בלאט 2 פון 3

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 11:28 am
דורך איך אויך
וואס ווילסטו פון עם ער באקומט די געבאקענע 'פאקטן' פון טעלער אדער מ.ס. וכת דיליה.

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 11:34 am
דורך ראש המדברים
מאטי האט געשריבן:מ'זעט טאקע בחוש אז קאכלעפל איז גערעכט...... די אראבער ווילן נאר צוריק צו די בעפאר 67 גרעניצן. והא ראיה. זייט מדינת ישראל האט זיך ארויסגעצויגן פון עזה, האבן זיי זיך בארוהיגט. זיי שיסן נישט קיין ראקעטן קיין אשקלון שדירות. ווייל דאס איז דאך די גרעניצן פון "תש'ח" . אגב די אראבער האבן מלחמה געהאלטן אין 48 כדי צו באקומען אלעס..... און זיי האבן פארלוירן. דאס מאכט גאנץ ארץ ישראל, קרית ויואל משה, און אלע בנינים אויף וואס סאטמאר שלאגט זיך דערויף, פאר התנחלויות. די אראבער הייבן אן ווי ס'איז די גרינגסטע און אויב די מתנחלים מופן ארויס הייבט זיך אן ראקעטן אויף ירושלים. וגוש קטיף יוכיח. אלזא, סאטמר זאל נישט זיין קיין כפויי טובה, און זאלן דאנקן די מתנחלים פארן האלטן די רוצחים ארויס פון געגנט. און האבן זיך אויף וואס צו שלאגן.

די אראבער ווילן אז אלע אידן זאלן ארויס פון לאנד... 67 גרעניצן איז א טריק . דאס איז א חלק פון די סאגא וואס אידן גייען דורך שוין די לעצטע צוויי טויזענט יאר מ'קען דאס נישט ראציאנאליש זען אנדערש חוץ אויב די רעליגיע פארלאנגט דאס.


דו פארקויפסט שקרים

לאמיר קלאר שטעלן די זאך, אידן זענען געגאנגען אין גלות הקב"ה האט זיי צושפרייט בכל קצוויי תבל, און דארט האבן זיי זיך געבויעט הייזער דאס אז דער גוי בכל מקום שהוא וויל זהען דעם איד טויט מיינט נאכנישט אז דאס איז א התגרות אז דאס איז א מקום סכנה
ביז 48 האבן אידן געווינט אין גאץ א"י חברון ירושלים שכם און איבעראל מען האט אפילו געבויעט שטעטליך ווי מאה שערים, משכנות, פתח תקוה, דאס האט קיינעם צו געבאדערט דאס עצם בויען, איך רעד יעצט נישט די עשו שונא ליעקב חלק פון דעם גוי
נאך 48 איז געווארן צוויי מדינות מדינת ישראל און מדינת ירדן זיכער האט יעדער געוואלט האבן אלעס אבער דאס האט נישט געהאט מיט מקום סכנה דאס איז פונקט ווי אידן אין פאריז ביי די צווייטע וועלט קריג צוויי מדינות האבן זיך געשלאגן
נאך 67 האט מדינת ישראל צוגענומען די שטחים פון ירדן, ירדן האט מחליט געווען צו זאגן ביי ביי און זיי האבן זיך געבויעט א נייע מדינה, דא האט זיך אנגעהויבן די פראבלעמען, ס'איז געבליבן איבער א מילאן אראבער וואס האבן נישט געהאט קיין דאקומענטען

וואלט מדינת ישראל זיי געגבען בירגער רעכטען וואלט קיינער נישט געשריגן, אבער מדינת ישראל האט זיי נישט געגבען קיין בירגער רעכטען, זיי האבן נישט באקומען פון מדינת ישראל פאספורטן, פראגרעמען, שטים רעכטן, לייסענס, ואלעם גלייכן
זאכן וואס יעדער האט האבן די אראבער נישט באקומען, נאך 20 יאר זיצן שטיל ווען די קינדער זענען אויפגעוואקסן אן אלע רעכטען האבן זיי זיך גענומען פארפירן זיי ווילן אדער ווערן בירגער פון מדינת ישראל אדער פון א צווייטע לאנד
נישט זיין אויפן וואסער, און דא האט זיך אנגעהויבן די צרות פון די טעראר אטאקעס די שלעגעריי וואס בלוט גיסט שוין באלד 30 יאר

נאכן באקומען גוש קטיף זענען זיי נאכנישט געווארן א מדינה פארקויפט נישט קיין שקרים

צום עצם מחלוקת פון יעצט איז נישט דא דער מקום וואס יעדע צד וויל און ווער ס'וויל באמת שלום און ווער נישט
אבער זיי נישט מדמה צוויי מדינות וואס שלאגן זיך, מיט דעם יעצטיגן געשלעגריי

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:01 pm
דורך מאטי
בקיצור, דו ביסט מודה אז אויב אידן וואוינען אין א מקום סכנה נעבן אנטיסעמיטן אז זיי דארפן נישט אוועקמופן. חוץ אויב דער גוי האט אונז פיינט פאר פאליטישע סיבות...דאן דארף מען אנטלויפן. איך בין נישט זיכער אז ר אהרן איז מסכים..

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:16 pm
דורך ראש המדברים
מאטי האט געשריבן:בקיצור, דו ביסט מודה אז אויב אידן וואוינען אין א מקום סכנה נעבן אנטיסעמיטן אז זיי דארפן נישט אוועקמופן. חוץ אויב דער גוי האט אונז פיינט פאר פאליטישע סיבות...דאן דארף מען אנטלויפן. איך בין נישט זיכער אז ר אהרן איז מסכים..


ווי זהעסטו מיין הודאה?

איך זאג נאכאמאל, דער מושג אוועקמופן פון א הויז איז נישט ווי גיין לכתחילה קויפן א הויז ביי א מקום סכנה
ווילאמסבורג איז א מקום סכנה אבער גיי מוף אוועק פון דארט
אפילו ביתר און מודיעין זענען מקומות סכנה אבער אז מען קויפט דארט א הויז מחוסר ברירה אלס א גלות איד
וואס כך גזרה חכמתו צו זיין אין גלות בין האומות איז אויך אנדערש
אבער ווען איינער גייט קויפן א הויז נאר ווייל ער וויל זיך רייצן מיטן אראבער דאס איז די סיבה פון קויפן דעם הויז דארט
און די ראיה איז ווען די זאגסט פאר א איד איך געב דיר אימזינסט א נייע דירה נאר נישט אין שטחים
דער וואס קויפט א הויז מחוסר ברירה ווייל ער איז אין גלות און דאס איז וואס דער באשעפער וויל וועט שנעל כאפן די נייע הויז
דער וואס גייט אריין אין א מקום סכנה צו זיך רייצן מיטן אראבער וועט זיך שלאגן און נישט ארויס גיין

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:25 pm
דורך הירשל ציג
איז דער פשט אז צוליב די טעראר ווערט נולד א נייע דין פון רודף און מאבד עצמו וכו' אויף די מתנלים. הער איך...

ווען איז דאס געווארען, דוקא זינט די אינטיפאדאס?

ביז '87 האט מען געמעגט?

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:31 pm
דורך ראש המדברים
לגבי די שיטה פון התגרות באומות האט נישט קיין שום שייכות איינס צום צוווייטען

אבער לגבי די סיבה פון מאבד עצמו לדעת, און רציחה איז קלאר אז פון ווען ס'איז געווארן די התנחלות און די מתנחלים זענען דארט געגאנגען טאקע צו קעמפן איז דאס אסור אפילו לשיטת המתנגדים לאיסור שלוש שבועות
און נישט נאר סאטמאר רבי זאגט אזוי
רוב רובם פון די גדולי ישראל פון אגודה זאגן די זעלבע אז גיין קויפן א הויז אין חברון איז א מקום סכנה
און אפילו דער טאטע פון גיל-עד האט עס געזאגט פארן דיספעטשער פון די פאליציי דאנערשטאג נאכט
"דאס איז נישט אין ירושלים אדער בית שמש ואס איז אין גוש עציון" עד כאן לשונו צום דיספעטשער
דאס מיינט אז ער האט אויך פארשטאנען דעם גרויסען נפקא מינא פון ירושלים ביז גוש עציון

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 2:55 pm
דורך מאטי
בקיצור, לויט ראש המדברימ'ס ריזענינג דארפן עווענטואלי אלע אידן אנטלויפן פון ארץ ישראל , ווייל כאמאס זאגט קלאר אז אלע אידן דארפן אפפוצן. זיי האלטן אז גאנץ ארץ ישראל איז זייערס! מעבר לירדן ביז צום מעדיטערעניען. זיי זענען נאכנישט אנגעקומען דערצו דערווייל. און אויב די אידן טרעפן שוץ אין אן אנדערן לאנד און די לאקאלע שכנים ווערן בייז (פאר פאליטישע סיבות) דארפן די אידן אנטלויפן פונעם פרישן פלאץ (געדענקט! דאס איז חוץ די איסור ג' שבועות) . איך מיין די בעסטע וואלט געווען זיך אריינצווארפן אין גאז קאמער, פארוואס האלטן אין איין לויפן ? קעמפן ?

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 3:14 pm
דורך גאלד
מאטי האט געשריבן:בקיצור, לויט ראש המדברימ'ס ריזענינג דארפן עווענטואלי אלע אידן אנטלויפן פון ארץ ישראל , ווייל כאמאס זאגט קלאר אז אלע אידן דארפן אפפוצן. זיי האלטן אז גאנץ ארץ ישראל איז זייערס! מעבר לירדן ביז צום מעדיטערעניען. זיי זענען נאכנישט אנגעקומען דערצו דערווייל. און אויב די אידן טרעפן שוץ אין אן אנדערן לאנד און די לאקאלע שכנים ווערן בייז (פאר פאליטישע סיבות) דארפן די אידן אנטלויפן פונעם פרישן פלאץ (געדענקט! דאס איז חוץ די איסור ג' שבועות) . איך מיין די בעסטע וואלט געווען זיך אריינצווארפן אין גאז קאמער, פארוואס האלטן אין איין לויפן ? קעמפן ?

קיינער זאגט דאס נישט, שטאפ אויף דיינע אויערן, דא איז נישט די מדובר פון בלויז וואוינען במקום סכנה, מאכט דיך נישט טעמיש, מ'רעדט פון איינער וואס גייט בשאט נפש דוקא צו אויסזידלונגען אן קיין נארמאלע אינפרעסטראקטשער, בלויז פאר איין סיבה זיך צו מוסר נפש זיין פארן שלימת הארץ, בעת ער האט אלע ברירות צו וואוינען אפאר קילעמעטער אהינציר אן קיין בארבד ווייערס אן קיין ביקס אונטער קישן, נארמאלע באוואוינטע אידישע שטעט, אזא איינער איז א משוגענער און א רוצח פאר זיין משפחה,

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 3:32 pm
דורך berlbalaguleh
הירשל ציג האט געשריבן:לכבוד אחינו הטועים חסידי סאטמאר הע"י

א קורצע לעקציע אין היסטוריע וועט אייך לערנען אז פאר די 6 טאג מלחמה אין '67 איז דער אראבער אויך ברוגז געווען אויפ'ן איד וועלכע וואוינט אין ירושלים, בני ברק, אלעד און בית שמש און האט אים געוואלט אריינווארפען אינעם ים הגדול!

הייסט עס אז ביז '67 זענען אלע אידן אין ארץ ישראל געווען בבחינת "מתנחלים" און "רוצחים?"

און די אראבישע רוצחים, גנבים ומנאפים זענען נישט געבליבן מיט'ן רצון אליין. נאר זיי האבן בפועל געהרג'ט דורך שטעכן מיט מעסערס און שיסן אידן א יעדן טאג פון יאר. אין אלע געיגנטן פון ארץ ישראל... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 3:43 pm
דורך מאטי
הרב גאלד די רוצחים זאגן בפירוש אז זיי ווילן דאס בלוט פון אלע אידן! איבעראל. קוק וואס איז געשען ווען מ'האט פארטריבן די משוגעים פון גוש קטיף, זיי האבן אנגעהויבן שיסן ראקעטן קיין אשקלון. יעצט איז יעדער אשקלוני א משוגענער? ער קען דאך מופן קיין חיפה! וואס ווילסטו? אז די משוגעים זאלן מופן עטליכע קילאמעטער ארויפציר און ארויפציר און ארויפציר און ארויפציר. ביז וואו? ערגעץ גייט אייביג פארבלייבן א נאנטע געגענט וואו אראבער גייען האבן אן איזי טארגעט. דו ווילסט ס'זאל פליען ראקעטן דאס קומענדיגע מאל דיין רבי מאכט א קבלת פנים אין ירושלים? פריי דיך אז די משוגעים האלטן דעם גרעניץ אוועק פון שטאט.....

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 3:56 pm
דורך ראש המדברים
מאטי האט געשריבן:הרב גאלד די רוצחים זאגן בפירוש אז זיי ווילן דאס בלוט פון אלע אידן! איבעראל. קוק וואס איז געשען ווען מ'האט פארטריבן דיינע משוגעים פון גוש קטיף, זיי האבן אנגעהויבן שיסן ראקעטן קיין אשקלון. יעצט איז יעדער אשקלוני א משוגענער? ער קען דאך מופן קיין חיפה! וואס ווילסטו? אז די משוגעים זאלן מופן עטליכע קילאמעטער ארויפציר און ארויפציר און ארויפציר און ארויפציר. ביז וואו? ערגעץ גייט אייביג פארבלייבן א נאנטע געגענט וואו אראבער גייען האבן אן איזי טארגעט. דו ווילסט ס'זאל פליען ראקעטן דאס קומענדיגע מאל דיין רבי מאכט א קבלת פנים אין ירושלים? פריי דיך אז די משוגעים האלטן דעם גרעניץ אוועק פון שטאט.....


זיי ווילן נישט די בלוט פון אלע אידן דאס איז שקר, זיי ווילן די בלוט פון אלע אידן פונקט ווי די קריסטן אלס הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב
זיי וויל צוריק זייער לאנד כל זמן אונז זענען אין גלות דאס איז זייער רצון

אבער ח"ו צו מתפלל זיין אז זיי זאלן מצליח זיין, זיי זענען רוצחים מועדים חיות טרף און זיי וועלן הארגענען יעדען איד פונקט ווי די דייטשען איז דייטשלאנד די אורקיינער אין אוקריינע
נאר דער באשעפער קען אונז העלפן און ברענגען די גאולה שלימה

אבער בכלליות מאטי די קענסט זייער ווייניג היסטוריע פון מדינת ישראל-פאלאסטין, לערן עס פאר די רעדטס

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 3:57 pm
דורך גאלד
דער אשקלוני האט זיך נישט באזעצט אין אשקלון דוקא צו פאראויסריקן זיין מתנחלישע אגענדע, קענסט נישט בלעמען א פאראנטוואליכער מענטש וואס האט זיך באזעצט און א רעלאטיווער נארמאלער ישוב בתם לבבו ובנקוין כפו, אוואדי זענען די רוצחים גרייט צו הרגענען יעדן איד בכל מקומות מושבתיהם קיינער לייקענט דאס נישט, אבער אונזער תפקיד איז נישט צו דוקא אריינדרינגען צווישן זיי און זיי פייטן, זוך דיך א מקום מנוחה און אויב מאכט זיך אומפאראויסגעזעהנע אומשטענדן אז מ'שיסט ראקעטס ה"י, דאן קען מען זעהן א דערהער אז א מענטש איז שווער צו אוועקגיין מארצך ומומלדתך ומבית אביך

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 4:13 pm
דורך berlbalaguleh
שלו' עליכם, ר' ראש המדברים: לויט ווי דו זעהסט, נעם איך (כמעט) נישט קיין טייל אינ'ם ויכוח צו די מתנחלים זענען יא גערעכט אדער נישט. איך זיץ מיר אין מיין ווינקעלע און קוק צו (מיט הנאה) ווי די בעלי תריסין שיסן זייערע באמבעס אהין און צוריק. זה בונה וזה סותר. זה מקים וזה מפיל. אבער אויף איין נקודה אין דיין מאמר וועל איך מיך יא שטעלן. ביים סוף פונן דיין מאמר זאגסטו אז דאס וואס מדינת ישראל האט צוריקגעגעיבן גוש קטיף פאר די אראבער האט נישט געהאלפן פאר'ן מצב ווייל מיט דעים האבן זיי נאכנישט קיין מדינה. און ממילא איז נאך חמתם בערה בם. ראשית כל, די גאנצע געיגנט איז געוועין זייער ארויפגעארבעט עקאנאמיש, מיט שיינע הייזער און שטארקע אגריקולטור און אינדוסטרי. און להבדיל, בתי מדרשים פון וואו דער קול תורה איז ארויסגעגאנגען יומם ולילה. און ס'איז געוועין זייער א שווערע זאך אויסצורייסן די אלע משפחות פון זייער פלאץ. אעפ"כ האט מען עס געטון, על אפם וחמתם פון די אידישע איינוואוינער, און ווייל דער דאמאלס'דיגער ראש הממשלה/ראש הכופרים אריק שרון האט געטענה'ט אז די אייראפעאישע מדינות האבן איהם צוגעזאגט אז וויבאלד מ'וועט צוריקגעבן די געיגנט פאר די נעבעכ'דיגע אראבער, און זיי וועלן האבן וואו צו וואוינען, וועט זיך אלעס טוישן לטובה, און די גאנצע שנאה וואס די גוי'אישע וועלט האט צו מדינת ישראל וועט פארשווינדן ווערן. וואס האבן די פארשאלטענע אראבישע רוצחים געטון?! אזוי ווי זיי זענען אריין האבן זיי חרוב געמאכט די גאנצע געיגנט, און זיי ניצן עס אויף צו שיסן ראקעטן אויף די אידישע ישובים פון פאר תשכ"ז/1967. סוף פסוק. אן אריינגיין אין וויכוחים זעהט מען אז וויפיל מ'זאל זיי נישט נאכגעבן וועלן זיי קיינמאל נישט זיין צופרידן. זיי ווילן נאר איין זאך. אנגיין מיט זייערע ברוטאלע רציחות אויף אידן. אלע אידן.אנגעהויבן פון מתנחלים, ביז אידן וואס וואוינען אין מאה שערים.... :? :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 4:23 pm
דורך ראש המדברים
איך גיי נישט פענפערן די רוצחים שפלים

אבער אויב קענסטו היסטוריע איז גאנץ נישט קיין חילוק וואס די אייראפעישע לענדער האבן געזאגט, די ארויס גיין פון עזה האט קנאפע געהאט שייכות צו דעם דאס האט געהאט שייכות מיט די מיסטברויכן פון אריק שרון און זיי האבן עס קלאר מודה געווען, כעומק החקירה כך עומק העקירה, שרון הוא אתרוג וצריכים לשמור עליו.

דער מציאות בלייבט אבער מציאות, ס'איז דא איבער 2 מילאן אראבער פאלסטינער וואס האבן נישט קיין שום בירגער רעכטן, נישט ווי אין טשיינע אדער צפון קוריאה וואס די בירגער האבן א פאספארט, א דרייווערס לייסנעס, רעכט צו שטימען (יענע רעכט), א שטאט ראט מיט פערמיטן, טאקע אלעס פול מיט קארופציע אבער זיי האבן א ID קארטל ער איז א בירגער.
די פאלאסטינער (נישט אז איך האב רחמנות אויף זיי און איך האלט אז זיי זענען גרעכט) האבן גארנישט, נישט קיין וואלוטע, נישט קיין שטאט ראט, נישט ווער ס'זאל אויספלאסטערן די גאסן, ניטאמאל א אייגינע עלקטריק קאמפעני, אלעס איז פון מדינת ישראל, איז זאל מדינת ישראל זיי געבען בירגער רעכטן אדער זיי לאזן אויפבויען אליינס א מדינה.

רציחה דאס איז זייער לעבן על חרבך תחיה אבער פארלאנג נישט פון זיי צו זיצן שטיל

איך רעד נאר על פי שכל נישט על פי תורה אדער על פי רגש

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 4:34 pm
דורך berlbalaguleh
איך הער. נאר דאס פארגלייכן אריק שרון (להבדיל) צו אן אתרוג איז געוועין בשייכות מיט זיין אייגענע און זיינע קידער'ס קארופציע אין ביזנעס. נישט אין רעגירונג'ס אנגעלעגנהייטן. האבן זיי געזאגט אז מ'דארף איהם אפהיטן ווי אן א--- ווייל זיי דארפן איהם צו די שלום פראצעס...
דרך אגב. ער (אריק שרון) איז אפילו נישט געווען קיין איד עפ"י הלכה. ווייל זיין מאמע, וועלכע איז געוועין א כשר'ע גוי'טע האט זיך קיינמאל נישט מגייר געוועין. דאס איז עפ"י עדות פון זייערע שכנים אין קיבוץ וואו די שיינערמאנ'ס האבן געוואוינט. מהאי טעמא, האט מען ביי זיין לווי' נישט געזאגט קיין קדיש. נאר מ'האט זיך באגנוגנט מיט די גוי'אישע צערעמאניעס. נאר אך גיי שוין דא אריין אין ציונות. כאמור... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :) ;) :o

נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 5:00 pm
דורך מאטי
ראש המדברים האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:הרב גאלד די רוצחים זאגן בפירוש אז זיי ווילן דאס בלוט פון אלע אידן! איבעראל. קוק וואס איז געשען ווען מ'האט פארטריבן דיינע משוגעים פון גוש קטיף, זיי האבן אנגעהויבן שיסן ראקעטן קיין אשקלון. יעצט איז יעדער אשקלוני א משוגענער? ער קען דאך מופן קיין חיפה! וואס ווילסטו? אז די משוגעים זאלן מופן עטליכע קילאמעטער ארויפציר און ארויפציר און ארויפציר און ארויפציר. ביז וואו? ערגעץ גייט אייביג פארבלייבן א נאנטע געגענט וואו אראבער גייען האבן אן איזי טארגעט. דו ווילסט ס'זאל פליען ראקעטן דאס קומענדיגע מאל דיין רבי מאכט א קבלת פנים אין ירושלים? פריי דיך אז די משוגעים האלטן דעם גרעניץ אוועק פון שטאט.....


זיי ווילן נישט די בלוט פון אלע אידן דאס איז שקר, זיי ווילן די בלוט פון אלע אידן פונקט ווי די קריסטן אלס הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב

זיי ווילן נישט צו זיי ווילן יא? ר' חיים בריסקער אין דע האוז?

זיי וויל צוריק זייער לאנד כל זמן אונז זענען אין גלות דאס איז זייער רצון

זייער לאנד??? הא הא.. זייער לאנד ... וועמענס לאנד? "ארץ ישראל" באלאנגט צו וועמען??? יא... זייער גוט.

אבער ח"ו צו מתפלל זיין אז זיי זאלן מצליח זיין, זיי זענען רוצחים מועדים חיות טרף און זיי וועלן הארגענען יעדען איד פונקט ווי די דייטשען איז דייטשלאנד די אורקיינער אין אוקריינע.

און טאקע פאר דעם דארפן מיר נישט שפירן גילטי און בלעמען די טאטעס פון די דריי בחורים זייער גוט געזאגט..

נאר דער באשעפער קען אונז העלפן און ברענגען די גאולה שלימה.

דער רמב"ם איז מחולק מיט דיר (עיין הלכות מלכים פרק י"א)

אבער בכלליות מאטי די קענסט זייער ווייניג היסטוריע פון מדינת ישראל-פאלאסטין, לערן עס פאר די רעדטס

איך ווייס נישט וואס מיינט ביי דיר ווייניג... איך קען דיר נאר זאגן וויפיל איך ווייס: אין 1917 האט די "ליעג אף נעישיאנס" די טאטע פון די היינטיגע יו ען, געשריבן די "באלפור דעקלעראציע". דארט שטייט אז אלע שטחים! טראנס-ירדן, איסט בענק, וועסט באנק, דארף זיין אוועקגעלייגט אלס "א היים פאר אידישע איינוואוינער".

די בריטישע מאנדאט איז באאויפטראגט געווארן דאס אויסצופירן. די אראבער האבן נישט מסכים געווען. ס'האט זיך אנגעהויבן א געשלעג. די בריטן זענען געווארן אומגעדולדיג, און פארשווערט פאר אידישע קולוניסטן זיך צו באזעצן "לעגאל" און דאן, פאלעסטינע. ס'האט זיך דערקייקלט צום פונקט, אז אין 1947 האט די יו ען דערקלערט די פארטישאן פלען. די אידן האבן נעבעך מסכים געווען, די אראבער האבן אנגעהויבן א מלחמה.

אלזא, אלעס ווייניגער ווי די באלפור דעקלעראציע גיט רעכט פאר די אידן, איז אן אקט פון נאכגעביגקייט מצד די אידן.

דרך אגב ס'איז דא גענוג און נאך מדינות וואס אקופירן שטחים פון שכנ'ישע לענדער, און מ'הערט נישט אז די אקופרטע זאלן פארוואנדעלט ווערן אין בלוט שונאים.

טערקיי אקופירט צפון סייפריס

כינע אקופירט טיבעט.

מאראקא אקופירט מזרח סאהארא.

וויעטנאם אקופירט חלקים פון קאמבאדיע.

און נאך א סך אנדערע....

און א יעדע פון די אויסגערעכנטע אקופירטע שטחים כמעט, איז פארהאן איינוואוינער פון ביידע זייטן וואס לעבן בשלום ואחוה. מיט מינומאלע אינצידענטן.

לויט די סטאנדארטן פון די ציוויליזירטע וועלט, איז נארמאל פאר א לאנד זיך צו דערקלערן בעל הבית אויף א שטח איינגענומען אין א לעגיטימע קריג. איבערהויפט ווען דער שונא האט אפיציעל נאכנישט אראפגעלייגט דאס געווער.

אלנפאלס, דאס איז נאך אין ערגעץ נישט געהערט געווארן, און ס'איז ממש אבסורד!! אז אייניקלעך פון אקופירטע לענדער זאלן האבן טענות צו אייניקלעך פון אקופירער מטעם זייערע זיידעס. אם כן אין הדבר סוף! מ'קען צוריק גיין ביז אדם הראשון מיט טענות.

נאך א נקודה למחשבה, די אראבער (פאלעסטינע) וואס וואוינען אין סיריע לבנון ירדן ביי זייערע אייגענע ברודער, באקומען נישט די מינומאלע רעכטן וואס א בירגער דארף באקומען. דאס איז די אייניקלעך פון די פארטריבענע/אנטלאפענע אראבער פון די בראשית יארן. מ'הערט נישט קיין וויי גישריי אין ערגעץ, און זיי זענען נישט קיין דם שונאים פון זייערע אקופירער.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 11:33 am
דורך ראש המדברים
איך זאג נאכאמאל איך בארעכטיג נישט ח"ו די אראבער זיי זענען רוצחים פונקט ווי די קריסטן

אבער דאס אלעס וואס די האסט דא אויסגרעכנט איז מדינות וואס אקופירן אנדערע מדינות אין געבען פאר די אקופירטע רעכטען, יא פשוטע רעכטען

קיינער איז נישט ריכטיג ברוגז אויף מדינת ישראל'ס אקופציע, די כעס איז אויפן נישט וועלן געבען רעכטען פאר די אקופירטע

לגבי די שנאה וואס ס'איז דא אויף כלל ישראל אן קיין שייכות צו מדינת ישראל איז א עקסטערע נושא, אבער דער כעס דא איז שכלדיג פארשטענדליך אז אויב אקופירסטע א לאנד נעם די בירגער און געב זיי רעכטען פונקט ווי אלע אנדערע בירגער

דאס איז די סיבה אז פון תשכ"ז די ששת הימים מלחמה ביז תשמ"ח די ערשטע אינטיפדיע איז נישט געווען קיין פראבלעמען פון מדינת ישראל מיט פאלסטין
די פראבלעמען זענען געווען פון לבנון עגיפטן סוריע ס'האט גענומען א 20 יאר ביז די פאלאסטינער האבן געכאפט אז זיין האבן שוין א נייער דור אן גארנישט
אן קיין פאספארטן, שטאט ראט, א אייגענע עקנומיע, אייגענע שטייערן, א אייגענע לופט פעלד, די פארשטייסט וואס מיינט פאר א מענטש 20 יאר האט ער גארנישט?

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 7:46 pm
דורך עפל סיידער
מאטי זיץ נישט דא על סיר ה'קאווע, און באסמאקעווע דיר מיט יענעמ'ס פארגאסען בלוט וואס פארברייטערט דיינע גרעניצען, ביטע כאפ א פלייט קיין איזראעל און נעם אטייל בגוף צו בממון ארויסצוהעלפן די וואס זענען מסכן זיך מיט די קינדער און די גאנצער ארום אין א סכנת מוות רח''ל, (שטייצעך נאר ביז עס וואקסט די מארד ראטע העכער פינעף פראצענט).
און אז די ווילסט אמת'דיג ווייזען געטריישאפט שיק עטליכע מבני משפחתך אהין.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 7:54 pm
דורך מאטי
פון ווי ווייסטו וואו איך געפין זיך יעצט?

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 8:07 pm
דורך עפל סיידער
האסט'ס געשריבען צו קאלטבלוטיג, איך גלייב נישט אז די פארברענגסט יעצט דארט מיט די משפחות האומללים.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 8:10 pm
דורך מאטי
איך.. קאלטבלוטיג? חלילה! מיין הארץ בלוטיגט מיר

נישט אידיש?

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2018 6:49 am
דורך Buddy
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=BsHtskE85sA[/youtube]

א פנימיות'דיגע תורה'דיגע אומ'פשרה'לאזה לעבן - קיוט

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2018 7:39 am
דורך Buddy
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ImOf5lGZ7gs[/youtube]