קשר של קיימא, בנין עדי עד?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 100
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:13 pm
- האט שוין געלייקט: 57 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
אדרבה רעד צי א גוי . איך דריי מיר אסאך מיט גוים גיי אמאל צי א גוי אין אפיס אנשטאט האבען אויפען וואנט בילדער פון זיין ווייב אדער קינדער וועסטו זען א בילד פין זיין דאגי אדער קעצי סאיז mind boggling וויאזוי די מערסטע אפענע סאסייעטי אין די קלוגסטע אין קיק ווי מאיז אנגעקומען. קוק אמאל אין שפיטאל וועסטי זען ווי מען ברעגט אריין גוים עלענד אליין נישט קיין קינדער נישט קיין אינגעל אדער מיידעל פרענד,נישט קיין ווייב עלענד אין פיסט , אדרבה כאפ אמאל א שמועס מיט א עלטערע גוי וואס איז שוין העכער די פופציג אין האט צוויי קינדער אין די דרייסיגער אין קיינער האלט נישט ביים חתונה האבען ער האט זיך שוין לאנג געגעט אין חלשט צי האבען א אייניקעל , וואס מיינסטי א גוי וויל נישט זען נחת? סא פליז זיי נישט מקנא דעם גוי סגייט עם נישט אזוי גיט. מקען רעדן נאך אסאך דוגמאות ...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
- געפינט זיך: דערינען
- האט שוין געלייקט: 304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ווי חז"ל זאגן אונז שוין ניתי ספר ונחזי, צו זיצן אין וויליאמסבורג און נאך זאגן וואס די חתן רביס האבן אונז אריינגעבאקן מיט נותן און מקבל און בלא בלא בלא, און אז דער גוי וואס האט חתונה יעדע פאר יאר מיט א צווייטען פילט זיך צום סוף ווי א אויסגעזויגענע קוה אדער אז עכטע סיפוק און צופרידנהייט פילט מען נאר אז מען בינד זיך לעולם מיט איין פרוי וואס די מאמע האט געקליבן פאר דיר ווען די ביסט געווען אן אפרוח שלא נפתחו עיניו דאס איז נישט קיין מהלך, מען ברויך פרעגן די אידן (צו גוים) וואס האבן דאס שוין פרובירט א שטייגער ווי יעקב בויער וואס איז געווען לעצטענס אין די נייעס אז ער האלט שוין ביי זיין פינעפטע ווייב ועוד ידו נטיוה, זאל ער קומען זאגן אז לייפ סוקט וועט מען הערן ביז דעמאלטס איז עס דאמירן בעלמא.
די אלע ראיות פון גירושים מיט צוועלעף קינדער פון ביידע זייטן אז שטייצעך נישט קיין ראי.
בענדזשאמין טייערער, איך האב פרובירט ארויסצוברענגען מיינע סברות בטוב טעם ודעת, מיט אלע געפאדערטע הסברים. ווידעראום דו זאגסט אז עס איז בלויז דאמירן בעלמא בלא בלא בלא.
ביטע, ילמדנו רבינו, מיט דיין לשון לימודים, אדרבה ביטע קארעקט מי איף איים ראנג, איך וויל וויסן את הדרך נלך בה ואת המעשה אשר נעשון.
איך ווארט!....
וירח ה' את ריח הניחוח
- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
אויב אונז רעדן מצד שכל אנושי: דער תנועה פון זיין משועבד לעולם האט א פראסעס. קודם ווערט מען פרענדס, דערנאך מופט מען אריין צוזאמען, דערנאך מאכט מען אפ צו ווערן engaged דערנאך האט מען חתונה.
when they want to get married, they are so in love that they feel that are commited for ever. if the couple wont feel so, then they wont get married. as long as they are not sure that their love is forever they wont get married. 1
now there is no room of question why commit forever? because they are so sure in their love that they are ready to commit. 1
this may answer your question from a secular standpoint why commit forever? the reason is because I love her/him so much that we are committed to each other.

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
א טייל פון די מגיבים דא מאכן עס סאונדען כאילו דאס איז א גוים ווערסוס אידן שאלה, וועם איז בעסער. די מגיבים שרייבן "קוק ביי די גוים ווי ביטער עס איז זיי, קוק ביי די אידן ווי זיס עס איז זיי וכו'...." רבותי, רוב רובם פון די וועלט האלט אז די קאמיטעד מערידזש איז דאס בעסטע וואס עס קען נאר זיין. פארוואס האלטן רוב וועלט אזוי? ווייל סאסייעטי וויל אז זיי זאלן אזוי האלטן. די פויבסט, די דאלי לאמא, די פרעזידענט פון אמעריקא, די קעניג פון די נידערלענדער, די גאלאנטע און סערדאהעלי רבנים, די מופטי פון קאראקוס ווענעזועלא און ראביי בעטסי גאלדשטיין פון מיסיסיפי, אלע ווילן אז די עולם זאל האלטן אז קאמיטעד מערידזש איז די בעסטע זאך פאר אייך. א יעדער פון זיי קומט מיט אנדערע מהלכים און סברות פארוואס עס איז די בעסטע, אבער דאס איז די סיבה פארוואס כמעט די גאנצע וועלט האלט אזוי, ווייל די וועלט זאגט אז ס'איז די בעסטע.
והא ראיה, גיי פרעג עני באזעצטע חסידישע יונגערמאן אויב עס איז גוט פאר די "מערידזש" צו האבן נאך א ווייב אדער א פילגש, וועט ער דיך אוודאי ענטפערן אז עס וועט נישט זיין גוט פאר די שלום בית, די ווייב וועט זיין דזשעלעס וכו'. גיי פרעג עני חסידישע איד מימי חז"ל וועט ער דיר זאגן בלי שום ספק אז פילגשים איז די בעסטע זאך זייט געשניטענע ברויט. פארוואס? ווייל דעמאלטס האט די וועלט אזוי געהאלטן. יעצט איז נאר די שאלה פארוואס האט די וועלט אזא אינטערעסע אז די המון עם זאל האלטן אז קאמיטעד מערידזש איז דאס בעסטע. אויף דעם איז דא כמה תירוצים, די רעליגיעזע ווייל עס שטימט מיט זייער תורה און רעליגיע, עקאנאמיסטן ווייל עס איז בעסער פאר די עקאנאמיע, די רעגירונג פירער ווייל אזוי וועט זייערע פאפולאציע איינרוען און נישט מאכן קיין גרודער, אדער ווייל אזוי וועט עס וואקסן שנעלער, וכדומה.
די אמת'ע שאלה איז אבער, פארוואס פאר מיר די יחיד לוינט זיך צו האבן א קאמיטעד מערידזש. אויף דעם איז מיין יחידות'דיגע פערזענליכע ענטפער אז ס'לוינט זיך נישט!!! די חסרונות פון קאמיטעד מערידזש וועגן איבער די מעלות by far. עס לוינט אפשר יענעם, מיך אבער נישט. איך בין גרייט מוותר צו זיין די פאמיליע לעבן שוין די סעקונדע, איך זוך נישט צו לעבן א פראנק פרייער לעבן, איך האב גאר אסאך צו טון וואס איך קען נישט אויפטון נאר ווייל איך בין אין א קאמיטעד מערידזש. איז פארוואס בלייב איך אין די קאמיטעד מערידזש? ווייל גאט האט אזוי געהייסן, אבער עס מאכט טאקע נישט קיין סענס.
.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
גערעכט. די נקודה איז אז איך טו אזוי ווייל אזוי קומט עס אבער נישט ווייל עס איז גוט. פארשטייט זיך אז איינמאל דאס איז די פאקט פון לעבן מאך איך דער בעסטע דערפון און איך האב די בעסטע מערידזש וואס די וועלט פארמאגט נאר, אבער עס מאכט נישט קיין סענס.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
עפל סיידער גייט יעצט פרעגן אויב בימי חז''ל איז שוין געווען געשניטענע ברויט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
איינע פין די באקאנטע דוגמאות פארוואס פאנטזיעס זענען נישט מעגליך במציאות איז דער פאנטאזיע פין דער זכר צו האבען מערערע נקבות, ווען במציאות קען דער זכר נישט דערהייבען דער נפשיות'דיגער עול פין מער ווי איין נקבה.
עס איז מיר באמת א חידוש אז א חלק פין די קלוגערע מגיבים שרייבען אז חתונה געהאטער לעבען איז נישט בעסער.
פין די חילוקים פין מותר האדם מן הבהמה, איז דאס קענען האבען ליבע, און קענען קער נעמען פין א צווייטען.
דער הנאה פין געבען איז פיל מער ווי דער הנאה פין נעמען.
אז מען חלומט פין מערערע נקבה שותפים, חלומט מען פין זיין א מקבל, און דאס איבעלט נאך איין טאג, זיין א נותן און א מקבל מיט איין פארטנער איז דאס בעסטע וואס קען זיין.
און ניין נישט ווייל די תורה הייסט איז עס גוט, נאר ווייל עס איז באמת גוט.
כ'וואלט באדארפט מלמד זכות זיין אז הא לן והא להו, קען זיין אז די וואס רעדען זיך אפ ברויכען א מרת שטערען.
בענדזעמען פרענקלען, מאכט אייך אן אפוינטמענט.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איך זעה אז מ'האט מיר נישט פארשטאנען בכלל. איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז עס איז בעסער צו האבן צעהן ווייבער ווי איין ווייב. איך האב געמיינט צו זאגן אז האבן איין ווייב מיט א משפחה קען זיין געוואלדיג גוט, אבער איין ווייב מיט א משפחה ברענגט אויך אן א שיעור אומבאקוועמליכקייטן וואס הערן זיך קיינמאל נישט אויף, אז עס מאכט פשוט נישט קיין סענס.שמעקעדיג האט געשריבן:הוגה, ביטע עלאבאריר וואס למשל וואלסטו געקענט מער אויפטון ווען נישט דיין מערידזש? און וואס וואלט א פילגש געהאלפן?
אויב למשל בין איך מחליט צו עס די גראבע פעטע סטעיק סענדוויטש, וואס איז די בעסטע סענדוויטש אין די וועלט, טראץ דעם וואס עס וועט מיר ברענגן מאגן ברענעריי, בויך קרעמפן און איבל פאר א גאנצע נאכט, אזא דיסיזשאן מאכט סענס. די החלטה האט געוואויגן די געשמאקייט פון איין סענדוויטש איז בעסער ווי א גאנצע נאכט יסורים און פיין. אויב אבער וואלט איך מיר געדארפט קאמיטען צו א גאנצע לעבן פון סטעיק סענדוויטשעס און כנגד דעם צו אן אומשאצבארע צאל פון מאגן פראבלעמען וואלט איך עס קיינמאל נישט געטון. עס מאכט פשוט נישט קיין סענס אנצונעמען אובאקוועמליכקייטן וואס האט נישט קיין שיעור און קיין גדר.
איך דארף נישט אויסרעכענען וויפיל בויך ברענעריי דאס לעבן מיט א פרוי און מיט א משפחה מיט קינדער (ס'איז א פעקעדזש דיעל) ברענגט. לייג צו צו דעם די פאקט אז דו ווייסט ניטאמאל וויפיל דערפון מען וועט באקומען און ווען אויב בכלל עס וועט בעסער ווערן אדער זיך אויפהערן. וועלכע נארמאלע מענטש וואלט גרייט געווען זיך צו קאמיטען דערצו? די קשיא איז א גוטע קשיא, פארוואס טוען דאס מענטשן? די ענטפער איז, ווייל סאסייעטי האט מחליט געווען אז אזוי קומט עס, און מ'האט שוין כמעט נישט קיין ברירה. וממילא, די איינציגסטע עצה איז אז מ'פרובירט עס צו מאכן די בעסטע וואס מען קען. מען זוכט א גוטע שידוך, מען ארבייט אויף די שלום בית, מען גייט ארויס ארבייטן, מען נאגט ארויס א יעדע ביסל ס**קס, PRIDE און נחת פון די ווייב און קינדער וואס מעגליך, און שוין. אבער דער איינער וואס האט יא אויסגעפיגערט וויאזוי זיך ארויס צו דרייען דערפון, אשרי לו ואשרי חלקו.
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
שרייבער האט געשריבן:סא [tag]הוגה[/tag], איך זע דו רעדסט פון בעצם חתונה האבן, לאו דוקא פון קאמיטען מיט איין ווייב, ווייל די אלע פראבלעמען איז א פעקעזש מיט יעדע שטיק בשר וואס קומט פונעם עם בפני עצמן. אבער אז די תורה זאגט לא טוב היות האדם לבדו, מיינט דאס אז ס'איז באמת נישט גוט
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:מיין שאלה וואס איך שטעל דא איז (קודם) מצד דעם סעקולארען פרעספעקטיוו, די שכל אנושי פון אט דעם מוסד הנישואין. איינמאל מיר פארשטיין די שכל אנושי וועלן מיר דערנאך קוקען אין די תורה (אין א באזונדער אשכול, ביטע), און זעהן וואס די תורה זאגט.
איך האב פארשטאנען אז די שאלה איז דא נישט מצד התורה, קען זיין אז כ'האב מיר טועה געווען. בין כך ובין כך, האסט מיר מנצח געווען! כ'האב נישט וואס צו ענטפערן.
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
שרייבער האט געשריבן:סא [tag]הוגה[/tag], איך זע דו רעדסט פון בעצם חתונה האבן, לאו דוקא פון קאמיטען מיט איין ווייב, ווייל די אלע פראבלעמען איז א פעקעזש מיט יעדע שטיק בשר וואס קומט פונעם עם בפני עצמן
אבער אז די תורה זאגט לא טוב היות האדם לבדו, מיינט דאס אז ס'איז באמת נישט גוט
טוב און די תורה איז קאמפלעציערט
אמר רבי שמואל בר יצחק:
הנה טוב מאד, זה מלאך חיים.
והנה טוב מאד, זה מלאך המות.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
[tag]הוגה[/tag].
איך בין מסכים צו יעדעס ווארט דיינעם, איך וויל נאר צולייגן, אז בעצם דאס אז די סאסייעטי האט אזוי אפגעמאכט, מחמת איזה סיבה שיהיה. וואלט אפשר געדארפט צו זיין א ראיה אז חתונה האבן איז יא די דרך המובחר. ווייל זעסטאך אז יעדער האלט אזוי.
אבער באמת איז נישט אזוי, עס קען גאר זיין אז לעולם איז געווען א פיל גרעסערע סאסייעטי וואס האט געהאלטן אז עס לוינט נישט חתונה צו האבן, די סיבה פארוואס דאס איז נישט געבליבן דער דעת הקהל איז נישט ווייל די בעלי השיטה יא חתונה צו האבן, האבן זיי מנצח געווען, נאר צוליב א זייער פשוטע סיבה. אם אין גדיים אין תיישים, אויב האט מען נישט חתונה איז א נאטורלעכע קאנסקעווענץ, אז מען פרוכטבארט זיך נישט און מען האט נישט קיין קונדער, און דאס איז די סיבה פארוואס נאר די סאסייעטי וואס האט מחמת טיפשותם מחליט געווען חתונה צו האבן, האט מצליח געווען צו בלייבן די איינציגסטע סאסייעטי אויפן פלאנעט.
אין אנדערע ווערטער, א גאלדענע עקזעמפל פון סארווייוועל אוו די פיטעסט.
איך בין מסכים צו יעדעס ווארט דיינעם, איך וויל נאר צולייגן, אז בעצם דאס אז די סאסייעטי האט אזוי אפגעמאכט, מחמת איזה סיבה שיהיה. וואלט אפשר געדארפט צו זיין א ראיה אז חתונה האבן איז יא די דרך המובחר. ווייל זעסטאך אז יעדער האלט אזוי.
אבער באמת איז נישט אזוי, עס קען גאר זיין אז לעולם איז געווען א פיל גרעסערע סאסייעטי וואס האט געהאלטן אז עס לוינט נישט חתונה צו האבן, די סיבה פארוואס דאס איז נישט געבליבן דער דעת הקהל איז נישט ווייל די בעלי השיטה יא חתונה צו האבן, האבן זיי מנצח געווען, נאר צוליב א זייער פשוטע סיבה. אם אין גדיים אין תיישים, אויב האט מען נישט חתונה איז א נאטורלעכע קאנסקעווענץ, אז מען פרוכטבארט זיך נישט און מען האט נישט קיין קונדער, און דאס איז די סיבה פארוואס נאר די סאסייעטי וואס האט מחמת טיפשותם מחליט געווען חתונה צו האבן, האט מצליח געווען צו בלייבן די איינציגסטע סאסייעטי אויפן פלאנעט.
אין אנדערע ווערטער, א גאלדענע עקזעמפל פון סארווייוועל אוו די פיטעסט.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וואונדער מיך אויב נאך די 60 וואלט עטץ נאך אלץ געהאלטן אזוי.
זיך וואונדערן אויפן עתיד האט נאר א פשט אויב עס איז נוגע, ביי אונז איז עס אבער נישט נוגע. מיר אלע האבן סייווי חתונה און מיר אלע מאכן חתונה די קינדער. עס וואלט יא געווען אינטערעסאנט צו טעאריזירן ווי אזוי די וועלט וואלט אויסגעזעהן ווען רוב וועלט לעבט נישט אין קאמיטעד מערידזשעס, און מען האט קינדער מפני קיום העולם, לויט וויפיל מען קען זיך ערלויבן. ווען איינער פילט אז ער איז רעדי צו האבן, אויפציען און אויסהאלטן צוויי קינדער, לייגט ער אריין אן עד אין דער איד, ווי פאלגענד.
א באלעבאטישע יונגערמאן מיט ריעל עסטעיט זוכט א שותף צו האבן און אויפהאדעווען 2-3 קינדער. וועט גענצליך אויסהאלטן, אויך צוצאלן הונדערט דאלער א וואך מיט בענעפיטס. פאר די ריכטיגע קאנדידאט איז מען וויליג אריינצואווארפן אויך כתובה מיט עונה אינעם דיעל. ערענסט פאראינטערעסירטע שוקט אייער רעזומעי צו חסידישע69@ג'ימעיל.קאם.
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל