באשלאסן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
געגאנגן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 10, 2014 11:51 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך געגאנגן »

ברסלבער האט געשריבן:פאר שבועות איז געווען עדוועטייזט א שפאגל נייעם כולל, גערופן כולל דוד המלך, זיי זאגן אויס תהלים ביים קבר דוד המלך, און שטעלן צו נאך ענליכע פארשידענע 'סערוויסעס'

עס אלעס איין מענטש - איין אנדרייער -
פראבירט אלע וועגן
אזויווי מהדרין און J&J
צענטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 13, 2014 2:48 am
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך צענטער »

איך קען פשוט נישט פארשטיין פארוואס דו מיינסט אז דיין "פוינט" קומט ארויס קלארער ווען דו ניצט שמוציגע ווערטער (ניבול פה).

איך מיין בכלל אז דיין גאנצע מגילה איז נישט ווערד א תשובה ווייל איך און דו און יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז די בלעטער זענען דא צו מאכן געלט ותו לא. זיי וועלן אריינלייגן "עני" עד וואס ברענגט געלט בלי שום קשר צום שכל פונם ציבור וואס ליינט דאס (חוץ עדס וואס וועלן גורם זיין מ'זאל דעם בלעטל ארויסווארפן פון שול למשל א עד פון דעם צויאשעטע ליפא). האסט א ברירה נישט צו קוקן אינם בלעטל בכלל און אויף די עדס בפרט.

איך שרייב דעם תגובה בלויז פארן אויספיר: לכאורה האסטו פארגעסן פון די גמרא (אדער האסטו דאס קיינמאל נישט געלערנט), הנותן צדקה כדי שיחי בני הרי זה צדיק גמור.

אריינריקן אפאר טאלער אין טאש פאר א נצרך ברענגט ישועות און רפואות, דאס איז א פאקט וואס חז"ל לערנען אונז, דעריבער זעה איך נשיט קיין חסרון ווען די צדקה ווערט געגעבן בדרך כבוד, דהיינו דער מקבל שפירט זיך נישט א שנארער ווייל ער שטעלט דיר צו א תהלים פון דעקל צו דעקל און נאך דערצו חוץ די געוועלדיגע מצוה פון צדקה און נאך בדרך כבוד האסטו גאר אריינגעכאפט א אויסזאגן תהלים פאר דיין זכות. אלס א מאמין בחז"ל זעה איך נישט א חסרון אין מפרסם זיין און אין שטיצן אזא זאך.

אויב איז דיין פראבלעם בלויז די צוגאנג, די קינדישע מעשיות און גאנץ אדער האלב בלאפערישע סיפורי מופתים וואס באגלייטן די עדס דאן קען איך אפשר פארשטיין דיין דריקעניש אבער איך האב פאר דיר נייעס, וועלקאם טו ריעליטי, אזוי גייט עדווערטייזמענטס בכלליות בשנת 2014 אפילו בגשמיות, און אויב אזוי דארפסטו זיך נעמען צו בוני עולם'ס ביינער פארן פארשווענדן א פערטל מיליאן דאלער פאר יעדן דינער און דערנאך קומען צו מיר בעטן $500 דו האסט געמאכט אפשר א חשבון וויפיל אינגעלייט דארפן זיך אנשטרענגן צו געבן $100 צו שמירן די אומדערהערטע געלט שווענדעריי צו דעקן די אויפרייסערישע פראפעגאנדע?
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

IMG-20140617-WA0008.jpg


איך דריי זיך ארים שוין א לעינגערע צייט, איך זיך נויטיג א ניצבארע מתנה צי קויפן פאר א נאנטע חבר מיינע, א מתנה וואס יענער וועט מיך געדעינקן, א מתנה וואס יענער וועט שטארק הנאה האבן, ב"ה היינט ציפרי איז עס מיר פארענטפערט געווארן, איך האב אריין געבלאנדזשעט און א מעלדינג, וואס די מעלדינג איז מיר געוועין א דערלייכטינג, עס איז מיר גלייך אויפגעלאכטן די אויגן, איך האב גלייך פארשטאנען אז די מתנה איז ווי געווינטשען פאר מיין חבר, ער וועט מיר זייער דאנקבאר זיין, נעמליך א אחור רייניגער, עס טיט שפרעינגען וואסער, און אזוי דיר רייניגען דעים אימריינבארער חפץ חשוד, אויב ווילט איר אויך זוכה זיין דערין, דאן ריפט דעים נומער אויפן עד, זיי זאגן צי אז עס וועט אייך זיין זייער איינגענעים, זיי טיען אויך זיך רעכענען אז עס קען זיין שווער צי דעליווערן, על כן מחמת די גרויסע נאכפראגע פארשפרעכן זיי א דעליווערי פריי פון אפצאל, איך גלייב אז מען קען זיי אויספרעיגן בשעת'ן דעליווערן זיי זאלן אייך געיבן א איינמאליגע דעמאנסטראציע.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פליקער: ייש"כ פאר ברענגען די בשורה מרנינה פון דעים בידעט, בלע"ז. איינס פון מיינע שאלות האסטו שוין פארענטפערט. ס'איז מיר קשה געוועין אויב די אדווערטייזטע פרייז פון $55.00 איז שוין אריינגערעכנט דעליווערי אויכעט. יעצט איז נאר געבליבן די שאלה וואס טיצעך מיט אינסטאלעיש'ן. מ'קען עס אראפלייגן אין דיינינג רום, אדער נאר אין ביהכ"ס. און וויאזוי קאנעקט מען די הייסע און קאלטע וואסער צו די כלי. אדער אפשר איז עס נאר געמאכט צו שפריצן קאלט וואסער. א פאר בילדער (אפשר ווידיאו אויך) מיט אינסטראקשנ'ס וויאזוי און וואו צו אינסטאלירן די כלי וואלט געוועין זייער ניצליך... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o
פארשפארט