בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 7:05 pm
דורך ונבנתה העיר
גאנצל, איך וויל נאר איבערחזר'ן איינע פון מיינע פאינטס.

אזוי ווי עס איז נישט קיין הלכה איז עס בכלל נישט קיין פארטי אוו טו, ער האט גוזר געווען במחשבתו וואס, ווי, וואו און ווען ער וויל טוהן מיט זיין פאלק, און די איינציגסטע גייד-ליין צו וויסן (למען הידיעה בעלמא) פונקטליך ווי אזוי עס וועט אויסקלאפן למעשה אין א ספעציפישן מקום און אין א ספעציפישן זמן - פונקט ווי ווען דו ווילסט וויסן וואס ער האט גוזר געווען פאר דיין פרנסה - איז: וואס 'איז', דאס וואס 'איז' בפועל דאס האט ער גוזר געווען פאר ברוקלין אין 2014.

אויף אייראפע, ת”ח ות"ט, האט ער גוזר געווען אז עס זאל ארויסקומען אין דעם פארעם פון מיתות משונות, אויף קרית יואל, תשע”ד, האט ער גוזר געווען אז די תוצאה בגשמיות זאל זיין - צווישן אנדערע - פראבלעמען מיט די שכנים, און אויף תל אביב, תשע”ד, האט ער גוזר געווען אז די הסתרה זאל זיך ארויסווייזן בגשמיות אין פראבלעמען מיט די יו. ען.

פונקט ווי גזירת אוישוויץ.

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 2:53 pm
דורך גאנצל
פארוואס האסטו דעס געוואלט איבער חזר'ן ?

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 8:47 pm
דורך ונבנתה העיר
עס איז מיר אויסגעקומען - שלא במתכוון - אז 'עתה אקבצם' (א לשון הפסוק) איז בגי' תש"ח, מר כדאית לי' ומר כדאית לי'.