בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 1:09 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 1:24 pm
דורך דריידל
די חומש דארף נאך אסאך ארבעט. ווילאנג נאך וועלן אונזערע יונגלעך זיך דארפן באגעגענען מיט נעמען פון נקבות?
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 2:18 pm
דורך טיטאניק
איך בין נייגעריג ווי אזוי די סנהדרין הגדול שבירושלים וואלט רעאגירט צי א משוגעת ווי דאס
עס איז גארנישט קיין וויץ, דאס איז א עפישעלי אנהייב אין עמטליך משנה זיין די תורה
היום אומר לו עשה כך ומחר עשה כך
באלד וועלען די סאטמורים ארויס נעמען האלבע בענטשען ווייל עס רעדט צי ציונות'דיג
נישט פשוט
איך פרעג נאר עפעס אנדערש,
אויב מעג דוד'ל טווערסקי ארויס נעמען וואס ער וויל פארוואס מעגען נישט די otd ארויס נעמען וואס זיי ווילען (עריות שבת ועוד) אויב איז די תורה א שטח הפקר איז פארוואס האט מען זיך געמיזט מוסר נפש זיין און זיך לאזען שעכטען אזויפיל יאר פאר א קוצו של י'? טווערסקי האט דאך אסאך א שענערע וועג
וויפיל אידיש בליט וואלט מען געקענט שפארען?
אבער נישט אימזיסט האלטען מיר בעקבתא דמשיחא א מצב אז אויב וועט גאט אינז נישט אויסלייזען גאר שנעל ווער ווייסט צי ער וועט נאך טרעפען "ריכטיגע" אידען
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 2:40 pm
דורך נהורא נפישא
איז דא ע"פ הלכה א פראבלעם צו מאכן אזא חומש,? איך ווייס אפשר וועגן כל פסוק דלא פסקיה משה לא פסקינן אדער משום אל תשכן באהליך עולה צו האלטן א ספר שאינו מוגה וכ"ש ספר שלקה בחסר ויתר, אדער אפשר וויבאלד די ספר איז נועד ללימוד איז דא די היתר פון להתלמד?
אגב אנצומערקן אז נקרא ולא מיתרגם איז נישט די סיבה משום עריות נאר וועגן פגם וחטא וואס חז"ל האבן נישט געוואלט אז די עמי הארץ וואס ברויכן צוקומען צום תרגום זאלן דאס פארשטיין, די טעם איז אבער נישט נוגע להלכה פאר קינדער וואס לערנען אין א בית חינוך, הגם ס'איז יא פארשטענדליך אז ס'איז נישט אלס פאסיק צו לערנען מיט קינדער, פונדעסטוועגן דאס ארויסשניידן גאנצעטע ווערטער שיינט צו זיין אביסל א מאדנע שריט.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 7:18 pm
דורך יידל
אבטולמוס האט געשריבן:יידל האט געשריבן:געפילטע, כ'האב נישט געליינט דעם ארטיקל נאר געקוקט די בילדער.
אבער אפילו אזוי, וואס איז די ביג דיעל? סך הכל האבן זיי צאמגענומען אלע פרינטאוטס פאר די מיידלעך און עס שיין געבונדן מיט א הארטן דעקל. כ'זע נישט מה כל הרעש.
[tag]יידל[/tag], דער צענזורירטער חומש איז דווקא יא וויכטיגע נייעס אין דער היסטאריע פון אונזער אכשר דרא'דיגער עוואלוציע, ווייל דאס איז די קולמינאציע פון די קליינע טריט ביז אהין. אויף יעדן שטאפל אין דער עוואלוציע קען מען אנווייזן אז עס איז נישט קיין "ביג דיעל" אין ליכט פון דעם פריערדיגן שטאפל. אבער ביי געוויסע שטאפלען שטעלט מען זיך אפ, און מען באטראכט די גאנצע עוואלוציע ביז אהין. דער אפיציעלער געדרוקטער צענזורירטער חומש איז דעריבער א צענטראלער ווענדפונקט אין דער חרדישער היסטאריע פון אכשר דרא.
אדרבא, עס איז נישט קיין סטעפ אין א מער עקסטרעמע דירעקציע, נאר א סטעפ אין די דירעקציע אויף לינקס, עס שפיגלט אפ דאס ווילן צו אקאמאדירן די פרויען ווי מער און פארוואנדלן דאס פרעוואזארישער געלערנאכטס פון חומש ביי מיידלעך צו אן אפיציעלער און נארמאלער לימוד.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 7:47 pm
דורך בן בג בג
[quote="טיטאניק"]
איך פרעג נאר עפעס אנדערש,
אויב מעג דוד'ל טווערסקי ארויס נעמען וואס ער וויל פארוואס מעגען נישט די otd ארויס נעמען וואס זיי ווילען (עריות שבת ועוד) אויב איז די תורה א שטח הפקר איז פארוואס האט מען זיך געמיזט מוסר נפש זיין און זיך לאזען שעכטען אזויפיל יאר פאר א קוצו שלי'? טווערסקי האט דאך אסאך א שענערע וועג
וויפיל אידיש בליט וואלט מען געקענט שפארען?
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
[/quote
זיי האלטן נאר יעצט ביי בראשית, ווארט נאר ווען ס'וועט זיין סדר שמות און ויקרא האלב פרשת אחרי וועט פעלען
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 7:55 pm
דורך טיטאניק
בן בג בג
דער טווערסקי דארט הייבט מיר אן צי געפעלען........
אבער איך מיין אז ער האט א שוואכע טעיסט, קיק וואס ער טיט מיט די פיס פון זיינע חסידים, באפאנצערט דאס מיט שטיוועל אין די הייסטע שבתים....
איך זיך איינער וואס קען מאכען א בעסערע דשאב
![קלאון :פורים2:](./images/smilies/smilies2/36.gif)
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 8:14 pm
דורך דריידל
ווען זיי וועלן אנקומען צו די עשרת הדברות וועט אויך פליען שטיקער ווי לא תגנוב (איך ווייס אז בגונב נפשות הכתוב מדבר). דער רבי דארט וועט זיכער הייסן דאס ארויסנעמען ווייל מענטשן וועלן זיך טועה זיין און מיינען אז מ'טאר נישט גנבענען געלט און דורכדעם האבן קשיות אויף די רבי). לא תרצך וועט מען אויך נישט דורכלאזן ווייל עס איז נישט קיין פשוטע סוגיא. די איסור פון רציחה איז געוואנדן אין די געטריישאפט צום רבי'ן. בחורים וואס וועלן זעהן אלץ א פשטות אז מ'טאר נישט הרגענען וועלן נאך מיינען אז אפילו פאר'ן רבי'ס כבוד איז אויך אסור. איי ס'וועט פעלן פון די עשרת הדברות, וועט מען צולייגן די מצוה פון טראגן שטיוול
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 8:45 pm
דורך מבקר
ס'איז מיך זייער אינטערעסאנט אז א סקווירא מוסד זאל אזאנס טוהן, כ'האב געהערט אז די אלטע סקווירא רבי האט דוקא יא געוואלט אז; מ'זאל לערנען מסכת כתובות פון אנהייב, בחורים זאלן מיט האלטן מצווה טענץ, וכו'. נאר די סאטמערע רב איז ארויס שטארק קעגן דעם, וועגן דעם האט ער געמאכט א פשרה, און מ'הייבט אן דף יב: און נישט הערשט ביי יח.
נשלח: דינסטאג יולי 01, 2014 10:23 pm
דורך איחוד פעלד
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'וועט קומען א צייט וואס דער מעשה אליין אז סקווער האט צענזורירט א חומש משום איזה סיבה וועט זיין א טאבו צו רעדן פון. ס'איז שוין יעצט אומבאקוועם פאר מלמדים מסביר צו זיין אז די סיבה פארוואס מ'טראגט למשל א גארטל איז לחלק בין לבו לערוה. "מ'טראגט עס ווייל די רבי טראגט עס."
גראדע מיט דען איז סקווירא גערעכט, ווייל עס קען נישט זיין אז דער טעם פין א גארטעל איז לחלק בין לבו לערוה, ווייל אויב אזוי פארוואס האט דער רבי א גארטעל, ער האט דאך כלל נישט קיין ערוה?
אלא מאי....
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 3:37 pm
דורך יואב
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 4:55 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:43 am
דורך ציבעלע-קיגל
דריידל האט געשריבן:ווען זיי וועלן אנקומען צו די עשרת הדברות וועט אויך פליען שטיקער ווי לא תגנוב (איך ווייס אז בגונב נפשות הכתוב מדבר). דער רבי דארט וועט זיכער הייסן דאס ארויסנעמען ווייל מענטשן וועלן זיך טועה זיין און מיינען אז מ'טאר נישט גנבענען געלט און דורכדעם האבן קשיות אויף די רבי). לא תרצך וועט מען אויך נישט דורכלאזן ווייל עס איז נישט קיין פשוטע סוגיא. די איסור פון רציחה איז געוואנדן אין די געטריישאפט צום רבי'ן. בחורים וואס וועלן זעהן אלץ א פשטות אז מ'טאר נישט הרגענען וועלן נאך מיינען אז אפילו פאר'ן רבי'ס כבוד איז אויך אסור. איי ס'וועט פעלן פון די עשרת הדברות, וועט מען צולייגן די מצוה פון טראגן שטיוול
ער דארף דאס נישט ארויסנעמען, ער וועט נאר לייגן די קאמע (,) אויף א אנדערע פלאץ... למשל...
אנשטאט לא תגנוב, לא תרצח, לא תנאף, וועט שטיין... לא, תגנוב... לא, תרצח... לא, תנאף... אזוי וועט ער דאס קענען אויסטייטשען... "לא" אויב דו האסט נישט "תגנוב" זאלסטו גנבנען... "לא" אויב יענער געפעלט דיר נישט "תרצח" מעגסט איהם הרגענן