בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 12:10 am
דורך געפילטע פיש
איש חסיד האט געשריבן:עס קוקט אויס ווי הדד בן בדד האט עפעס א אינערליכע שנאה מסותרת פון אסאך יארן צום אונגווארען רבי'ן זצ"ל און גיבט זיך דא אויס...

אויב איינער קען דא מגלה סוד זיין על מה יצא הקצף זאל ביטע טאן א חסד און אונז לאזן וויסן!


אולי, טראכט איך אז ער האט פשוט אויפגעמישט דעם ביזנעס דירעקטארי און אנגעהויבן ביי 'אלף'...

זייט נישט אזוי נאיוו, מפני כבוד הנפטר וויל מען נישט אריינגיין אינעם נושא.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 3:48 pm
דורך לעמיל
איז היינט די יארצייט?

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 7:12 am
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט
צום מארגענדיגען יארצייט פון שמואל הנביא

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 9:41 am
דורך ציבעלע-קיגל
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:פין מיין זייט קען ער מאכען פייער'ס יעדע נאכט נאך ספירה ציילען אין אויך בראטען קארטאפעל, אין אויך תשעה באב ביינאכט זכר לחורבן, וואס גייטעס מיר אן ?, ווילאנג ער באדערט נישט יענעם, וועם גייטעס אן ?,


ווי לאנג עס באדערט נישט קיינעם?

עס פאנגט זיך נאר אן אזוי נאך דעם פאנגט מען אן צומאכען פייערס אויף יעדע גאס. אין מען שפארט צי גאסען. און א וודאי די גרעסער די רבי אלץ מער שפארט מען צי. און אלס העכער מוז באמבען די מוזיק און ביז 4 אזייגער פארטאג וועמען גייט עס אן אז "נארמאלע" מענטשען דארפען גיין ארבייטען וכו' וכו'

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 1:32 pm
דורך מבקר
וואס איז די פלאן, מ'גייט דארט מאכן חאלאקעס אויף די ספירה בארד? :D

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 6:56 pm
דורך מ גפני
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:ווי לאנג עס באדערט נישט קיינעם?

עס פאנגט זיך נאר אן אזוי נאך דעם פאנגט מען אן צומאכען פייערס אויף יעדע גאס. אין מען שפארט צי גאסען. און א וודאי די גרעסער די רבי אלץ מער שפארט מען צי. און אלס העכער מוז באמבען די מוזיק און ביז 4 אזייגער פארטאג וועמען גייט עס אן אז "נארמאלע" מענטשען דארפען גיין ארבייטען וכו' וכו'

[tag]ציבעלע-קיגל[/tag] ביסט א קרוב צו דער לאקשנ-קוגל'ער רבי זצ"ל?

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 2:47 pm
דורך אליהועיני
איך אויך האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:למען האמת ביים קבר פון שמאל הנביא איז געווען איינגעפירט הדלקות נאך הונדערטער יארן צוריק, און מאנכע זאגן אז די גאנצע הדלקה ביי ר' שמעון שטאמט פון די מנהג וואס מ'פלעגט צינדן ביי שמואל הצדיק.

עס שטאמט פון א בריוו פון רבינו עובדיה ברטנורא וואס לייגט אראפ ווי אזוי די הדלקה ביי שמואל הנביא האט אויסגעזעהן, בתוך הדברים שרייבט ער אז מען האט פארברענט טייערע קליידער, הריא"ז מרגליות האט מזייף געווען דעם שטיקל און עס ארויפגעלייגט אויף מירון.

קען זיין אז ער האט מזייף געווען דער בריוו פון ברטנורא, אבער דער מנהג פון פארברענען טייערע קליידער ל"ג בעומר אין מירון ווערט שוין געברענגט אין ספר שערי ירושלים שער ט' מנהגי הארץ, וועלכע איז געדרוקט געווארן נאך פאר ר' אשר זעליג איז געבוירן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 7:18 pm
דורך מ גפני
שלום עליכם הרב [tag]אליהועיני[/tag] איך זעה אז ס'איז שוין כמעט א יאר זייט איר האט דאס לעצטע מאל דא געשריבן, און אויך וואונדערט מיר וואס פשט פון אייער נאמען

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 3:21 am
דורך הדד בן בדד
וואס האט איר געקלערט דאס יאר גייט מען נישט מאכן קיין פורים?

http://www.bhol.co.il/article_old.aspx?id=68890