בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 3:58 pm
דורך שרייבער
טעפל האט געשריבן:דו אלע וואס רעדען זיך אפ אויף די רשעות'ן פון די קהילות, פארוואס למען השם עפענען ענק נישט קיין אייגענע מוסדות? נוטראל אינגאנצען! פון נורסערי ביז מיידעל סקול'ס און ישיבה גדולה'ס???? פארוואס???

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 4:00 pm
דורך שרייבער
בר-כוכבא האט געשריבן:דער יונגערמאן האט זיך געבראכן און קעגן זיין רצון און איבערצייגונג איינגעשריבן (כ'ווייס נישט צי ער האט שוין, אבער ער האט מיר געזאגט אז דאס איז דער פלאן יעצט) אין יענעם אנדערן מוסד. עס טוט אים וויי עד דכדוכה של נפש, ווייל ער איז איבערצייגט אז דער ריכטיגער חינוך ליגט ביי יענעם מוסד וואו ער איז אויפגעוואקסן און וואו מהאט נישט געוואלט אננעמען זיין קינד.

דו האסט נאך דערווייל נישט געשריבן פארוואס מען נעמט נישט אן דעם יונגערמאן, אבער מיין הארץ זאגט אז די סיבה איז ער טוט א זאך וואס איז קעגן די תקנות המוסד, איז ווי אזוי קען ער זיין איבערגעצייגט אז דער ריכטיגער חינוך ליגט ביי יענעם מוסד וואו ער איז אויפגעוואקסן

ס'גארנישט, זאלן נאך אזעלכע יונגעלייט וואס האבן ליב צו זיין קלוגער - אבער ווילן בלייבן מיט אנדערע פרומקייטן פון זייער מוסד - אריינשטעלן אין יענע מיני מוסדות, אפשר וועט עס ארויפברענגן יענע מוסדות אויף א בעסערע שטאפל, מיט די צייט וועט דער ציבור האבן א גרעסערע אויסוואל פון מוסדות

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 4:06 pm
דורך outspoken
שרייבער האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:דו אלע וואס רעדען זיך אפ אויף די רשעות'ן פון די קהילות, פארוואס למען השם עפענען ענק נישט קיין אייגענע מוסדות? נוטראל אינגאנצען! פון נורסערי ביז מיידעל סקול'ס און ישיבה גדולה'ס???? פארוואס???

זאג דאס פאר די אלע סקווירא וואס זייער (אונגערישע) זיידעס האבן אוועקגעגבען זייער אייגען אינדענדעטי (ר''ל) פאר א רוסקי, און יעצט זאגט פאר זייער אייניקלעך פארוואס למען השם עפענען ענק נישט קיין אייגענע מוסדות? נוטראל אינגאנצען! פון נורסערי ביז מיידעל סקול'ס און ישיבה גדולה'ס???? פארוואס??? פארשטייט זיך נישט אין דעם שטעטל וואס דיין זיידע האט זיך מקרב געווען למולך.
(כ'בין פשוט אויפגעקאכט ווייל כ'האלט מיט א פרשה, רשעים)

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 4:20 pm
דורך berlbalaguleh
אז מ'רעדט שוין פון די רשעות'דיגע חלק פון יענעם שטעייטעלע. לאמיך רעדן פון די פאני פארט. אונגערישע אידן האבן אדאפטירט א רוסיש חסידות. וואו די רבי זאגט "דער טאאאאאטע". ס'פונקט אזוי ווי די פאפא רבי זאל האבן בלויז רוסישע אידן פאר חסידים.... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :twisted: :x :P :oops: :cry: :evil: :cry: :( ;) :o

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 6:19 pm
דורך שמעקעדיג
וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט יענעם בי"ד וואס האט זיך געגרינדעט למען טובת בחורי הישיבה? איינער געדענקט נאך??

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 12:37 am
דורך petergrifin
טעפל האט געשריבן:דו אלע וואס רעדען זיך אפ אויף די רשעות'ן פון די קהילות, פארוואס למען השם עפענען ענק נישט קיין אייגענע מוסדות? נוטראל אינגאנצען! פון נורסערי ביז מיידעל סקול'ס און ישיבה גדולה'ס???? פארוואס???


קודם כל איז ביטער שװער אויף צו שטעלן מוסדות,בנינים,הײערן מלמדים/טיטשערס,און צאלן פעיראל וכו׳.
צװײטענס, קוק נאר װי שװער ס׳איז פאר אײן אינגערמאן װאס מען האט אים אזוי דערנידערט און געמאכט
פון איהם א שמאטע און ענדליך שוין כ׳על מוזן שיקן צו א ״שװאכערע״ מוסדות. יעצט פראביר צו באײנפלוסען
צענדליגע צו הונדרעטע אינגעלײט מיט זײער װײבער און בײדע זײערע עלטערן/ברודער/שװעסטער/קאזין,
צו שיקן די קינדער אין א נײע ״נוטראלע״ מוסדות. און נאך אזאך, װי לאנג קען עס זײן נוטרעל? ס׳קען זײן
נוטרעל פון א יחוס׳דיגע משפחה אבער פון אכשר דרא פאגראמען? קײנמאל נישט!

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 1:25 am
דורך גנדי
אונז זאל מיר עפענען נייע מוסדות?

אונזערע זיידעס זענען געקומען פון לאגער און געעפענט מוסדות פאר זייערע קינדער און צו געהאלפען א רב אדער רבי וואס זיי האבן געהאלטן פאר אן ערליכער און ווייסט אז די מוסדות אונז נישט זיין פרייוואטע ביזנעס.

דער ערליכע איד איז נפטר געווארען. איבערגענומען האט זיין זון אדער משפחה. ער האט אפגעמאכט אז עס איז זיין. געשטעלט א נייע וועד החינוך. ווער פון די וועד וואס פאלגט אים נישט ווערט אויס חבר הוועד.

יעצט ווארפט מען וועם מען וויל. אפילו אייניקלעך פון די גרינדער. און מען שרייט עס איז פריוואט. גיי עפן נייע מוסדות!!!!

וואספארא גניבה. חוצפה. עזות. רשעות. רציחה איז דאס???!!!!

העלא!!! אונז האבן מיר שוין געעפענט אייגענע מוסדות. ענק האבן עס גע׳גנב׳ט פאר זיך און ענקער קינדער. געב עס צוריק פארן ציבור. מאך תקנות לויט די ווילן פון רוב עלטערן. שטעל אריין א וועד וואס ווערט געוועלט דורך רוב בני הקהלה א יעדע פאר יאר.

די ווילסט א פרייוואט מוסד? די גיי עפן ניי מוסדות. נעם א מארדגעדזש און הלוואות. הער אויף שנארען פון צדקה. טויש עס צו א ״פאר-פראפיט״ קארפארעשיאן. צאל טעקס. שרייב אליינס אונטער אויף די פראגרעם פעפערס.

מען קען נישט זאגן ״ענקערע״ מוסדות ביים שנארען. און נאכדעם זאגען ״מיינע פרייוואטע״ מוסדות ביים ווארפען!

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 11:04 am
דורך שמערל
איך האב א שטיקל טעאריע,  אפשר איז עס נאר א פאנטאזיע, אז די פארשטייענדע upk פראגראמען אין nyc, וועט עפענען א רעוועלוציע אין פריוואטע עלטערן קאנטראלירטע מוסדות.

לדעתי איז דער עיקר פראבלעם פון עפענען א נייע מוסדות,  די פינענציאלע חלק. די נייע קליינע מוסדות דארף קאמפיטן מיט די עלטערע ווי עס גיסט זיך געלט און האבן א פעסטע איינגעפעדעמטע באזע פון עשירים וואס נעמען ארויס זייער כבוד, פון באקומען א פלעג ביי די ריזיגע דינער פון די גרויסע מוסדות.

איינמאל מען וועט קענען עפענען א מוסדות, אן א דאגה פון ווי עס צו קאווערען, נאכמער די שטאט געט דאך שווערע געלטער גענוג ארויסצונעמען שווערע רוחים. וועט זיין א פלאץ צוצושטעלן ערענסטע קאמפעטישן פאר די גרעסערע מוסדות. למשל געבן אמת'ע פרייע שכר לימוד,  אדער אנהייבן צו הייערען איינגעשטעלטע,  פאר דריי מאל די פרייז וואס מען צאלט היינט פאר מלמדים,  אז עס וועט נישט נאר ליינען פאר א אינוואליד אדער מאלעסטערער צו ווערן א מלמד.

מיט א געלונגענע סטעף קען מען הייבן די קאריקעלום אויף א גאר הויעכן ניווא,  און אריינברענגן א ערנסטן רעוועלוציע אינ'ם עולם החינוך.
איך ווייס נישט אויב עס וועט לינדערן די פראבלעם פון עלטערן וואס וועלן בלייבן ארויסגעפאלן און נישט האבן ווי צי שיקן די קינדער,  אבער עס וועט זיכער פארגרעסערן די טשויס, אז מען וועט האבן מער מיני מוסדות ווי צי שיקן. 

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 12:33 pm
דורך בר-כוכבא
איך ווייס נישט וויאזוי יענע וועלט זעט אויס. כ'ווייס אויך נישט וויאזוי דער שכר אין גן עדן און דער עונש אין גיהנום זעט אויס. דארט וואו מיר אלע וועלן סוף כל סוף אנקומען, איז א וועלט פון נשמות. אויסער די ידיעה איבער איר עקזיסטענץ, ווייסן מיר וועגן די נשמה נישט קיין סך פרטים, ווייל מיר געפינען זיך אין א וועלט פון גופים, וואס ארבעט לויט חוקי הטבע. מיר קענען זיך נישט מצייר זיין עפעס וואס איז נישט אונטערגעווארפן אונטער די טבע.
דארט אויפ'ן עולם האמת זענען נישט פאראן קיין גופים און מלבושים. דאהי קענען מיר זיך דרייען אנגעטאן אזוי שיין און מיאוס ווי מיר ווילן, אבער דארט קומען די זאכן נישט אן. די לבושים לאזן מיר איבער נאך מיט עטליכע שריט פריער ווי ביים אנקומען צום הימעלישן געריכט. די חברא-קדישא מיטגלידער דאהי, פה ארצות תבל ומלואה, מאכן שוין זיכער אז אין קבר זאלן מיר אלע זיין גלייך איינגעוויקעלט אינעם זעלבן ווייסן יוניפארם.
דאהי האט א מענטש די ברירה אנצוקומען אין געריכט זאל שיין אנגעטאן. די מלבושים מאכן א סטעיטמענט איבער דעם חשיבות פונעם בר נש. צי מען וויל יא אדער מען וויל נישט, מאכט עס אויס. דער שופט איז א מענטש, און א מענטש ווערט בטבעו נשפע פון וואס ער זעט. טיף אין קאפ פונעם ריכטער געפינען זיך הנחות קדומות און איינדרוקן, און זיין מהלך המחשבה ווערט דערפון בעאיינפלוסט.
דארט אויבן אבער טראגן די נשמות א פנים לויט זייערע מעשים אויף דער וועלט. די עלעגאנטע אנצוגן און די ריבסענע און קאלירטע בעקיטשעס לאזן אויף די נשמה נישט קיין זכר. א נשמה וואס איז פריער געזעצן אין אן אויסגעפאשעטן שיין-אנגעקליידעטען גוף, וועט דארט מעגליך זיך אריינשלעפן צום גרויסן בית דין איינגעהויקערט און צעקראכן ווי א וואנדערענדיגער ארחי פרחי מדורי דורות.
ס'איז דארט אויך נישטא קיין מזרח וואנט. מיר וועלן דארט אריינקומען צו א רונדעכיגן היכל, וואו יעדער אויסער די חברי בית דין זענען גלייך. דארט ענדיגן זיך אלע קונצן. רעדן מיט א קול בוכים ארבעט נישט. ארויסלאזן פרומע ברימערייען מיט העוויות משונות וואס קומען אויספילן דעם ריזיגן פוסטקייט וואס בלייבט נאך די ליידיגע ווערטער זענען דארט גארנישט ווערד. קיינעם וועט דארט אויך אפילו נישט איינפאלן צו ברענגען דעם לבוש און זיי מקום קבוע אויפ'ן אויבנאן אלס א זכות. נישט זכות אבות און אויך נישט די קעניגליכע לעצטע נעמען וועלן דארט העלפן.
מידות מושחתות, דא קונצליך באהאלטן אונטער די סחורה פון בעקיטשעס און שיינע דיזיין סוטס, וועלן זיך דארט באווייזן פאר'ן גאנצן עולם אין די גאנצע פראכט. ווי גרויס וועט זיין די בושה, ווי גרויס וועט זיין דער צער...
דעם ריינעם אמת, וואס זיי ווייסן זייער גוט טיף אין הארץ נאר פרובירן עס צו דערשטיקן מיט נארישע תירוצים, וועט מען זיי דארט טראגן אונטער די אויגן. עס וועלן דארט אויפ'ן עולם האמת נישט זיין קיין הענט זיך צו פארשטעלן די אויגן, און אויך די מעגליכקייט פון מאכן די אלע פאלשע, פארקרומטע חשבונות, און פארדרייען דעם קאפ פאר זיך און יענעם קומען דארט נישט מיט. דער אמת וועט אים פאטשען פנים.
אן איינגעשטעלטער אין א געוויסן היימישן מוסד האט מיר נישט לאנג צוריק געזאגט: "ס'איז פאראן א ספעציעלער גיהנום געווידמעט פאר [דעם נאמען פונעם מנהל אינעם מוסד וואו ער איז איינגעשטעלט]". יענער האט עס געזאגט לגבי א ספעציפישע פאל פון א קינד וואס איז אפגעזאגט געווארן פונעם מוסד וועגן אן פריוואטן חשבון פונעם מנהל. דער איינגעשטעלטער זעט אבער אזעלכע זאכן יעדן צווייטן טאג, אבער ער קען גארנישט טאן אדער אפילו רעדן.
און ער איז גערעכט, אויסער מיט איין פרט. ס'איז נישט קיין ספעציעלער גיהנום. ס'איז דער זעלבער גיהנום ווי אלע חייבים בדין וועלן גיין, נאר אויך דארט וועט זיין אן אויבנאן...

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 1:43 pm
דורך איך אויך
שמערל האט געשריבן:  עס איז נאר א פאנטאזיע
שיק. 

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 7:02 am
דורך גאליציאנער
@הוגה, גאר גוט געשריבען, צום פינקט, און שיין ארויסגעברענגט דיין נקודה.

נאר איין זאך וויל איך דא פארשטיין, פארוואס אלע ניקס פארשטיין אזוי גוט, אז דער ראש המוסדות וואס האלט נישט ביים אריין-נעמן דער קינד און זיין מוסדות איז גאר אן אכזר צו מיט רעכט אדער אהן. מה שאין כן די טאטע און מאמע זענען גאר אומשילדיג און די גאנצע מעשה.
איך פארשטיי נישט פארוואס א מאמע וואס "מיז" גיין מיט איר גאלדענע שיך, איז עפעס ווייניגער אן אכזר ווי דער מנהיג. זי ווייסט דאך גאנץ גוט אז דער מוסדות וויל נישט אריין נעמן איר קינד ווייל זי גייט מיט איר גאלדענע שיך, איז זי עקשנ'ט זיך ווייטער איין אז בשום אין אופן וועט זי טוישען דער לבוש אירע, אבער דער מוסודת "מיז" אריין נעמן איר קינד!
אלא מאי זי ווייסט אז דער עולם וועט נתפעל ווערן פון איר טרערן, און זי וועט בלייבען גערעכט, און דער אנדערע אן אכזר.

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 9:03 am
דורך הוגה
מען קייט דא איבער און איבער די זעלבע זאכן. איך וועל עס שרייבן נאך איין מאל בקיצור נמרץ. די מאמע איז מעגליך אויך אן אכזר'טע (חוץ אין פעלער וואו זי האט נישט קיין ברירה), און זי איז נישט "גערעכט", און די ראש המוסד איז יא "גערעכט". אבער אפילו מיט'ן זיין גערעכט, איז די ראש המוסד נאך אלץ א רשע מרושע, און די אמאליגע מנהיגים האבן זיך נישט אזוי געפירט. פאר מער אריכות, ליין איבער מיין פריערדיגע תגובות אויף דער נושא.


נ. ב. איך האלט גראדע אז דער מאמע און אלע אנדערע מאמעס זענען נערנים פארן וועלן שוקן די קינדער אין אזעלכע מוסדות וואו די יסוד איז רשעות און סעלעקציעס, אבער דאס פארמינערט נישט דאס רשעות א כהוא זה.


.

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 3:19 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
שרייבער האט געשריבן:אבער מיין הארץ זאגט אז די סיבה איז ער טוט א זאך וואס איז קעגן די תקנות המוסד, איז ווי אזוי קען ער זיין איבערגעצייגט אז דער ריכטיגער חינוך ליגט ביי יענעם מוסד וואו ער איז אויפגעוואקסן


למשל, שרייבן אויף קאווע שטיבל ;)