בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 10:38 pm
דורך outspoken
אינטערסאנט
1)הרב טייטעלבוים'ס נאהטע חבר לייבעל פאשקעס איז אהין געפאהרען מיט אסאך - גע'גנב'ט געלט, וואס באלאנגט פאר זיין ברידער דעק סיגוט'ער רב, און הרהה"ג ר' יואל האט גענומען זיין ברודער הג' רבי חיים צבי און נאך א שליש.
דער ברודער הג' רבי חיים צבי האט געמוזט זיין גאר א גרויסע צדיק, הרב טייטעלבוים האט אים בא'גנב'ט און דאך איז ער געווען זיין בזבל"א.
ווי באוויסט האט רבי יואל גאהר א שנעלע מחשבה בליצ'ענדיק שנעל, א געזינטע מבין דבר מתוך דבר, זייער שארף און כיטריג און דער מונקאטשער האט לפעמים נישט צום ווארט געקענט קומען
נישטא וואס צוצילייגען
נשלח: דינסטאג יוני 10, 2014 11:17 pm
דורך הירשל ציג
ס'איז אבער צו באמערקן אז די קינדער פון די דעמאלדיגע סאטמארע חסידים - ווואס שרייען דא אז די גאנצע "טראנסילוואנישער צייטונג" איז שקר וכזב האבען אין יאר ה'תשמ"ט לפ"ג ארויסגעגעבען א שמוציגע אשר יצר פאפיר בלאט אשר בשם "אידישע וועלט" יכונה, וואו זיי האבען געדרוקט וואך נאך וואך בלעטער מלא שקרים און סתם חוזק פון כ"ק רבינו הק' מליובאוויטש זי"ע
און דאס איז שוין געווען 5+ יאר נאך מעשה וועכטער ועוד, און ס'איז נישט געווען קיין שום "טעם" כאילו פארוואס דאס צו דרוקען. סתם, משום שעמום ורשעות!
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 9:12 am
דורך ברסלבער
דולה ומשקה האט געשריבן:די ארטיקלען דאס זענען ווי אזוי עס שטייט דארט, אז יענע שרייבער איז נישט געוועהן אינטרעסירט אין חכמת הדקדוק, די אייציגסטע אינטרעסע זיינע איז געוועהן צו שפייען צואה אויף דער חשבון פון א הייליגע איד.
איש הישר האט געשריבן:גוגל -- נאכן אימפלעמענטירן דעם אלגאריטם -- זענען זיי געוואויר געווארן אז די זעלבע צייטונגען וועלכע נוצן א פערפעקטער גראמאטיק מיט אן אויסגעהאלטענעם אויסלייג (א שטייגער ווי די וואל סטריט דזשורנאל אדער די ניו יארק טיימס) זענען די זעלבע וועלכע זענען דאס ווייניגסטע בייעסד, און וועלן אלץ פרובירן צו ווייזן ביידע זייטן פון דעם מטבע. עס שטעלט זיך ארויס אז קוואליטעט גייט האנט ביי היינט מיט דאס מעגליכקייט אנצוקוקן א טעמע מיט א גראדן בליק אן ווערן עמאציאנאל איבערגענומען.
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 9:21 am
דורך עפל סיידער
הירשל ציג האט געשריבן:ס'איז אבער צו באמערקן אז די קינדער פון די דעמאלדיגע סאטמארע חסידים - ווואס שרייען דא אז די גאנצע "טראנסילוואנישער צייטונג" איז שקר וכזב האבען אין יאר ה'תשמ"ט לפ"ג ארויסגעגעבען א שמוציגע אשר יצר פאפיר בלאט אשר בשם "אידישע וועלט" יכונה, וואו זיי האבען געדרוקט וואך נאך וואך בלעטער מלא שקרים און סתם חוזק פון כ"ק רבינו הק' מליובאוויטש זי"ע
און דאס איז שוין געווען 5+ יאר נאך מעשה וועכטער ועוד, און ס'איז נישט געווען קיין שום "טעם" כאילו פארוואס דאס צו דרוקען. סתם, משום שעמום ורשעות!
הירשל וואס האט הודו צו כוש?
אויב טענה'ט מען דא אז אנשי ריב ומדון האבען פאבריצירט א טראנסעלוואנישער צייטונג קעגן די סאטמארע רבי, שטימט עס נישט מיט די אידישע וועלט?
דאס וואס די זאגסט אז מ''ט איז שוין געווען 5 יאר נאך די פרשה איז נישט ריכטיג, איך קען עלטערן פון די דעמאלטס'דיגע פארכאפטע קינדער וואס באוויינען נאך יעצט בשנת תשע''ד יעדע מאל ווען עס קומט לשמחת משפחתם און ברויכען צוזעהן די יחי אדונינו פינ'ס און פענער ביי אייגענע שמחות,
לפי ידיעתי איז נאך אלס נישט פאריבער די פרשה ביי די פארווייטיגטע משפחות.
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 9:59 am
דורך מאטי
אויב איז דאס פאלשע מעשיות דאן מוז מען זאגן אז "מעשה אבות "לא" סימן לבנים".
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 11:03 am
דורך היסטאריקער
הירשל ציג האט געשריבן:ס'איז אבער צו באמערקן אז די קינדער פון די דעמאלדיגע סאטמארע חסידים - ווואס שרייען דא אז די גאנצע "טראנסילוואנישער צייטונג" איז שקר וכזב האבען אין יאר ה'תשמ"ט לפ"ג ארויסגעגעבען א שמוציגע אשר יצר פאפיר בלאט אשר בשם "אידישע וועלט" יכונה, וואו זיי האבען געדרוקט וואך נאך וואך בלעטער מלא שקרים און סתם חוזק פון כ"ק רבינו הק' מליובאוויטש זי"ע
און דאס איז שוין געווען 5+ יאר נאך מעשה וועכטער ועוד, און ס'איז נישט געווען קיין שום "טעם" כאילו פארוואס דאס צו דרוקען. סתם, משום שעמום ורשעות!
אזוי? ס'איז נישט געווען קיין שום "טעם" כאילו פארוואס דאס צו דרוקען?
האסט אמאל געהערט פון א "פנים חדשות"? די ווייסט וואספארא חסיד שאלאוזן איז?
באגראב נישט דיין קאפ אין זאמד
געדענק מיין מאטא, "היסטאריע קען מען נישט פארדרייען"
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 12:34 pm
דורך דולה ומשקה
איך מיין וואס [tag]הירשל ציג[/tag] מיינט איז בערך אזוי:
דער טראנסילוואניער צייטונג האט ערשיינט בשנות תרצ"ה-תרצ"ז, ווען זיי האבען געשריבען דער סאטמאר רבי'ס היסטאריע האבען נאך אלע נעמען וואס ווערן דערמאנט דארט געלעבט פריש און געזונט, עטליכע האבן טאקע שוין געוועהן בעלמא דקשוט אבער ס'האט אלעס פאסירט אין דער לעצטע צוואנציג יאר, יעדע האט געדענקט די מעשה. נישט אנדערשט ווי מ'זאל לייקענען אז מהר"א ט"ב האט גערעדט אויף קאשוי רב וכדומה און ווען נישט ס'פארהאן טעיפס וואלטן עס די שרייבערס פון הונדרעט יאר ארום פארלייקענט.
נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 12:38 pm
דורך ברסלבער
חיים שאולזאן באשרייבט אויך מער ווייניגער נאר מענטשן וואס לעבן פריש און געזונט, און מען וועט עס נאך אלץ נישט קענען נוצן אלס ראיות אין 100 יאר ארום.
נישט יעדע זאך וואס איז געדרוקט געווארן מיינט אז דאס איז געווען אמת. עס 'קען זיין' אז עס איז געווען אמת, אבער בכלל נישט מוכרח. און אויך דארף מען וויסן וויפיל זאלץ און פעפער עס איז געווארן צוגעלייגט.
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 9:26 pm
דורך טיטאניק
כוכב האט געשריבן:נאך די דריטע וועלט מלחמה וועט עפעס א משקה המשקר אפיקראצן ארכיון פון בעולמם של חרדים און אפאר צדעקערנטע עפל סוסעס וועלן עס צוקישאקן.
עס איז זינלאז צו פארלייקענען די געוןאלדיגע הערצה וואס סאטמארער רב האט געהאט ביי אלע ערליכע אידן וצדיקים פארן קריג, רבי איציקל וואס איז נאך געווען ביים שינאווער רב און האט נאך אזוי פארשטאנען וואס מיינט א צדיק ווי אונז איז געשטאנען כעבדיה קמיה מריה ביי די ניינציג יאר,און די גרעסטע ראי איז אז רבי אבישל קראלער זון רבי הערשלע איז געשטאנען אופן באנק און זיך געשטיפט צו הערן א ווארט פון סאטמארער רב.
הא הא הא.... די גרעסטע ראיה רבי הערשעלע.....
רבי הערשעלע פינקט ווי זיינע קינדערלעך זז"ג איז געווען א כיטערע געביבפטער אידעלע וואס האט גיט געקענט שפילען די געים ווי זיינע קינדער קראלי און אייזיק און מאכען א יש מאין
רבי הערשעלע האט געזען אז סאטמאר איז מושל בכיפה או ן ווער עס איז זיך נישט מכניע פאר סאטמאר קימט אין אינדערערד ממילא האט ער באשלאסען צי שפילן חסיד און והא ראיה קיק ווי הייליג און שיין ער האט זיך געבויט אויף סאטמאר בשעתן טרעטען אויף זיין הייליגער פאטערס כבוד
וצדקתו לבני בנים זיינע קינדער און אייניקלעך האבען נאך ביז היינט הנאה פון די קליגע מאוו פון רבי הערשעלע
נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 9:35 pm
דורך טיטאניק
זאל מיר קיינער נישט שלעכט פארשטיין
אין מיינע אויגען איז די גאנצע אשכול פינקט אזוי געפיקעוועט מיט שקרים און גוזמאות ווי די ספר מושיען של ישראל
מאכט עם נישט ערגער ווי ער איז געווען און נישט גרעסער
ער איז געווען א גרויסער מענטש אבער פארט א מענטש וואס האט געהייסען טייטלבוים
ער איז געווען א ריזיגער גאון א מיטגעמאכטער איד א צדיק א גרויסע רבי אלעס פיין און וויאויל
אבער ברענגט נישט רבי הערשעלע אלץ א עדות, ווייל שטעלט אייך פאר ווען ער קימט זיך נישט דארעך מיט סאטמאר ווי וואלט ער היינט געווען? ווייטער ווי האלמין! מיין דעה!
סא האקט נישט אין טשייניק ווייל עס בלייבט שוין גארנישט איבער פון די טשייניק פון אזויפיל האקען דערויף
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 9:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווי קען מען זען א בילד פונ׳ם אריגינעל׳ן צייטונג און בריווען?
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 7:54 am
דורך איחוד פעלד
עס איז זייער גרינג צוזאגען אז אלעס איז ליגענט.
פראבלעם איז ער האט דאך בריוו, די בריוו אליין ווייזען די מעשה.
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 8:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'האט איינער געזען א נייער בוך וועגען דער סאטמארער רב פון איינער א לינקער - מנחם קרן צו וואס? מ'האט עס באשריבען אין טאבלע"ט און ס'זעט נישט אויס צו שיין.
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 8:43 pm
דורך yatzmachp
די איידיע אז דער הייליגער סאטמאר רב האט זיך נישט געלאזט ראטעווען איז שקר מרישא עד גמירא. עס איז נישט דא קיין איין מענטש וואס קען זאגן אז ער האט זיך געקענט ראטעווען און די רבי האט אים געזאגט אז ער זאל זיך ענדערש לאזן פארברענען. מען ניצט אויס דעם פאקט אז ער האט גערעדט קעגן די עלייה, אזוי ווי רוב אנדערע פרומע רבנים, אז דאס האט געמיינט אז מען טאר זיך נישט ראטעווען. די זעלבע וואס האבן א פראבלעם מיט אים האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט די ציונים וואס האבן געוואוסט וואס עס גייט פאר און האבן נישט געלאזט אלע יודן וויסן. די אלע יודנראטן האבן געוואוסט וואס עס גייט פאר און קיינער האט נישט געמאכט קיין רעש, זיי זענען קיין סאטמערע נישט געווען. קיינער מאכט זיך נישט וואוסנדיג אז די רבי׳ס חסידים האבן געצאלט געלט אז ער זאל קענען ארויף אויפן טרעין. און די פאקט אז די טרעין אז באשטאנען פון חשובע מענטשן אין אונגערן, וואס די אונגערישע רעגירונג האט געהאט זייערע חשבונות, די ציונים האבן נישט געקענט טוהן וואס זיי האבן געוואלט.
אין אמתן אריין דארף מען נישט ענטפערן. לאז דער שרייבער האבן זיין צען מינוט. ער איז ממילא נישט אינטערסירט אינעם אמת.
נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 10:17 pm
דורך געפילטע פיש
נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 4:49 pm
דורך yatzmachp
די דאקומענט מגלה טפח ומכסה טפחיים. קודם כל די דאקומענט איז געשריבן געווארן אין 1994, conveniently פופצן יאר נאכן הסתלקות פון סאטמאר רבי'ן אין א צייט ווען אזויפיל וואס האבן געקענט ענטפערן, וואס האבן געהאט ערשט-האנטיגע אינפארמעישן, זענען געשטארבן.
די גרעסערע פראבלעם מיט דעם דאקומענט איז, עס זאגט נישט ווען די מעשה איז געווען. עס שטייט 1943. אין 1943 זענען די אונגערישע אידן געווען אונטער דעם איינרעדעניש אז זיי זענען סעיף. די אידן אין אונגארן זענען אריין אין געטא אין April 1944. די פוילישע דעפארטעישנס האט זיך אנגעפאנגען סוף זומער 1942, די ליקווידעישן פון די ווארשא געטא האט געדארפט זיין פסח 1943. די פוילשע אידן האבן נאך דעמאלס נישט געוואוסט אז מען הרגעט זיי אלע אויס. און די וואס האבן געוואוסט האט עס פאר זיי קיין סאך נישט געהאלפן. איז צו באשולדיגן דעם הייליגן סאטמאר רבין כאילו אין 1943 ווען די אונגארישע אידן זענען נאך געווען מיט די איינרעדעניש אז זיי זענען סעיף און די טרעק רעקארד פון די ציונים אין העלפן ראטווען אידן אויף א mass scale איז געווען non existent און אנדרייערס זענען זיי געווען גרויסע, אז סאטמאר רב האט נישט געוואלט אז א ציוניסט זאל קומען רעדן וועגן ציונות מיינט נאך נישט אז ער האט געוואלט די אידן זאלן זיך נישט ראטעווען. ס'איז זייער גרינג פאר א ציוניסט וואס האט געהאט א חשבון מיטן סאטמאר רבי'ן וואס האט מן הסתם נאר געוואלט אנדרייען ציוניזם, צו זאגן לאחר המעשה אז ער האט געוואלט זאגן אז דער עולם זאל זיך ראטעווען און נאר וועגן סאטמאר רבי'ן זענען זיי דארט געבליבן. משא"כ די אידן פון די אנדערע שטעט וואו די ציונים האבן יא געהאלטן זייערע דרשות און זענען מיט דעם אלעם גע'הרג'עט געווארן אויף דעם האף איך איז א צווייטער שולדיג. לכאורה לויט יענע רשעי ישראל איז סאטמאר רב אויך שולדיג פאר זייער טויט.
איך וועל וועגן דעם איבערזאגן, "די איידיע אז דער הייליגער סאטמאר רב האט זיך נישט געלאזט ראטעווען איז שקר מרישא עד גמירא".
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 3:28 pm
דורך elter-zeide
טייטאניק האט געשריבען!
אבער ברענגט נישט רבי הערשעלע אלץ א עדות, ווייל שטעלט אייך פאר ווען ער קימט זיך נישט דארעך מיט סאטמאר ווי וואלט ער היינט געווען? ווייטער ווי האלמין! מיין דעה!
סא האקט נישט אין טשייניק ווייל עס בלייבט שוין גארנישט איבער פון די טשייניק פון אזויפיל האקען דערויף.......
דעמאלץ ווען רבי העשעלע (וואס מ'קען אויף עם זאגען "דער רבי פון שלום") האט שלום געמאכט מיטן רבין, איז סאטמאר נאך געווען ווייט פון זיין דער גרעסטער קהילה, קלוזענבורג אין וויזניץ אין נאך זענען פינקט אזוי גרויס געווען, אין נייטרע ישיבה איז געווען אסאך גרעסער ישיבה ווי סאטמאר, עס איז געווען צעלים רב, פאפע רב , סטראפקעוו רבי אין נאך, אין פינקט ווי רוב רבנים האבען מקבל מרות געווען פון רבין האט אויך רבי הערשעלע פארשטאנען אז ער דארף דע אלטע מחלוקה אינדערזייט לייגען,
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 4:33 pm
דורך petergrifin
פאפע רב זצ״ל האט מקבל מרות געװען אל די װעי?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 5:44 pm
דורך elter-zeide
petergrifin האט געשריבן:פאפע רב זצ״ל האט מקבל מרות געװען אל די װעי?
איך האב געשריבען "רוב רבנים" איך רעכען נישט אויס קיין נעמען פון רבנים א חוץ רבי הערשעלע זי"ע, אין איוב די ברענגסט ארויף דעם פאפע רב זצ"ל, עם האב איך גיט געקענט כאב אפילו געגסען מיט עם אין זיין פריוואטע סוכה, אין כאב אויך געפרעגט ביי אים שאלות, יא, ער האט מקבל מרות געווען פון רבין, אין כמים פנים אל פנים האט דע רבי געהאט גרויס רעספעקט פאר עם, אויף זיין סיעתא דשמיא האט דע רבי מעיד געווען, אויב ער האט מקבל מרות געווען "אל דע וועי"? דאס זאל יעדער טייטשען ווי ער פארשטייט , עס מאכט נישט קיין גרויסע נפקא מינה,
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 6:15 pm
דורך אדם הראשון
---
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 6:48 pm
דורך קאווע טרינקער
petergrifin האט געשריבן:פאפע רב זצ״ל האט מקבל מרות געװען אל די װעי?
יא, ער און אלע רבנים האבן געהאט מר"ות פון סאטמאר.
וויי און ביטער פאר די ברכעים אשר לא כרעו לליפא פרידמאן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:50 pm
דורך למדן
טאמבל סאס האט געשריבן:אפגעזען ווער ס'איז גערעכט געוען זעהט מען כאטשיג אז ס'איז אייביג ..... נו שוין... קוק מיין חתימה. בקיצור רעבעס זענען אייביג געווען רעבעס.
די צייטונג ווי איך האב גיהערט איז אזויווי די פנים חדשות היינט, אבער די מחלוקת און אמונת צדיקים וכו' איז געווען אמאל געווען פונקט ווי היינט, דהיינו ס' געווען ווער ס' האט יא געגלייבט און ס' געווען ווער נישט, נאר אחרי מות קדושים ווערט יעדער הייליג ביי יעדעם (חוץ ווער עס איז אינטערעסירט אנצוהאלטן א נארישע אלטע מחלוקת)
און עס איז אייביג אזוי געווען אז אפילו ווען בשעת מעשה איז עס געווען עולם כמנהגו נוהג איז שפעטער בענקט זיך יעדער צוריק און אלעס ווערט העכערע זאכן,
ווייסט איינער ווען עס האט זיך אנגעהויבן? אויב עס האט זיך בכלל אמאל אנגעהויבן, וואס שטייט אין תורה שבכתב אדער בעל פה זאכן וואס זענען געווען בבית ראשון און נישט אין בית שני גלייבט מען באמונה שלימה באט עט וואו פוינט האט זיך אנגעהויבן א געגלייבעכטס אין זאכן אז אמאל איז געווען א בעסערע וועלט וואס בשעת דעם אמאל האט מען נישט (נישט יעדער) געגלייבט אין דעם