בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:42 am
דורך רויטע וואנצעס
שאולי גראס ברענגט עס אויף פעיסבוק.
שאולי, זיי א מענטש געב קרעדיט פאר כוכב/ק"ש.

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 5:39 pm
דורך כוכב
דער אמת איז אז ס'איז ארומגעפארן אויף וואטסעפפ און ער מוז נישט האבן אן אנונג אז סקומט פון דא.
אויף פאליש האב איך געזען האט עס איינער ארויפגעשטעלט און ער שרייבט אפיציעל אז סקומט פון וואטסעפפ.
איינער זאגט מיר א סברא פארוואס מזעט לעצטנס א רעדוקציע אין אקטיוויטעט אויף ק'ש, ווייל דער עולם איז פארנומען אויף וואטסעפפ. קען זיין.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:29 pm
דורך חכם עתיק
כוכב האט געשריבן::like
כגעדענק סאמאל געווען א שריפה אין א גראסערי האט ער ארויסגעלייגט בערך אזא צעטל:
איך הייס חיים שטינקאטש, איך בין דער בעל הבית, כהאב געהאט אינשורענס, די פייער איז געווען אן עלעקטעריקעל, איך גיי איבערבויען וכו.
גראדע ביי א שבעה איז נארמאל אז מפרעגט איבער דער לעבנס ביאגראפיע פונעם נפטר דער פרנס איז סתם אזוי מיד געווארן...


איך ווארט איינער זאל אזוי זאגן פאר דעם קול מבשר ווען ער קריכט אריין אין די קישקע. סאך מאל נעמט ער ארויס די געדערים אין גיסט עס אויס ברבים. און מאכט זיך ווי ער פארשטייט נישט וואסב מען וויל פון איהם.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 6:20 pm
דורך לעמיל
גראדע האט קול מבשר זייער גוטע פאליסיס ווען עס קומט צו דעי זאכען און ער וואטשט זייער שטארק נישט צו אריין קריכען און יענעמס קושקעס

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 6:39 pm
דורך Chasidishmashpia
מורא'דיג!!

Re: לא תאכלו על הדם

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2020 12:29 am
דורך מי אני
די גאונות פון [tag]כוכב[/tag] דא ליגט אין די סימפּליסיטי פון איר קאמפּאזישאן. אראפגעלייגט קענדידלי נאטורליכע באמערקונגען וואס קומען פאר אין די געזעלשאפט און עס ברענגט ארויס די תכלית פונ׳ם פארפאסער נישט דארפענדיג קיין שום קאמענטארן. די קעפל איז אויך גאר פאסענד.

נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2020 11:36 am
דורך במדבר
@כוכב. ריזיג! אין עליך!

אבער פון ווי ווייסטו? :o הייסט עס, ער איז אויך דיין שכן?! :shock: און ער זאגט פאר יעדעם, ''ווארט ביי ווארט'' די זעלבע זאך?! :roll: