בלאט 2 פון 7
נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 12:19 am
דורך איינגעמיירעט
שמעקעדיג האט געשריבן:ישמעאל. קרעש האב איך נישט געהערט קיינמאל. שטויב, שימל מיין איך אויך אז נישט. שלעפעריג האט מען דאך שוין ממליץ געווען אדם מועד לעולם.
א ווייטאג אויף דיר אז די האסט נישט געקענט דעם איש החשוב ר׳ חיים שמואל שימל זצ״ל
און ר׳ אלי׳ שטויב איינער פון ד טייערע בארא פארקער יודען זעעט אויס קענסטו אויך נישט.
נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 1:10 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 10:16 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 10:48 pm
דורך פארוואס?
איך שעם זיך אויך זייער מיט מיין לעצטע נאמען, מענטשן ווייסן נישט געהעריג ווי אזוי עס צו זאגן. (״פארוואס״ איז מיין ערשטע נאמען, ״?״ איז מיין לעצטע נאמען).
נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 10:58 pm
דורך דריידל
איך קען איינער וואס זיין לעצטע נאמען איז קנאבל און אויף ענגליש רופט ער זיך Nobel מיט א " silent "k
נשלח: מאנטאג יוני 09, 2014 11:59 pm
דורך הדד בן בדד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פארקאש, קלאץ, פארצגאנג, אלטמאן, טויטער, פייערווערגער.
קלאץ, האלב פון די נעמען וואס דו האסט דא אויסגערעכנט זענען נישט דא. קלאץ און טויטער זענען נישט דא, און אן אנדערע האסטו געטוישט אן אות עס צו מאכן אזוי
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:01 am
דורך הדד בן בדד
שמעקעדיג האט געשריבן:ישמעאל. קרעש האב איך נישט געהערט קיינמאל. שטויב, שימל מיין איך אויך אז נישט. שלעפעריג האט מען דאך שוין ממליץ געווען אדם מועד לעולם.
אין קען אלע דריי, איך קען א איד קרעש, איך קען א איד שטויב און א גאנצע משפחה שימל.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:03 am
דורך הדד בן בדד
דריידל האט געשריבן:פעלדמאן....
אגב אונזער פעטער עשו איז געווען דער ערשטער וואס האט געהייסן פעלדמאן. ויהי עשו.... "איש שדה"
ווען איך בין געווען אין א"י האב איך געטראפן איינעם מיט די לעצטע נאמען "הר זהב". לכאורה איז עס געטוישט פון גאלדבערג
איך קען גוט די הר זהב'ס, א גאנצע משפחה עטליכע ברודער, קארלין-פינסק'ער חסידים. קינדער פון ר' נח הר זהב ע"ה.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:04 am
דורך שמעקעדיג
דריידל האט געשריבן:איך קען איינער וואס זיין לעצטע נאמען איז קנאבל און אויף ענגליש רופט ער זיך Nobel מיט א " silent "k
און די משפחה קנאבלאך? שרייבט מען אויך אין ענגליש נאבלעך?...
וואס מיינט עקשטיין?
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:05 am
דורך שמעקעדיג
הדד בן בדד האט געשריבן:
איך קען גוט די הר זהב'ס
קרובים צו זר זהב??
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:06 am
דורך הדד בן בדד
איינגעמיירעט האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:ישמעאל. קרעש האב איך נישט געהערט קיינמאל. שטויב, שימל מיין איך אויך אז נישט. שלעפעריג האט מען דאך שוין ממליץ געווען אדם מועד לעולם.
א ווייטאג אויף דיר אז די האסט נישט געקענט דעם
איש החשוב ר׳ חיים שמואל שימל זצ״ל
אים האב איך טאקע געמיינט, נישט סתם א איד געווען, עס מאכט זיך נישט אזעלכע אידן, חבל על דאבדין.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:13 am
דורך הדד בן בדד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:וואנצעס.. איי ס'בושות.
האמיר אמאל געהערט אזא מעשה פון דעם יארמע'ר רב: איז געווען אין די צייטן ווען די גוי'אישע רעגירונגען האבן אנגעהויבן געבן די אידן לעצטע נעמען, סאו די וואס האבן געהאט פראטעקציע אדער אפאר דאללער האבן געקענט באקומען שיינע נעמען, די וואס האבן נישט געהאט האבן געדארפט האבן מזל. אויב האבן זיי געהאט מזל האבן זיי באקומען א פארווע נאמען, נישט שיין נישט מיאוס, אבער אויב האט דעם גוי'אישן באאמטען אנגעכאפט דעם דשוק האט ער דעם אידן איינגעמיירעט מיט א מיאוס'ן נאמען.
ויהי היום קומט א איד, חאצקל, אין בית מדרש, "פון היינט אן הייס איך חאצקל לינדער". פרעגט אים זיין חבר בערל: וואסא מין נאמען איז דאס לינדער? זאגט ער, דער גוי האט מיך געוואלט טשעפען האט ער מיר א נאמען געגעבן בלינדער, אבער איך האב אים אונטערגעשמירט אפאר מטבעות האט ער מיר געלאזט אראפנעמען דעם ערשטן אות, איז געבליבן לינדער. פשיהא, אזא קלוגע עצה.
די אנדערע וואך האט בערל געהאט זיין אפוינטמענט ביים נעמען געבער. יענעם נאכט קומט ער צוריק אין בית מדרש פרעגט אים חאצקל, נווו? זאגט בערל, "איך האב גענוצט דיין עצה, פון היינט אן הייס איך וואנץ..."
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:20 am
דורך שמעקעדיג
אין עליזאבעט ניו ג'רסי האט געדינט א שטיק צייט אלס רב דער גרויסער גאון ועסקן הרב פנחס מרדכי טייץ ז"ל. וואס דארף דער נאמען צו מיינען?
איז [tag]סקאטש טעיפ[/tag] אראונד?
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:26 am
דורך הדד בן בדד
אין טאראנטא איז געווען (און אפשר איז ער נאך דא, אויב יא דארף ער שוין צו זיין איבער די הונדערט) א חשוב'ער רב הרב אקס.
ומענין לענין, אין סאטמאר איז געווען א חשוב'ער איד א שוחט ווערצבערגער (כ'מיין ער האט געהייסן ר' אברהם ווערצבערגער, אבער כ'בין נישט זיכער דעם ערשטן נאמען). ווען ער איז אמאל געפארן קיין טאראנטא שחט'ן האט אים דער סאטמאר רב ז"ל געהייסן ער זאל אריינגיין צו הרב אקס אים ווייזן דעם חלף. דער שוחט שטעלט אן אפאר אויגן אויפן רבין און גיט אים א זאג, איך פארשטיי נישט, דא אין ניו יארק שיקט מיך דער רבי ווייזן דעם חלף פארן ביק, און אין טאראנטא פארן אקס, פאר וועמען וועל איך דארפן ווייזן דעם חלף נעקסט?
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:28 am
דורך שמעקעדיג
הדד דו ביזט מלא וגדוש....
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:38 am
דורך רויטע וואנצעס
ס'דא א גערע משפחה און א גרויסע קלויזענבורגע משפחה מיט'ן נאמען אקס, מ'זאגט עס אבער מיט א פתח א', דאנקע גאט.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:39 am
דורך דריידל
ס'איז געווען א דאקטאר וואס האט געהייסן דאקטאר עלעפאנט. רופט איינער אריין און בעט צו רעדן צו דאקטאר אקס. ענטפערט דער דאקטאר, איים סארי אבער איך בין דאקטאר עלעפאנט. זאגט יענער, כ'האב געוויסט אז די ביסט עפעס א בהמה
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:41 am
דורך דריידל
אסאך נעמען ענדיגן זיך מיט קי. למשל, טווערסקי, קלעצקי, דושינסקי, זאבוטינסקי, גאלינצקי וכו'
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:54 am
דורך דבילה
פעפפער, צוויבל, קנאבל, שימל, בייגל, מייער, אקס, ביק, וויינגארטן, גפן, עפל, קארן, ווייצן, זאלצמאן, זעלצער, מארגארעטן, פוטערפאס, האניג, צוקער, פיש, ביער, באלדט נישטא א מאכל אן א בעלן.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 12:59 am
דורך sefish
דאקטאר פאנפעדער
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 1:01 am
דורך רויטע וואנצעס
פאפלענאש, פארקאש, קערנקרויט, פעפער, לאזאר.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 1:10 am
דורך הדד בן בדד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ס'דא א גערע משפחה און א גרויסע קלויזענבורגע משפחה מיט'ן נאמען אקס, מ'זאגט עס אבער מיט א פתח א', דאנקע גאט.
הרב אקס פון טאראנטא האט מען נישט גערופן מיט אן פתח א'. אזוי אויך האב איך א חבר וועלכער האט דעם לעצטן נאמען און מען זאגט עס געהעריג ארויס בשם המפורש, אזוי ווי ביי אן אקס.
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 1:13 am
דורך הדד בן בדד
דבילה האט געשריבן:פעפפער, צוויבל, קנאבל, שימל, בייגל, מייער, אקס, ביק, וויינגארטן, גפן, עפל, קארן, ווייצן, זאלצמאן, זעלצער, מארגארעטן, פוטערפאס, האניג, צוקער, פיש, ביער, באלדט נישטא א מאכל אן א בעלן.
איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז שימל און ביק זענען מאכלים. פון ווייצן האב איך נישט געהערט (אלס משפחה נאמען) אבער אין מאנסי וואוינט ראביי "ווייץ", דער דירעקטאר פון עקא דאקטוירים רעפערל סענטער.
בד"וו, צוקער האלט איך וואלט געמעגט טוישן זייער נאמען אויף ספלענדא...