בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:22 pm
דורך berlbalaguleh
נחום אישגמזו: התשובה היא פשוטה. לדעתי הסיבה העיקרית שלא לומדים את ההיסטוריה המקורית של התנ"ך בחיידרים של פלג החרדים טמון באי-התמצאות של 90% מהמורים (רעבעס) בהיסטוריה. וכשהילדים יקשו הרבה קושיות על התנהגות של אבותינו בארצם לא יהיה להם מענה...! אז מעדיפים שלא ללמוד ...!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:34 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס׳איז א נארישקייט פאר איינער וואס פארכט זיך פון אפיקורסת (aka ביקורת המקרא) צו לערנען נ״ך, פריער אדער שפעטער וועט מען סייווי מוזן צוקומען צום תירוץ אז מ׳פרעגט נישט קיין קשיות איז why bother? וואס איז די פוינט פון לערנען נ״ך, פרעגן קשיות, ענטפערן תירוצים אויף די קשיות, פרעגן קשיות אויף די תירוצים אויף די קשיות, ענטפערן תירוצים אויף די קשיות אויף די תירוצים אויף די קשיות, און הערשט ווען מ׳קומט צו צו די קשיות אויף די תירוצים אויף די קשיות אויף די תירוצים אויף די קשיות דאן שרייט מען אפיקורסת און מ׳טאר זיך נישט האלטן קלוגער און מ׳פרעגט נישט קיין קשיות, מ׳קען עס דאך זאגן גלייך פון אנפאנג און זיך שפארן די גאנצע מיה?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:44 am
דורך צפור בודד
קאם אן. מ'קען לערנען תנ"ך אויף פילצאליגע מדרגות. א ידען אין תנ"ך וואס וויל זיך נישט ספראווען מיט והכנעני אז בארץ אדער די צוויי ווערסיעס פון, לדוגמא, מיתת שאול איז נאך אלץ פיל בעסער ווי דער תלמוד חכם וואס ווייסט אפילו נישט אז דער פסוק דערציילט אז שלמה המלך האט געדינט ע"ז.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 12:39 pm
דורך פארואס נישט
ס'נישט א נייע זאך אז מ'לערענט נישט די אלע זאכן, אינדערהיים זענען געווען מקומות ווי מען האט יא געלערענט און מקומות װי מ'האט נישט געלערנט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:19 pm
דורך נחום אישגמזו
הטענה שלך לא ללמוד תנך כי אז שואלים שאלות וממה נפשך מה התועלת בזה לוקה באד הומינום . ואסביר.

א) הנסיון מלמד שמי שמלמד תנך בחדרים הילדים והבוגרים יש להם מטען רוחני ובסיס איתן ליהדות

ב) עצם טענתך , לימוד תנך לא מביאה בהכרח לביקורת המקרא יש שוני בין פון א קאשע שטארבט מען נישט לבין לאמץ מתודה מפורכת של ביקורת המקרא ומעבר לכך מי שלומד תנך ורואה את הנבואה שהתקיימה ומתקיימת והאמת שבה מסרב לקבל שזה לא תורה מן השמים
ובכלל לא מפחדים מהשאלות והכל כבר חזל שאלו ודשו בה ואנחנו משוכנעים לא רק באמונה על על פי השכל הישר שהתורה אמת ונכון שיש שאלות אבל לצטט את דיויד יום שנס הןא בהגדרה שההפרכה שלו יותר אבסורדית מהנס אז לענינו מי שלומד וחי תנך רואה את השאלות ושוקל את הדברים ומגיע למסקנה שבכל זאת זו האמת ויש שאלות שלא הכל יודעים.

עובדתית אין כמעט יוצאים בשאלה מהזילברמן כבר למדו אלפי ילדים ואפשר לספור על האצבע המתפקרים

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:36 am
דורך berlbalaguleh
נחום אישגמזו: איך גיי דיר ענטפערן אין אידיש ווייל דא איז א אידיש בלאג. און איך גיי נישט מאנאפאלירן און מאניפולירן דעם בלאג אלס א פריוואטער שמועס מיט א יחיד. דאס איז דאך אחרי ככלות הכול געעווען דיין מטרה מיט זיך איינשרייבן דא אין קאווע שטיבל.
די בענעפיטן פון יא לערנען תנ"ך מיט קליינע (און גרעסערע) קינדער ווערן אפגעווישט לעומת די ריזק פון די קינדער באקומען די נישט ריכטיגע מעסעדזש. און זיי וועללן פרעגן א סאך קשיות וואס די רעבעס וועללן נישט קענען פארענטפערן...! ממילא איז דאך בעסער אז מ'לערנט נישט קיין תנ"ך אין די יונגערע יארן...אויסער געוויסע שטיקלעך אין ספר יהושע. וואו ס'ווערט וואונדערליך דערציילט די היסטאריע פון וויאזוי די אידן זענען אריינגעגאנגען אין ארץ ישראל און זיי האבן באזעצט און אויפגעבויעט דאס לאנד...! און די מלחמות וואס זיי האבן געפיהרט...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 2:38 am
דורך רביה''ק זי''ע
אזוי צו אזוי, ס׳דא מענטשן וואס האבן אן ענין סתם צו האבן ידיעות אין קאפ, פאר זיי איז טאקע דא אן ענין צו לערנען נ״ך מיט די אפאלאגעטישע תירוצים פון חז״ל און מלבי״ם. מיין פראבלעם מיט דעם מהלך הלימוד איז אבער אז איך בין נישט אינטערעסירט אין סתם האבן ידיעות אין קאפ אנעם זוכן דעם אמת, דערפאר קוק איך אן די גאנצע אפאלאגעטישע נ״ך געלערנאכטס ווי א לצנות. נאכדערצו ווען די חברה ווילן זיך קומען אויפטוהן אז זיי זענען גאר די ״אריגינעלע״ און זוכן דעם ״אמת״, פארקויפטס א צווייטן באבקעס. פונעם קוק-ווינקעל פון ״אמת״ טוען אלגעמיינע חרדים די מערסטע צום זאך, זיי גלייבן נישט אין נ״ך און זיי לערנען עס טאקע נישט און פערטיג, מ׳דארף נישט גיין אריינקוועטשן בעלאוני אין ספרים אין וואס מ׳וויל נישט אננעמען וואס שטייט ווען מ׳קען עס איגנארירן מעיקרא און לערנען ספרים אין וואס מ׳גלייבט יא. ווער ס׳וויל דווקא יא לערנען סתם פאר די ידיעות אדער ווייל ער גלייבט יא אז די מחברי התנ״ך האבן געוואוסט וואס זיי שרייבן קען רואיג גיין צום ספרים שאפע און לערנען, און ווילאנג ער פארקויפט נישט זיינע ״אפיקורסישע״ מיינונגען פאר די וואס ווילן עס נישט הערן וועט איהם קיינער גארנישט טוהן. פונעם נקודת הנחה אז מ׳זוכט זיך נישט צו פארקרומען דעם שכל מיט איררעלעוואנטע לימודים איז בעסער אז מ׳לערנט נישט נ״ך, דעטס אלל. און אפפארן פון אידישן וועג האט נישט קיין שייכות אהער, ווער ס׳וויל אפפארן פארט ממילא אפ און די זעלבע פארקערט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 12:21 am
דורך שמעון וואלף
כל נדרי נאכט אין בית מדרש הער איך איך ווי ראובן פרעגט זיין שכן: די לאזט דיין בחור זאגן תפילת זכה? "ביי אונז האבן בחורים נישט געזאגט", פירט ער אויס.

א פרישע מעשה

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 8:26 am
דורך קידוש
שמעון וואלף האט געשריבן:כל נדרי נאכט אין בית מדרש הער איך איך ווי ראובן פרעגט זיין שכן: די לאזט דיין בחור זאגן תפילת זכה? "ביי אונז האבן בחורים נישט געזאגט", פירט ער אויס.

א פרישע מעשה
אין סקווירא אין נאך אנדערע חסידות איז דאס אן אפציעלע מנהיג אז בחורים זאגען נישט תפילות זכה

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 9:29 am
דורך חדשים
גראדע איז דא פון הרב אמנון בזק א איבערגעארבייטע תפילת זכה לנשים. די עסקנים דארפן ווען אהערשטעלן א תפילת זכה לבחורים...