טיטאניק האט געשריבן:יואב האט געשריבן:הער [tag]טיטאניק[/tag], אין וועלכן אשכול איך בלאנדזשע נאר אריין לעצטנס, שטויס ׳ך מיך אן אין פונקן עקסטרעמיזם, וועלכע שפריצן פון דיינע טינט.
קילט אייך אביסל אראפ ביטע, הגם איך בין טאקע איבערצייגט איר מיינט נישט קיין שלעכטס; איר זענט זאגאר דא עוקר צו זיין דעם רע
איך האב זייער הנאה וויאזוי איר שרייבט, און ס׳איז א כבוד פאר ק״ש דיך צו האבן. אבער ביטע, נידער דעם ווילדן טאן, קיל אראפ דעם שארפן רעטאריק, רעדוציר די שטעכיגע לעסטערונגען, און הער אויף מיט די טויט סטראשונגען. ס׳שאפט אן אנגעשטרענגער גייסט דא אין שטיבל. ס׳נעמט אוועק די רואיגקייט.
וויסן זאלסטו, עקסטרעמיזם איז אלץ פון זעלבן טייגל געקנאטן. הונדערט איז לעבן נומער איינס; פופציג איז אפגעריקט פון ביידע. וד״ל.
בבקשה ממך! בארואיגט אייך, איר שאפט באמת אן אנגעשטרענגטקייט דא. תודה למפרע.
ווילאנג איך וועל ליינען תגובות וואס זענען עקסטרעים צי די שיטה הקדושה וועל איך שרייבען עקסטרעם צוריק ארויסצורייסען די משוגעת משורשה
עקסטרעמיזם ביפיו!