינטערנעט?????????
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 11:14 am
דורך געפילטע פיש
טעפל, מיין אויגן טוען מיר וויי ווען איך זע מער ווי דריי פראגע צייכענעס אויף איין מאל, און ס'מאכט מיין בראוזער קרעשען, די רבי זי"ע וואלט נישט גענוצט דרייצען קוועסטשאן מארקס.
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 11:36 am
דורך טעפל
געפילטע פיש האט געשריבן:טעפל, מיין אויגן טוען מיר וויי ווען איך זע מער ווי דריי פראגע צייכענעס אויף איין מאל, און ס'מאכט מיין בראוזער קרעשען, די רבי זי"ע וואלט נישט גענוצט דרייצען קוועסטשאן מארקס.
אשפג, כ'וועל וויסען פאר נעקס טיים, שכועח.