בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 3:05 pm
דורך שטילע אינגערמאן
דאס קען מען נישט אויסרעכענען,
כ'האב געשריבען א ארטיקעל וועגען עביוזערס, ממש אין אפאר מינוט, נישט איבערגעקוקט, גאנץ שוואך אראפגעלייקט, אין ס'ארום געפארן ווי דראגס, די עולם האט זיך באלעקט די פינגער, סילעברעטיס האבן עס איבערגעשפילט, באקומען אויף כמה וואטסעפם, אעמעיל, וגו'
משא''כ אנדערע ארטיקלעך, אביסל מער תוכן, אריין געשוויצט א גוטע האלבע שעה, אין גארנישט, אפאר מינוט שפיטער שוין נישט געווען צו געפינען נאר אויף די צווייטע בלאט, (שקויח אשכולות וועקער),.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:49 pm
דורך איך אויך
קעי רעב אבטולמוס איך האב געטוהן תשובה און געלייקט יעדעס ווארט אין יענע אשכול און יעצט האף איך וועסט אננעמען מיין דרך תשובה און מיין שאלה וועט זיין מותר לבוא בקהל.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 6:55 pm
דורך קאווע טרינקער
[tag]אבטולמוס[/tag] יעדע תגובה פון דיר וואס איך האב נישט געלייקט מיינט אז כ'האב עס נאכנישט געליינט. נ"ק מתחלפים, וסימנך ק"ן ציפור.
[tag]שמעקעדיג[/tag], הערליך... ס'וויל זיך לייקן... כ'האב אבער מורא צו קוועטשען אויף דעם קנעפל דארט...
נשלח: מאנטאג מאי 25, 2015 10:55 pm
דורך [NAMELESS]
אין ליכט פון
דעם אשכול, וואו שמעקעדיג רייסט ארונטער - מיט זיין טיפישע איידלקייט - די וואס רייסן ארונטער קאווע שטיבל, איז אינטרעסאנט ארויפצוברענגען
דעם אשכול, וואו מ'זעט אז אפילו שמעקעדיג קען זיך אמאל אויפרעגן אויפן ק"ש, כאטש מען זעט - לדעתי - מער קונסט און הומאר אין [tag]שמעקעדיג[/tag]'ס ווערטער ווי אקטועלע טענות.
שמעקעדיג איינמאל, שמעקעדיג אלעמאל.
שיינע געדאנקען, קלארע שפראך, און געשמאקע וועג ארויסצוברענגען זיינע פונקטן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 6:53 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב מיר ערשט יעצט אנגעטראפן מיט דעם אשכול און מורא׳דיג הנאה געהאט פון [tag]שמעקעדיג[/tag]׳ס גראמען/נקודות, איך גלייב אז עס זענען דא נאך וואס האבן עס נאכנישט געליינט וואס וועלן הנאה האבן עס צו ליינען (אדער וואס האבן עס שוין געליינט וואס וועלן הנאה האבן עס צו ליינען נאכאמאל) ברענג איך עס ארויף להנאת הציבור.
([tag]Berlbalaguleh[/tag]׳ס גראמען איז אויך ווערד -אסאך מער פון- א לייק)