בלאט 2 פון 6
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 10:39 am
דורך קינד_אן_קייט
outspoken האט געשריבן:אבער די רדיפות אקעגן די וואס זענען געגאנגען צו ר' אברהם איז שוין גארנישט געווען קיין לויזע הוללות אדער בגילופין.
דאס איז שוין געווען אין די
שטארקע מינוטען.
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 10:41 am
דורך מאטי
וואס איז דאס "נאדעל אינעם פיפיק "?
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 10:51 am
דורך קינד_אן_קייט
קפנדריא האט געשריבן:פארוואס ס'פעלט אויס צו מעלה גרה'נענען א געשפענץ פון אידן וואס זענען שוין לאנג נישט אויף אונזער פלאנעט, אידן וועלכע פארברענגען שוין אין שאטן פון די גן עדן בלעטער, דאס איז נישט קיין כבוד אדער טובה פאר'ן נשמה פון דעם בעל דרשן זצ"ל
ס׳קען גאר זיין פארקערט, א בחינה פון שפתותיו דובבות בקבר כדי די איבערפארבליבענע וואס טראגן האלבע שיך ועודם איתנו בין החיים זאלן זיך אפשר לערנען א מוסר השכל ויהא זו לעילו נשמתו.
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 10:54 am
דורך מ גפני
די איבערפארבליבענע וואס טראגן האלבע שיך דרייען זיך נישט דא אז זיי זאלן זיך לערנען א מוסר השכל, סאו איך וואוט צופארמאכן דעם אשכול
ובזה יצאתי ידי חובתי למחות על בזיון רבי ומורי זי"ע
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 11:02 am
דורך מאטי
ער'ט דאך בלויז ציטירט זיינע ווערטער, דאונט קיל דהע מעסענדשער.
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 11:07 am
דורך מ גפני
איך באצי זיך צו די הערות וואס די "ציטירן" ברענגט נאך, נאך זיך
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 11:09 am
דורך עפל סיידער
קפנדריא האט געשריבן:אנטשולדיגט פאר אריינשניידן אין א פאליטישער אשכול פון וועלכע איך שטיי שטענדיג אוועק מיט א צען פיסיגן שטאנג.
ס'קוועטשט מיך אבער פארוואס ס'פעלט אויס צו מעלה גרה'נענען א געשפענץ פון אידן וואס זענען שוין לאנג נישט אויף אונזער פלאנעט, אידן וועלכע פארברענגען שוין אין שאטן פון די גן עדן בלעטער, דאס איז נישט קיין כבוד אדער טובה פאר'ן נשמה פון דעם בעל דרשן זצ"ל, ס'איז זיכער אז ער האט נישט קיין הנאה דארט אויבן פון דעם אשכול, חכמים הזהרו שלא תחובו.
ובזה יצאתי ידי שניהם..
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 11:22 am
דורך outspoken
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 11:39 am
דורך שרייבער
איינער איז נאך אין קארט היינט? ס'איז שטיל, יעדער לעבט פאר זיך, ניטאמאל די קעמפ אישו איז אויפגעקומען די יאר, יעדער איז ביזי מיט לימוד התורה
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 11:42 am
דורך היסטאריקער
קפנדריא האט געשריבן:אנטשולדיגט פאר אריינשניידן אין א פאליטישער אשכול פון וועלכע איך שטיי שטענדיג אוועק מיט א צען פיסיגן שטאנג.
ס'קוועטשט מיך אבער פארוואס ס'פעלט אויס צו מעלה גרה'נענען א געשפענץ פון אידן וואס זענען שוין לאנג נישט אויף אונזער פלאנעט, אידן וועלכע פארברענגען שוין אין שאטן פון די גן עדן בלעטער, דאס איז נישט קיין כבוד אדער טובה פאר'ן נשמה פון דעם בעל דרשן זצ"ל, ס'איז זיכער אז ער האט נישט קיין הנאה דארט אויבן פון דעם אשכול, חכמים הזהרו שלא תחובו.
ובזה יצאתי ידי שניהם..
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 11:44 am
דורך outspoken
ב''ה אז נישט, פארגעסט אבער אז זיי האבן אויך קינדער און ווען מ'וועט זיך ווייטער שלאגען און צוטיילען זאל עס זיין עפ''י תורה און מענטשליכקייט.
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 11:53 am
דורך outspoken
קפנדריא האט געשריבן:אנטשולדיגט פאר אריינשניידן אין א פאליטישער אשכול פון וועלכע איך שטיי שטענדיג אוועק מיט א צען פיסיגן שטאנג.
ס'קוועטשט מיך אבער פארוואס ס'פעלט אויס צו מעלה גרה'נענען א געשפענץ פון אידן וואס זענען שוין לאנג נישט אויף אונזער פלאנעט, אידן וועלכע פארברענגען שוין אין שאטן פון די גן עדן בלעטער, דאס איז נישט קיין כבוד אדער טובה פאר'ן נשמה פון דעם בעל דרשן זצ"ל, ס'איז זיכער אז ער האט נישט קיין הנאה דארט אויבן פון דעם אשכול, חכמים הזהרו שלא תחובו.
ובזה יצאתי ידי שניהם..
אוי וויי ס'כאפט מיר פחד, און ס'פאפעלער צו quoteען "קפנדריא", פארגעס פון די אלע זיינע דרשות, שטייט דאך אדם מוריש שקר לבניו, מנהל מ'קען מעקען די אלע אמת, לאמיר בלייבען מיט די שקר, אמת מארץ תצמח יעצט איז די אמת אינדער ערד...
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 12:04 pm
דורך גאלד
איז מעגליך אז אפשר איז טאקע דער ר' אברהם געווען יענער ביטאנג און ער האט זיך ערליך פארדינט די קיתון של שופכין?
אדער דאס איז מיטאמאל קיין רעדע,
מ'פרוביר מיך דאך דא צי זיין אפען מיינדעד און אויסשמועסן כל הסברות מכל הצדדים, פארוואס זאל פונקט דאס זיין אויסגעשלאסן,
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 12:06 pm
דורך עפל סיידער
גאלד האט געשריבן:איז מעגליך אז אפשר איז טאקע דער ר' אברהם געווען יענער ביטאנג און ער האט זיך ערליך פארדינט די קיתון של שופכין?
אדער דאס איז מיטאמאל קיין רעדע,
מ'פרוביר מיך דאך דא צי זיין אפען מיינדעד און אויסשמועסן כל הסברות מכל הצדדים, פארוואס זאל פונקט דאס זיין אויסגעשלאסן,
כ'האב שוין פריער געשריבען
עפל סיידער האט געשריבן:היינט ווען טייל נטורי קרתא קענען פאדערן צו רצחענען אידישע נפשות, איז דא טייל חסידים וואס האלטען אז די נקודה פון זייער איבערגעטריבענע קנאות און פרומקייט, דאס האט געשטערט דעם ברך משה זי''ע, און אט דעס האט ער געוואלט באקעמפן.
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 12:11 pm
דורך מ גפני
דאס אז ער'ז געווען פון די שווארצע איז דאך א פאקט, און אז נאך כוא"ב תשל"ט האט ער געוואלט אראפציפען פאר זיך א מוציא פון סאטמער איז אויך באקאנט
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 12:16 pm
דורך outspoken
אין איין ווארט, ער איז נישט געווען פאר די JOB . אין COPORATE WORLD וואלט ער נישט אנגעהאלטען איין טאג.
ר' אברהם, נחמן בראך, יוסל וואלדמאן טארן ווען נישט זיין זיין בר פלוגתא, פונקט ווי יעדער פארשטייט אז מהר''א און רז''ל טארן נישט זיין נחום ראזענבערג'ס בר פלוגתא.
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 12:18 pm
דורך outspoken
גאלד האט געשריבן:איז מעגליך אז אפשר איז טאקע דער ר' אברהם געווען יענער ביטאנג און ער האט זיך ערליך פארדינט די קיתון של שופכין?
אדער דאס איז מיטאמאל קיין רעדע,
מ'פרוביר מיך דאך דא צי זיין אפען מיינדעד און אויסשמועסן כל הסברות מכל הצדדים, פארוואס זאל פונקט דאס זיין אויסגעשלאסן,
און זיין מאמע אויך?...
און די שמועס דא איז נישט ווער ס'גערעכט להלכה וועגן די פאבליק סקול, ס'איז א וועג ווי אזוי מ'רעדט, און דיין קינד וואלסטו נישט געוואלט ער זאל זען און הערן אזא דרשה פון דיין רב.
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 12:39 pm
דורך עפל סיידער
איך בין נישט אזוי זיכער, [tag]גאלד[/tag] האט שוין באוויזען גבורות ווען די בלוט הפקר אשכול איז געווען בתקפו.
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 1:01 pm
דורך שרייבער
outspoken האט געשריבן:אין איין ווארט, ער איז נישט געווען פאר די JOB . אין COPORATE WORLD וואלט ער נישט אנגעהאלטען איין טאג.
ר' אברהם, נחמן בראך, יוסל וואלדמאן טארן ווען נישט זיין זיין בר פלוגתא, פונקט ווי יעדער פארשטייט אז מהר''א און רז''ל טארן נישט זיין נחום ראזענבערג'ס בר פלוגתא.
היינט איז עס א דבר המובן, אבער אין יענע יארן איז געווען א אנדערע וועלט, אין יענע יארן האט מען זיך יעדן מאנטאג און דאנערשטאג געדארפט אויפשטעלן און זיך פארענטפערן, אין יענע עפאכע בעפאר די אינטערנעט האט מען געקענט פארקויפן שקרים פאר יעדן און עולם גולם האט געקויפט, דער ברך משה האט איבערגענומען די ירושה פונעם פעטער מיט אלע מיני מענטשן ובכללם אזעלכע וואס האבן נאך געמאכט צרות פארן פעטער און ער האט זיך געמוזט מיט יעדן ספראווען
און דאס איז איינער פון די פאזיטיווע חלקים פון די סאטמארע חלוקה ביי צד מהר"א, אז די אלע אומפארגינערס זענען געבליבן ביים צד השני
אריין און 'ח"י סיון יום למחשבה' אשכול
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 1:10 pm
דורך outspoken
הייסט רז''ל באווייזט מופתים מיט צוזאמען האלטען די אלע אומפארגינערס וואס זענען געבליבן ביים אים?...
ס'האט נישט מיט די אינטערנעט (אפשר גאר פארקערט) אז מ'קאן נישט קאן מען נישט נישט קיין חילוק וואסערע בנש''ק אדער צדיק מ'איז.
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 1:11 pm
דורך גאלד
אויסער דעם איז ער געווען א קריאזע פאני מענטש, ער האט קיינמאל געקענט געבן א שמייכל אלס געווען זויער, און איך מיין אז ער האט נעבעך גייסטיש געליטן, בנוסף האט ער געשטאמט פון מאדערענע עלטערן
און ער האט נאך געוואלט מערער זיין אויף די הנהגה,
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 1:19 pm
דורך שרייבער
outspoken האט געשריבן:הייסט רז''ל באווייזט מופתים מיט צוזאמען האלטען די אלע אומפארגינערס וואס זענען געבליבן ביים אים?...
ס'האט נישט מיט די אינטערנעט (אפשר גאר פארקערט) אז מ'קאן נישט קאן מען נישט נישט קיין חילוק וואסערע בנש''ק אדער צדיק מ'איז.
ומתיבתא ברך משה יוכיח
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 1:20 pm
דורך בר דעת
איך קען נישט די סאטמארער פאליטיק, אבער צוויי זאכן איינס רבי אברהם איז געווען א תלמיד חכם מופלג און איך זעה נישט פארוואס ער זאל נישט טארן זאגן זיין מיינונג איבער א שאלה פון פראגראמען אין קרית יואל, לויט די קנאישע שיטות שטימט עס זייער גוט. דער סאטמאר רבי האט געמעגט "מערער זיין די הנהגה" פון אנדערע גדולי ישראל און רבי אברהם טאר נישט מוחה זיין קעגן עפעס וואס לויט זיינע סאטמארער-קנאישע שיטות טויגן נישט?
און זיט מיר מוחל, דער ברך משה האט זיך געהאט זיינע מעלות אבער די דרשה דעקט אויף זייער א פינסטערע טייל אין זיין לעבן, א מיאוסע שפראך און א מין הוצאת לעז אויף א ריזיגע משפחה אז זיי זענען אלע פגומים, די באבע איז געועון עובר על דת יהודית וואספארא מין קראנקע נקמה איז דאס? ער איז געועון שיכור? אקעי, האט ער געמעגט צוריקציען שפעטער, אזא דרשה איז שרעקליך!