בלאט 2 פון 11
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 1:14 am
דורך ציוני
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 1:27 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
דער שרייבער ברענגט ארויס גוטע נקודות, אבער איך מיין אז אויב קוקט מען אן די אסיפה מיט א ברייטערן בליק, איז עס נישט אינגאנצן ווי ער זאגט. ווי ער אליין פירט אויס האט די אסיפה אים געברענגט צו דער איבערצייגונג אז מען מוז אליין זיך נעמען אין די הענט. וואס איז דער חילוק וויאזוי, אויף וואספארא אופן די אסיפה האט אויפגעטאן? אויב די אנטוישונג האט געברענגט מענטשן צו טאן עפעס קאנסטרוקטיוו, איז דאך ווייטער גוט.
איך גלייב אז די ארגאניזירערס האבן די אסיפה אונטערגענומען מיט גוטע כוונות. עס קען זיין אז עס וואלט געקענט זיין בעסער. אבער א סך מאל גייט עס אזוי -- מען פרובירט און מען טוט, און די ישועה פאלגט נאך פון אן אנדערער ריכטונג ווי דער טוער האט געפלאנט.
די אסיפה האט זיכער נישט געשאדט. א סך האבן זיך אונטערגענומען קבלות און גדרים. די פראגראם וואלט אפשר געמעגט זיין מער צו דער זאך; איז עס אבער נישט געווען. למעשה איז דער פועל יוצא זיכער מער פאזיטיוו ווי נעגאטיוו. בכלל, דאס אפווישן די מחיצות צווישן סעקטארן פון ארטאדאקסישן לאגער איז א גוטע זאך פאר זיך -- אפילו קיינער פון די מארגנים האט דאס מסתמא נישט אינזין געהאט, פונקט ווי דעם בעל הבלאג'ס מסקנא, אז מען דארף אליין טאן, איז אויך א פאזיטיווע פועל יוצא פון וואס די מארגנים האבן מסתמא נישט געטראכט אבער איז פאקטיש זייער קרעדיט.
די אפעקט פונעם כינוס
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 1:42 pm
דורך chasid
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 4:20 pm
דורך ציוני
היינט האט מיין חבר ארויף געלייגט K9 אויף זיין קאמיוטער
און נעכטן האבן צען יונגעלייט צוגעמאכט זייער אינטרנט אינדערהיים
(ביודעי ובמכירי)
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 5:01 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
יאנקל האט געשריבן:ר׳ פ״ק,
איך מיין אז דו האסט נישט קלאר פארשטאנען די כוונה פון דעם שרייבער. ווי איך פארשטיי איז נישט דער דורכפאל פון דעם כינוס וואס שטערט אים אזוי, נאר עס איז די אנטוישונג, די אנערקענונג אז די פירער זענען כעיורים המגששים באפילה; אז אפילו נאכן צוזאמענברענגען ״גאנץ כלל-ישראל״ האבן זיי נישט געקענט טוישן זייער דורכגעפאלענעם ביז-יעצטיגן מהלך-המחשבה.
ביזט גערעכט. איך זאג נאר אז אחרי ככלות הכל איז דערפון ארויסגעקומען עפעס פאזיטיוו. איך מיין אז די אנטוישונג -- דאס זען דאס מציאות כמו שהוא -- איז א פאזיטיווע אנטוויקלונג, בחינת חסד שבגבורה...
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 5:01 pm
דורך אלבערט
איך בין באמת אהיים אנטוישט פון דעם כינוס. איך בין געגאנגען צום כינוס טראצדעם וואס עס איז נישט מיין סטייל, אבער איך האב געקלערט אז מען גייט דארט זיכער מאכן א תקנה אויף א געוויסע דרגא און עס וועט אינפארסירט ווערן במעמד רבבות אלפי ישראל און עס וועט טראגן א געוויכט גענוי ווי ביי די מערכה קעגן טעלעוויזשאן, און איך האב געוואלט זיין א טייל דערפון. למעשה איז דארט גארנישט פראקלאמירט געווארן און מפטירין כדאתמול.
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 5:13 pm
דורך שמואל הלוי
גלייך ביים אנהייב ווען מען האט אנגעהויבן צו רעדן פונעם כינוס איז געווען א אינטערוויו אויף קול מבשר מיט ארי פרענקל, האט ער געזאגט אויף די פראגע וואס מ'גייט רעדן ביים כינוס אז ער קען נישט אלעס זאגן, "ס'קומט א סופרייז", איך ווארט נאך יעצט אויף דעם סורפייז...
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 5:18 pm
דורך אלבערט
אויך האט ער געזאגט אז מען גייט פארקירעווען די עראפלאנען בשעת די אסיפה עס זאל נישט שטערן און ער האט אויסגעפירט בטפשות לשונו "בבחינת עוף הפורח נשרף"....
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 5:21 pm
דורך ברוין
ביי מיר איז דאס שוין איינמאל א סורפרייז אז מ'קען צוזאמשלעפן טויזענטער אידן אן זאגן א ווארט וואס די פלאן דארט גייט זיין.
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 5:25 pm
דורך ידען
שמואל הלוי האט געשריבן:גלייך ביים אנהייב ווען מען האט אנגעהויבן צו רעדן פונעם כינוס איז געווען א אינטערוויו אויף קול מבשר מיט ארי פרענקל, האט ער געזאגט אויף די פראגע וואס מ'גייט רעדן ביים כינוס אז ער קען נישט אלעס זאגן, "ס'קומט א סופרייז", איך ווארט נאך יעצט אויף דעם סורפייז...
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 5:32 pm
דורך עסן עסט'זיך
ארי פרענקל האט געטאן א גוטע דזשאב ער איז גארנישט שילדיג, ער האט טאקע געפרעגט צו עס איז שייך עפעס צו טון וועגן די פליגערס, ער איז א געהעריגער ארבייטער וואס זוכט צו לייזן אפאר דאלאר, זיין חלק האט געקלאפט, ער איז אומשילדיג
נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 5:35 pm
דורך אלבערט
איך ווייס נישט צי אויב דער כינוס וואלט פארגעקומען אין א זאל וואו מען דינגט ארויס די 4 ווענט און מען דארף אלעס צושטעלן אליין, צי אלעס וואלט אזוי געקלאפט. עס איז געווען א מזל אז די טיקעטס און די זיץ ערטער און סעקיוריטי זענען געווען צוגעשטעלט דורך די סיטיפיעלד און דאס האט געפירט אז עס האט געהערשט ארדענונג כאטש ביי די מסובין.
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 6:13 pm
דורך ידען
באקומען א טעקסט
כינוס כלל ישראל רעזולוציעס פאר סאטמאר, א׳ קרח פאר אנשים נשים וטף.
איינער ווייסט מער וועגן דעם?
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 6:14 pm
דורך לעמיל
וועלכע סאטמער?
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 6:16 pm
דורך אלבערט
אדמו"ר מהרי"י שליט"א
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 6:22 pm
דורך משכיל
עס איז א דמיון אז עס איז געווען א קאמף קעגען טעלעוויזיע, אפשר האט איינער עפעס אינפארמאציע אויף די מלחמה ? איך האב עס געלעבט און דאס איז א דמיון און א שקר.
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 6:59 pm
דורך ידען
ביסט שוין פון די עלטערע משכילים?
לייג אראפ וואס סע פארגעגאנגען מיט טעלעוויזיע. מע האט געלאזט אדער נישט?
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 7:04 pm
דורך smart
בנוגע די כינוס איז אזוי:
די עצם פראגראם איזאקע געווען נאך אלעם א שוואכע פראגראם נישט צו אינטערטענען - הגם עס איז געווען היסטאריש ווייל סקולען און הרב וואזנער און ר' דן סגל הבן גערעדט אבער דעס איז נישט צום אופטוהן נאר היסטאריש גערעדט עס איז געווען זייער בארינג..
אבער נאך אלעם איז עס געווען א אויפטוה אפילו וואס זאגען: נישט געווען קיין לעהזונג, געוען א שאד די צייט צו זיצען, רבנים פארשטייען אונז נישט, וכו' וכו'
דער ענטפער פון דעם איז פשוט פיר ווערטער: עס איז ניקסט דא!!! עס איז נישט שייך קיין לעהזונג אויף אינטערנעט ווי יעדער פארשטייט נאר וואס דען, די מפהכה טוט אזויפיהל אויף אז אסאך האבן ארויפגעלייגט א פילטער אסאך האבן טאקע ארויסגעווארפן די קאמפיוטער פונעם שטיב און ועל כולם נאכן מאכן מהפכות קענען מוסדות אינפארסען נישט אננעמען איינעם מיט אינטערנעט אין שטוב, מען קען גרינגער נאכקוקען איינעם, עס קען זיין אז עס האט אפילו אויפגעטוהן אז אינגעליייט וועלן זיך שעמען דערמיט.... וכו'
מען קען נישט זאגען אז די גאנצע אסיפה איז געווען אשאד די צייט
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 8:13 pm
דורך יידל
ס'איז אינטערעסאנט איז אינעם קונטרס וועלכע זיי האבן פארפעלט אויסצוטיילען איז דוקא יא דא א ליסטע פון לייזונגען.
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 8:16 pm
דורך ידען
יידל האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט איז אינעם קונטרס וועלכע זיי האבן פארפעלט אויסצוטיילען איז דוקא יא דא א ליסטע פון לייזונגען.
ווי איז די קונטרס?
האסט עס?
אויב סע דא לייזינגען, פארוואס באהאלט מען עס?
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 8:27 pm
דורך יידל
ידען האט געשריבן:יידל האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט איז אינעם קונטרס וועלכע זיי האבן פארפעלט אויסצוטיילען איז דוקא יא דא א ליסטע פון לייזונגען.
ווי איז די קונטרס?
האסט עס?
אויב סע דא לייזינגען, פארוואס באהאלט מען עס?
דא
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 8:31 pm
דורך ידען
א ביטער געלעכטער.
פינקט דער רשע האט באקומען די זכות צו עס פארשפרייטען?
ער וועט נאך באקומען שכר אויך ווייל אין הקב״ה מקפח שכר כל ברי׳.
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 8:34 pm
דורך יידל
איך קען נישט עפענען דעם פי די עף פון פעילד מעסייע. קען איינער מיר טון א טובה און עס ארויפלייגן אויף דראפבאקס אדער פרי פידיעף האסוטינד אדער סקריבד?