בלאט 2 פון 5

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 2:05 am
דורך קינד_אן_קייט
יין שרף האט געשריבן:32] קים יאנג איל האט געשריבן אין זיין ביכל אז ער האט קיינמאל געדארפט גיין אין ביה"כ לעשות קטנה או גדולה...

ס׳האט מיר אלעמאל גע׳חידוש׳ט די פסיכאלאגישע אונטערבעטונג פון פרעה אין דעם הינזיכט, נניח אז יא, דו קטן איינער ביזט בא׳גדול׳ט אז ביזט אנדערש ווי יעדן, פיין, אבער אין אנדערע ווערטער, YOU ARE ALWAYS FULL OF SH*T ?!

אויך מיר א גדולה...

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 2:34 am
דורך לעיקוואד
פאקטן איבער ניקס וואס איר האט נישט געוואוסט
[tag]לעיקוואד[/tag] וואוינט נישט אין לעיקוואד.
[tag]zurich[/tag] וואינט נישט אין ציריך.
[tag]ראשעקאל[/tag] איז ניטאמאל א שמש.
[tag]יין שרף[/tag] האט נישט טועם געווען קיין אלקאהאל זייט ודמיך חיי ביי זיין ברית.
[tag]מנשה לוסטיג[/tag] איז אנגעזעצט.
[tag]starbucks[/tag]טרעט קיינמאל אריין אין סטארבאקס וויבאלד זיי זענען קעגן די לעיבאר יוניאן'ס.
[tag]קריינא דאגרתא[/tag] איז נאכנישט געווארען קיין פרוונקא.
[tag]קופערניקוס[/tag] האט זיך געוואלט רופען קונפוציעס אלא שנטרפה השעה.
[tag]berlbalaguleh[/tag] איז באמת א בעל עגלה, אפילו ער האט אין זיין לעבן נישט געזעהן קיין פערד.
[tag]יאיר[/tag] הייסט אזוי ווייל ער איז געבוירען פון א בלעקאוט
[tag]קאווע טרינקער[/tag] איז בעיקר על שם הטרינקער ווייניגער על שם הקאווע.
[tag]הוגה[/tag] איז א מלשון שבירה נישט מלשון הגות (מלשה"כ כי אם הוגה וריחם).
[tag]רויטע וואנצעס[/tag] איז בכלל בלאנד.
[tag]ברסלבער[/tag] איז באמת א ברסלבער . ער האט זיך געוואלט רופען הכנסת כלה אבער מהרא"ש לאזט נישט.
[tag]יידל[/tag] איז מסתמא א איד. צו ער האט א פידל ווייס איך נישט.
[tag]ראש הישיבה[/tag]איז באמת על שם א רבי נאר עס פאסט עם נישט רופט ער זיך ראש ישיבה (פאר'ן ווערן רבי איז דער רבי דאך געווען א ראש ישיבה.
[tag]שטילע אינגערמאן[/tag]איז ווייט פון שטיל. און הייסט אזוי אלץ א סגולה קעגן גילוי.
[tag]פלעין יודיש[/tag] איז נישט קיין אידישע ווארט.
[tag]ידען[/tag] רופט זיך אזוי על שם הרצון.
[tag]טאמבל סאס[/tag] שוין, פארשטייט איר שוין אליינס.

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 3:52 am
דורך נהורא נפישא
האט איר געוויסט אז......
די איינציגסטע כשר'ע אינטערטענמענט פאר חסידישע קינדער איז א הכנסת ספר תורה
ביי תפילת זכה זענען די מערסטע ביה"כ פארנומען פאר קטנים
מערסטע בייזערונגען פון עלטערן צו קינדער קומט פאר ערב פסח ווען די טאטע שטעלט אהער דעם חרוסת
די אייציגסטע צייטונג וואס קעיטערט פארן אומאפהענגיגן ארטאדאקסישן אידענטום איז "דער איד"
בוקסער פלאנצט מען ספעציעל פאר חמשה עשר
די שמוציגסטע פאר'זרע'סטע מקוה איז שבת אינדערפרי
די ריינסטע מקוה איז ערב שבת חזון ווייל דעמאלטס נעמט יעדער א שאוער
די מערסטע סילווער פאפיר ווערט גענוצט ערב די פסח טעג
ערב סוכות ווערן חאניאקישע אינגעלייט פארוואנדעלט אלס די בעסטע הענדימענס
מערסטע חסידים קענען אפילו נישט איין שפראך
די שנעלסטע מעריב איז מוצאי יו"כ
די שנעלסטע קידוש לבנה איז מוצאי יו"כ ות"ב
די מערסטע קוגלן ווערט געמאכט ערב שבת זכור
די מערסטע פיש ווערט געגעסן אום חודש תשרי
די זומער סעזאן איז די מערסטע פארנאכלעסיגט אין חסידישע קפידות און הידורים
די טייערסטע מאכלים וואס מ'עסט אין א וואכענטאג איז אין די ניין טעג
די מערסטע סיומי מסכתות ווערן געמאכט ער"פ ווי אויך אין די ניין טעג
די רויטע פלעשלעך מילך איז נישט פון א פרה אדומה
כפרות זענען אייגענטליך טשיקענס
די איינציגסטע ארבעט וואס א רבי טוט אין זיין לעבן איז ערב פסח ביים וועלגערן די מצות
די מערסטע געפרעגטע פראגעס וואס יעדער ווייסט וואס מגייט ענטפערן איז מה נשתנה און מה בעית טפי
טאנצן ביי קידוש לבנה העלפט נישט דוקא פאר ציין ווייטאג
די קלענסטע משפחה באטייליגונג ביי חתונות זענען די רבישע חתונות
די מאכל וואס איז די מערסטע אנגעשטעקט מיט באצילן וואס מ'עסט דאס איז א שטיקל שריים געפילטע פיש וואס האט דורכגעשפרייזט ביזן עק טיש
צו זאגן פאר א קינד אז די מלאך טיילט קוואדערס פאר אן ארויסגעפאלענע ציין איז א פשוטער ליגענט
די אייציגסטע ביי וועם די כלל "דארט ווי ס'דא תורה איז דא חכמה" גילט נישט איז הגאון ר' חיים....... אויף וועם טייל זענען ממליץ אז ער איז א חמור נושא ספרים
צו זיין משוגע איז גאנץ נארמאל
די חתן ש"ס מאכט מען אין א גרויסן פורמאט היות מ'לערנט מילא נישט דערין
שתי שערות מיינט מען ביים זקן התחתון
שבת עס מען לעבער נישט נאר ווייל סאיז אן ענין נאר אויך ווייל ס'איז גוט
יענע מחלה און יענע מעשה איז די זעלבע זאך
רוב חרדישע אידן האבן לכה"פ צוויי סעלפאונס
נישט מיט אלעס איז סאטמאר געווען דער ערשטער
רבינו תם איז מסתמא נישט געגאנגן מיט ר"ת גאטשעס
רוב מלמדים זענען נישט קיין מאלעסטארערס
ציונות איז נישט די איינציגסטע פראבלעם מיט וואס חרדישע אידענטום דארף זיך פארהיטן
עסן אווערנייט קוגל איז נישט קיין סגולה פאר אריכת ימים
פון ארויסקוקן ביי ברכת כהנים ווערט מען נישט בלינד
נישט אייביג טוט עס מער וויי פארן מלמד ווער ער שלאגט א קינד
חסידים זענען די איינציגסטע וואס האבן מורא פאר הינט
די קלעים אז ℅97 גיטין זענען צו פארדאנקן דעם אינטערנעט איז נישט באשטעטיגט געווארן דורך קיין שום פראפעסיאנאלע פאולסטער
היטלער האט נישט געהאט קיין הינער פוס
די מערסטע תירוצים פאר איין קשיא איז די ב"י קשיא און סמיכות דר' תנחום (וואס מאכט מיך טראכטן אויב ס'איז בכלל אמאל שווער געווען)
רוב רבנים ווייסן נישט דעם אינהאלט פונעם קול קורא וואס זיי האבן נארוואס אינטערגעשריבן
שאץ קיינמאל נישט אינטער איינער וואס רעדט מיט א שווערן אקצענט ווייל געוויס איז דאס א באווייז אז ער קען איין שפראך מער ווי געווענליך
איינער וואס האט נישט קיין קינדער איז ער די ערשטע פון אלע זיינע טויזענטער נאכאנאנדע אור-עלטערן זינט די אנפאנג פון צייט צו זיין אין דעם מצב
רוב מענטשן ווייסן נישט וואס מ'טוט מיט די לעפל פון די בדיקת חמץ סעט
די זון שיינט אויף יעדן טאג אייניג צו ס'איז אינדערוואכן, שבת, אדער יוהכ"פ
פארן חפץ חיים האט קיינער נישט געוויסט וואס לשון הרע מיינט

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 6:04 am
דורך כוכב
מאטי האט געשריבן:נאך א לייכטע גוגל זוך זע איך אז sporange א זעלטענע ווארט גראמט מיט Orange
אגב אז דו רעדסט שוין פון Silver איז דאס אויך פון די ווערטער וואס פארמאגן נישט קיין גראם.

וויקיפעדיע שרייבט אז עס איז נאר אן אויגן גראם אבער די קלאנג איז למעשה עטוואס אנדערש.

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 12:31 pm
דורך רויטע וואנצעס
Orange
און
Carnage

קלאנגן אפ זייער נאנט.

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 1:46 pm
דורך מאטי
האט איר געוואוסט אז:

ס' דא אידן וואס זענען געהאלפן געווארן נאך אכט און דרייסיג טאג פון זאגן פרק שירה.

אז אין געוויסע עניינים האט "תהלים כולל" א פופציג פראצענט סוקסעס ראטע, ס'רופט זיך די "אדער יא אדער ניין" טעאריע.

אז ס'איז דא אידן וואס האבן געלערנט פורים פארמיטאג און האבן אפגעפארענע קינדער.

אז ס'איז דא גאוני הדור וואס האבן נישט געקענט ש"ס אלס קינד.

אז אדם הראשון האט געהאט א נעוועל.

אז ס' דא מענטשן וואס זיצן אפ אין ים המלח און בלייבן טויט קראנק.

אז ס' דא אינגעלייט וואס קומען אהיים שפעט און שטייען אויף שפעט און האבן א געוואלדיגע שלום בית.

און יעצט קומט אריין די נייעס אז בני ברק איז אונטער אלערט.

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 2:16 pm
דורך סמבטיון
איך בין מוחה אויפן כבוד פון ר' חיים...
ובזה יצאתי
בד"וו די פאקטען זענען געוואלדיג גוט, אשפגטי עד למאוד.

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 2:20 pm
דורך פליקער
אז סיי ביל געיטס און סיי ווארן באפעט האבן פארשלאפן זייער מזל ראש השנה זינט זייער געבורט

אז א ביליאן כינעיזע ווערן געבוירן לייכט אן גיין פתיחה

99% אפעראציע'ס איבער די וועלט ווערט דורך געפירט אן א רזיאל המלאך

רוב מענטשן וואס זענען געגאנגען מיט א ספר ביי עוזר דלים זענען געבליבן ארים

מענטשן וואס קויפן מפטיר יונה חתן תורה און חתן בראשית אלע יארן קראכן זייער טשעק - אינסאפישענד פאנד'ס

99% פרוען וואס האבן שוין געבוירן קינדער האבן נאך נישט אראפ געביסן דעים פוטם

ר' מאיר בל הנס איז די איינציגע צוועק וואס נעמט נאך אן קליין געלט

טיפס פאר א שמש ערב יום הקדוש און אויסטיש פאר מזונות איז א איינפאל פון א פיפיגע שמש

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 2:38 pm
דורך סמבטיון
82 פראצענאט פון טינעידזשערס, רינגן נישט די בעלל אינדערויסן, זיי טעקסטן אדער ריפען אז זיי זענען אינדערויסן.
א שטויס אין די ביצים, איז עינדלעך צו די יסורים פון געבוירן קינדער אדער ציברעכען 3200 ביינער מיטאמאל.
ווען איינער וויינט אין די ערשטע פאר טראפלעך טרערען קימט פון די רעכטע זייט, איז עס פון פרייד, פין די לינקע זייט, איז פין לייד.
אין טשיינע איז דא מער ענגליש רעדענדע ווי אין גאנץ אמעריקע.
75 פאצענט מענטשען, פראבירן צוריק איינצושלאפען אינדעפרי, נאר צי פארענדיגן זייער איבערגעהאקטן חלום.
95 פראצענט מענטשען, טייפן שנעלער ווען זיי זענען אויפגערעגט.
דע מאבי טיטאניק האט געקאסט מער געלט צי מאכן, ווי דאס אויפבויען דעם טיטאניק שיף.

המשך יבוא בע"ה

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 3:22 pm
דורך סלינקי
פון מער א גרינטליכע גוגל זיך. פינקי סטייל

I put my orange
Four inch
Door hinge
in storage
And ate porridge
With George

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 3:23 pm
דורך its me
Twenty percent of office coffee mugs contain fecal matter
Uch..

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 3:28 pm
דורך its me
A human will eat on average seventy assorted insects and ten spiders while sleeping

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 3:31 pm
דורך its me
One in ten European babies are conceived in IKEA beds 

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 4:18 pm
דורך לעיקוואד
אכט פון צען מענטשען גלייבען די "פאקטן" וואס מען פארקויפט זיי אין די קענדי רעפערס.

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 4:20 pm
דורך לעיקוואד
זיבעציג פראצענט פון סטאטיסטיקס זענען אויסגעטראכט אויפ'ן פלאץ.

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 4:22 pm
דורך יין שרף
לעיקוואד האט געשריבן:זיבעציג פראצענט פון סטאטיסטיקס זענען אויסגעטראכט אויפ'ן פלאץ.

עכט איז עס 70.3...

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 4:32 pm
דורך איך אויך
סמבטיון האט געשריבן:איך בין מוחה אויפן כבוד פון ר' חיים...
ובזה יצאתי
בד"וו די פאקטען זענען געוואלדיג גוט, אשפגטי עד למאוד.

און איך בין מוחה אויף די חזרים וואס דארפן מיט געוואלד פארחזר'ן און פארצימס'ן דעם זיסע אשכול ענבים.

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 4:40 pm
דורך סמבטיון
ווי עס פארצימעסט געווארן פינקלעך??

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 5:02 pm
דורך איך אויך
מאטי האט פארצימסט דעם שיינעם אשכול ,די אחראים האבען עס שוין מסדר געווען.

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 5:22 pm
דורך סמבטיון
א פרויס הארץ קלאפט שנעלער ווי א מאן.
א דזאמבא עראפלאן ניצט 4000 גאללען בענזין זיך צו דערהייבן.
א דארעכשניטלעכע אמעריקאנער טרינקט 600 סאדעס א יאהר.
סע נישט מעגליך צי האפטשו'נען מיט אפענע אויגן.
א סקאנקס שטינק קען זיך דערשפירן א מייל אוועק.
זיין א דזענטעלמאן גייט נישט ארויס פין סטייל.
דיין באדי באשאפט 2.4 מיליאן נייע רויטע בליט צעלן א יעדע סעקונדע.
א בעיבי ווערט געבוירן מיט 300 ביינער, ביים ווערען אן עדאלט, האט מען נאר 206.
א פערד קען נישט ברעכען.
קאקא קאלא האט פארקויפט אין זייער ערשטע יאהר 9 באטלעך א טאג, היינט ווערט פארקויפט 1.7 ביליאן א טאג.
אין די אמעריקאנע פאפעלאציע ווערט געגעסן 100 פונט טשאקלעט א יעדע סקונדע.
יעדע איינציגע דאלער בילעט, קאסט 9.6 סענט צי פראדוסען.
אין גאנץ יוראפ איז נישט דא קיין מדבר.

המשך יבא בע"ה...

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 5:42 pm
דורך zurich
סמבטיון האט געשריבן:סע נישט מעגליך צי האפטשו'נען מיט אפענע אויגן.

אויב אזוי וואס טוט מען ווען מען דרייווט?

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 5:50 pm
דורך סמבטיון
דע מילי סקונדע ווילאנג די האפטשו נעמט, וועט לכאורה דיר נישט פארקירעוון די וועג, מאש"כ אויב ביזטו אינטער די איינפלוס פין א שמעק טאבוק אדער אינטער אן אלערגיע אויסברוך, איז ראטזאם זיך אפצישטעלן אין א רעסט ווינקעל, ביז די זאוואריכע פין האפטשוס קומט צי א פאלקאמע אפשטעל.

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 5:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
מ'האלט די האפטשו ביז די נעקסטע רויט לייט. יעצט פארשטייסטו פארוואס מענטשען יאגן זיך אזוי ביים דרייווען, מ'זוכט די נענסטע רויט לייט.