בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 7:39 am
דורך ווייל אזוי
שלום שטיסל האט געשריבן:איך בין א אמת׳ער פען פונעם מאמענט, אבער ווען איך ליין דעם טויבער׳ס קרעמפן קומט מיר רויעך פון די נאז, איך ווייס נישט צו ער איז א שקרן אדער א בעל דמיון צו גאר ביידע, ווילאנג ער האט גערעדט פון חתונה מאכן מיט א נארמאלע סטאנדארט מייכעטייסע, אבער מיט די הכשרים נושא איז ער אינגאנצן צוקאלישט, איך וואלט ווען געפענט יעדע וואך א אשכול אויף זיינע ווערטער, אבער איך וויל עס נישט טוהן פארן מאמענט.
איך בין מיט דיר, ס'עקלדיג צו ליינען זיינע מאמרים ווי ער באשולדיגט גאנץ כלל ישראל, לויט איהם האב איך שוין געגעסן אסאך מאל טריפות און זיינע מעשיות מאכן אויך נישט קיין סענס.
גראדע קוקט אויס אז ער שרייבט נישט, נאר איינער איז מלקט פון זיינע דרשות
Re: הרה"ג אבא חייא טויבער שליט"א
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 8:27 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס זאגט דא דער תורה אנדעריש ווי הרב בעלסקי?
וואס עפעס לאזט מען צו בעלעבאטים אראפרייסען רבנים אין צייטונג? דער מאמענט וועט מיר צולאזען אראפרייסען דער ברך משה אויך?
איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון הרב בעלסקי, נאר אין מיין צייטונג וועט מען אדער קענען שרייבען אויף אלע אדער אויף קיינער. וואס עפעס האט ער געמעגט? ובפרט אז ער האט דאך יא געקענט א געוואלד מיט תורה, און עלעמענטערע כבוד קומט זיך איהם, לויט די ווירדען פון א רעליגיע צו וואס איך באלאנג.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: הרה"ג אבא חייא טויבער שליט"א
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 9:48 am
דורך דעת תורה
דערווייל זעה איך אים שטופן פאר מער טרענספערענסי און אפנקייט. כ'פארשטיי דעם צד דערקעגן, אבער צי וואס אים קריטיקירן פונקט אויף דעם?
ליטוואק, דאס איז דאך דיין נושא. טרענספערענסי אין כשרות
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 10:28 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין מסכים דערצו, און איך בין נישט קיין חסיד פון הרב בלסקי. דא אין דער מאמענט שטעקט אבער עפעס אנדערש. זיי האבן נישט מחליט געווען אז כשרות איז אזוי וויכטיג אז פאר דעם מעג מען אראפרייסן רבנים, נאר אז איינער וואס גייט נישט קיין בעקיטשע און לאזט גאלען די בארד (און מסתמא האט אליינס אזוי געטוהן) איז שוין נישט קיין רב וואס קומט כבוד. בקיצור די אלע זאכען וואס דער חת"ס זאגט אז עתיד ליתן את הדין. אחוץ טאמער דער חת"ס איז אויך דעת בעה"ב.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 9:33 pm
דורך שמעקעדיג
נעכטן אין סמעדריש זאגט מיר איינער, האסט געהערט לעצטנס די שיעורים פון א בכי' לדורות?
איך קוק אים אן מיט וואונדער און פרעג: פון וועמען?
ער קוקט מיר צוריק אן מיט א פשטות און חזר'ט איבער: פון "א בכי' לדורות"!
דאן האב איך געכאפט און אויסגעשאסן.....
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 1:21 am
דורך קאווע טרינקער
קורקלענד האט געשריבן:כאילו נאר די או. יו. טוט אזוי. די חילוק איז נאר אז זיי זאגן בפרהסיא אז דאס איז זייער פאליסי. און די השגחות מיט מער אידישע אותיות אין די לאגא זאגן נישט אויס די פאליסי.
דאס איז דעת בעל הבית.... דעת תורה זאגט צו מאכן א שתיקה פון די פאליסי אויך! וכן נוהגים.
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 10:32 pm
דורך ליפא
ער שרייבט דאס אין מאמענט. יעדע גוטע דאקטאר אין אמעריקע איז פון אן אנדער לאנד. זייט וויסן
rps20170806_223050.jpg
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 11:28 pm
דורך געוואלדיג
נישט קיין חידוש, איך האב שוין לאנג אויפגעמערקט אז די דאקטוירים דא זענען פון פילע פארשידענע לענדער, וו. צ. ב. ניו יארק. ניו דזשערסי, מאסעטשוסעס, יוטא, אילינוי, ועוד ועוד...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:30 am
דורך וואלווי
געוואלדיג האט געשריבן:נישט קיין חידוש, איך האב שוין לאנג אויפגעמערקט אז די דאקטוירים דא זענען פון פילע פארשידענע לענדער, וו. צ. ב. ניו יארק. ניו דזשערסי, מאסעטשוסעס, יוטא, אילינוי, ועוד ועוד...
אפילו די געלונגענע מחנכים זענען פון אויסלאנד, למשל די טויבערס פון מאנסי...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:43 am
דורך berlbalaguleh
איך ווייס איין זאך: ווען איך ליין ר' אבא חייא טויבער'ס בויך גרימענישן קומט מיר צו ברעכן. א יעדע וואך ווען איך קויף דעם מאמענט מיש איך די ערשטע זאך אויף ר' אח"ט'ס קאלום. האפנדיג אז אפשר די וואך וועט ער האבן עפעס א נארמאלע זאך צו זאגן. אבער ס'גייט נישט. א יעדע וואך שטייגט ער איבער זיין פריער'דיגן מאמר מיט שטותים און היפאקריטישקייט. ער איז אזוי ווי אן אלטער יוד אין א נוירסינג האום וואס רעדט אבי גערעדט. אבער מ'קען נישט נעמען זיינע ווערטער צו ערנסט...! משא"כ די אנדערע בעלי מימרא רעדן זייער שטארק צו די זאך. ווי ...דער מחנך"... און הרב יואל אשר לאבין שליט"א. זייערע מאמרים זענען כמים קרים על נפש עייפה...!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:09 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:האפנדיג אז אפשר די וואך וועט ער האבן עפעס א נארמאלע זאך צו זאגן.
how sad
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 1:50 pm
דורך diff
ר' אבא חייא טויבער איז א תלמיד אין מגידות פון ר' אביגדור מילר. ס'דא די וואס נישט סובל די גאנג און די שטרענגקייט. און ס'דא פונקט פארקערט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:27 am
דורך [NAMELESS]
diff האט געשריבן:ר' אבא חייא טויבער איז א תלמיד אין מגידות פון ר' אביגדור מילר.
טוה מיר א טובה...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:54 am
דורך [NAMELESS]
זעהט
דא און
דא איבער דעם א בכיה לדורות
נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 3:43 pm
דורך diff
ריכטיג האט געשריבן:diff האט געשריבן:ר' אבא חייא טויבער איז א תלמיד אין מגידות פון ר' אביגדור מילר.
טוה מיר א טובה...
כ'כאפניש מיט וואס ביסטו מער ווי עם
נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 5:27 pm
דורך [NAMELESS]
מער פון וועם?
ר' אביגדור איז געווען זייער א שוואכע רעדנער, הרב טויבער הערט זיך פליסיג און גאנץ געשמאק. ר' אביגדור האט פארמאגט א געוואלד מיט תוכן, הרב טויבער איז מלא גארבידזש און שטותים. אלזא מיט וואס איז הרב טויבער א תלמיד פון ר' אביגדור?