בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 6:10 pm
דורך געפילטע פיש
אז איך האב עפעס א גוטס צו שרייבן דא.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 8:06 pm
דורך יאיר
צדיקים טוען מצוות.
דיינים קענען לערנען.
חסידישע אידן פירן זיך לפנים משורת הדין.
תלמידי חכמים האבן נישט קיין תאוות.
עשירים האבן געלט.
ארימעלייט האבן נישט וואס צו עסן.
ליטווישע אידן זענען מאדערן.
אידיש איז א שפראך.
מען דארף ארבעטן צו האבן געלט.
גמרא מאכט קלוג.
אברהם אבינו איז געווען ארטאדאקסיש.
שאלות ווערן גע'פסקנ'ט לויט שולחן ערוך.
מורה נבוכים ברענגט ספיקות אין אמונה.
לערנען תורה פארענטפערט די ספיקות.
א שול איז געמאכט צו דאווענען.
א מקוה איז געמאכט זיך צו טובל'ען.
די עזרת נשים איז געמאכט פאר פרויען.
א קאווע שטיבל איז געמאכט צו טרינקען קאווע.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 8:26 pm
דורך יאיר
שבעה עשר בתמוז פאסטן אלע טאטעס.
תשעה באב זענען אלע טאטעס טרויעריג.
ערב פסח רוימט מען אויס דעם חמץ.
סוכות שלאפט מען אין סוכה.
צווישן פליישיגס און מילכיג דארף מען ווארטן זעקס שעה.
צדיקים האבן פאראויס געזאגט אז אמעריקע וועט זיין די לעצטע גלות.
תורה איז די בעסטע סחורה.
מען בענקט זיך נאך די בחור'שע יארן.
גויים קענען טון וואס זיי ווילן.
ווען איך וועל זיין גרויס וועל איך פארשטיין.
אלעס איז רעלאטיוו.
טראכט גוט וועט זיין גוט.
צייט פליט.
דורות פאלן.
בחורים שטייגן.
כולל-יונגעלייט זיצן.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 8:30 pm
דורך יין שרף
איך האלט פונק ווי יאיר מיט אלע דיזען פאקטן...

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 8:32 pm
דורך מאטי
או טי די זענען כופרים.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 8:38 pm
דורך קאווע טרינקער
on the derech, זענען מאמינים.

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 8:45 pm
דורך מאטי
איין און זיבעציג מינוט נאך די שקיעה איז נאך טאג.

יום כיפור ביי מנחה לאזט דער אייבישטער כיפערן.

לאנגע פיאות איז א קידוש השם.

פאטעטע קוגל מיט פערפל איז הייליגער ווי פיצא.

אויב עפעס א עסן האט א שטעמפל איז דאס זיכער כשר.

גוים פארשטייען נישט צו א ווארימער ניגון.

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 1:56 am
דורך Yossy
דער בעל דרשן האט זיך נישט ציגעגרייט צי רעדן (וואס איז די זעקס צעטעלעך דארט?? )
דער בעל תפילה איז פינקט הייזעריק (ווען נישט וואלט עס געווען אסאך שענער )

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 2:02 am
דורך נהורא נפישא
מוז"ל מאכט בלינד
מוז"ל איז רציחה ווייל מ'הרג'ט מיליאנן מענטשן
די דורות ווערן שוואכער און שוואכער פיזיש
אונזערע עלטערן זענען געווען סאך קלוגער פון אינז
נשתנו הטבעים
ס'אלץ העכערע זאכן
זיי האבן אלס געמיינט לש"ש
האבן וויפיל קינדער ס'לאזט זיך וועט נישט באיינפלוסן אייער פינאנציעלן מצב
מ'קען אלע חכמות וויסן פון די תורה
ס'איז דא שבע חכמות
די וועלט איז צוזאמגעשטעלט פון ד' יסודות
די מהר"ל האט באשאפן א גולם
אריסטוי האט זיך מגייר געווען סוף ימיו
די יוונים האבן צוגעגנבט אלע חכמות פון שלמה המלך
אידן זענען פון אייביג אן געווען דאס אויסגצייכענטע אין אסטראנאמיע
שלמה המלך האט געהאט עלעקטריק
אליהו הנביא טרינקט פון די כוס של אליהו
ווער ס'פארציילט נישט אז ער האט געזען אליהו ביי שפוך חמתך איז א סימן ער האט געזען
ס'איז דא שבעה כוכבי לכת
די לבנה און די זון זענען פלאנעטן
די זון דרייט זיך ארום די וועלט
די זון גייט אריין אין פענסטערס אין די הימל
די פלאנעטן האבן שכל
אז מ'עסט חזיר באקומט מען די טבעיות פון א חזיר
אז טרינקן וואסער אינמיטן פיש איז א סכנה
אז די מזלות האבן אן השפעה אויפן מענטש
אז שדים ורוחות דרייען זיך אין חורבות
אז א שלעכט אויג קען דיר שעדיגן און ממוז זיך זאפארט סובסקרייבן ביי הרב לעבל
ווען די רמב"ם לעבט ווען היינט וואלט ער געשטאנען בראש מערכת ישראל ע"ד אבותינו ורבוה"ק
אלע גדולי ישראל האבן געשאלטן די קענעדיס
ווען די בעש"ט און אוהחה"ק טרעפן זיך ווען וואלט משיח תיכף געקומען
א פרוי א נידה איז זייער שעדליך
שחיטה איז די איינציגסטע און מערסטע הומעניטארישע מעטאד פון קוילן א בהמה
גויים האבן פיינט אידן
ס'איז דא זעקס הונדרעט טויזענט אותיות אין די תורה
ליובאוויטשער רבי איז משיח
אז שינאווער רב האט זיך נאך מיטגעכאפט
קיינער קען נישט אפפרעגן די ספר ויואל משה
היינט איז שוין יעדער מודה אז סאטמאר רבי איז געווען גערעכט
אלע חרדים זענען נושא ונותן באמונה
די חוזה האט געקענט זען מסוף העולם ועד סופו
אז משניידט א פרוכט בוים שטארבט מען
אז מ'האט בטחון קריגט מען וואס מ'וויל
אז פרויען זאלן זיך שערן די האר איז א תקנה פון די וועד ארבע הארצות
די אבות זענען געגאנגען אין שטריימל און ווייסע זאקן
דתן ואבירם זענען געגאנגן אין ווייסע דזשיפיצעס
די סיבה פארוואס אידן האבן מער אויגן גלעזער איז ווייל אידן לערנען גמרא און ווייל זיי שאקלן זיך ביים דאווענען
אין בני ברק קען נישט אויפרייסן קיין באמבעס אדער פאלן ראקעטן
אז די חזון איש איז געווען א אויסגעצייכענטער סורדזשין

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 2:11 am
דורך Yossy
וואס ווילסטי? די מאכט א טשולענט פון טשאדעלע באדעלע מעשיות מיט זאכען וואס האבען דייקא א גיטע מקור, אויך האסטו פארגעסן
כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים. איז א פסוק אין די תורה

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 2:25 am
דורך ביבער
ואל אישך תשוקתך.
והוא ימשול בך.

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 2:27 am
דורך Yossy
ביבער האט געשריבן:ואל אישך תשוקתך.
והוא ימשול בך.

I feel your pain :lol:

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 3:50 am
דורך ישמעאל הכהן
אלף שמות איז זונטיג פרשת שמות

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 6:17 am
דורך נהורא נפישא
Yossy האט געשריבן:וואס ווילסטי? די מאכט א טשולענט פון טשאדעלע באדעלע מעשיות מיט זאכען וואס האבען דייקא א גיטע מקור, אויך האסטו פארגעסן
כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים. איז א פסוק אין די תורה

רש"י אין מס' שבת זאגט אז עס מיינט מעאטאראלאגיע נישט אסטראנאמיע

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 11:13 am
דורך שמעקעדיג
טשולענט בונדלעך הרג'עט ציונים (איי זיי שטארבן נישט? עפעס א אייראן דאום סיסטעם האבן זיי זיכער קעגן בונדלעך...)

(ובזה מובן למה בא"י אוכלים טשולענט מתפוחי אדמה ולא מבונדלעך, כי המה לא רוצים להרוג כל המשטרה והחיילים וק"ל)

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 11:39 am
דורך רויטע וואנצעס
די אשכול איז א ראיה אז קאווע שטיבל סאקט. (ניין הארגע מיר נישט, ליין די נאמען פון אשכול)

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 6:28 pm
דורך ישראל קאפקע
יין שרף האט געשריבן:ווען די פוס טוט וויי וואקסט עס....

דאס איז יא אמת, פארשטענדליך נישט אלעמאל.

נשלח: דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:06 pm
דורך יין שרף
אוי וויי! מיין בויך טוט יעצט וויי. וואקסט עס???

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 1:06 pm
דורך בשבילי!
דער אינגערמאן וואס לויפט יעצט מיט א ספר אין האנט גייט היינט לערנען א אידיש ווארט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:33 pm
דורך קאפקעיק
אז ס'טוט מער וויי פאר די מלמד ווי פאר די יונגעל ווען ער שלאגט עם.
אז די וויליאמסבורג ב"פ באס איז גע'אסר'ט ווייל מענער און פרויען טאנצן צוזאמען.

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:40 pm
דורך קאפקעיק
יאיר האט געשריבן:טראכט גוט וועט זיין גוט.

ביי אונז אין פאפא פלעגט מען זאגן: טראכט נישט וועט זיין גוט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 3:59 pm
דורך ארטיסט
נהורא נפישא האט געשריבן:מוז"ל מאכט בלינד
מוז"ל איז רציחה ווייל מ'הרג'ט מיליאנן מענטשן
די דורות ווערן שוואכער און שוואכער פיזיש
אונזערע עלטערן זענען געווען סאך קלוגער פון אינז
נשתנו הטבעים
ס'אלץ העכערע זאכן
זיי האבן אלס געמיינט לש"ש
האבן וויפיל קינדער ס'לאזט זיך וועט נישט באיינפלוסן אייער פינאנציעלן מצב
מ'קען אלע חכמות וויסן פון די תורה
ס'איז דא שבע חכמות
די וועלט איז צוזאמגעשטעלט פון ד' יסודות
די מהר"ל האט באשאפן א גולם
אריסטוי האט זיך מגייר געווען סוף ימיו
די יוונים האבן צוגעגנבט אלע חכמות פון שלמה המלך
אידן זענען פון אייביג אן געווען דאס אויסגצייכענטע אין אסטראנאמיע
שלמה המלך האט געהאט עלעקטריק
אליהו הנביא טרינקט פון די כוס של אליהו
ווער ס'פארציילט נישט אז ער האט געזען אליהו ביי שפוך חמתך איז א סימן ער האט געזען
ס'איז דא שבעה כוכבי לכת
די לבנה און די זון זענען פלאנעטן
די זון דרייט זיך ארום די וועלט
די זון גייט אריין אין פענסטערס אין די הימל
די פלאנעטן האבן שכל
אז מ'עסט חזיר באקומט מען די טבעיות פון א חזיר
אז טרינקן וואסער אינמיטן פיש איז א סכנה
אז די מזלות האבן אן השפעה אויפן מענטש
אז שדים ורוחות דרייען זיך אין חורבות
אז א שלעכט אויג קען דיר שעדיגן און ממוז זיך זאפארט סובסקרייבן ביי הרב לעבל
ווען די רמב"ם לעבט ווען היינט וואלט ער געשטאנען בראש מערכת ישראל ע"ד אבותינו ורבוה"ק
אלע גדולי ישראל האבן געשאלטן די קענעדיס
ווען די בעש"ט און אוהחה"ק טרעפן זיך ווען וואלט משיח תיכף געקומען
א פרוי א נידה איז זייער שעדליך
שחיטה איז די איינציגסטע און מערסטע הומעניטארישע מעטאד פון קוילן א בהמה
גויים האבן פיינט אידן
ס'איז דא זעקס הונדרעט טויזענט אותיות אין די תורה
ליובאוויטשער רבי איז משיח
אז שינאווער רב האט זיך נאך מיטגעכאפט
קיינער קען נישט אפפרעגן די ספר ויואל משה
היינט איז שוין יעדער מודה אז סאטמאר רבי איז געווען גערעכט
אלע חרדים זענען נושא ונותן באמונה
די חוזה האט געקענט זען מסוף העולם ועד סופו
אז משניידט א פרוכט בוים שטארבט מען
אז מ'האט בטחון קריגט מען וואס מ'וויל
אז פרויען זאלן זיך שערן די האר איז א תקנה פון די וועד ארבע הארצות
די אבות זענען געגאנגען אין שטריימל און ווייסע זאקן
דתן ואבירם זענען געגאנגן אין ווייסע דזשיפיצעס
די סיבה פארוואס אידן האבן מער אויגן גלעזער איז ווייל אידן לערנען גמרא און ווייל זיי שאקלן זיך ביים דאווענען
אין בני ברק קען נישט אויפרייסן קיין באמבעס אדער פאלן ראקעטן
אז די חזון איש איז געווען א אויסגעצייכענטער סורדזשין

אז נהורא נפישא מיינט אז מיטן חוזק מאכן פון זאכן וואס יסודתם בהררי קודש וועלן אויס ווערן די פאקטן. דריי פערטל זאכן זענען דברי חז״ל, אפענע מחבר׳ס, אפענע אגדות חז״ל. און דער בהמה און תען כסיל זאל קומען און אים ברענגן מקורות.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 10:08 pm
דורך געוואלדיג
ביי אונז אין ישיבה האט קיין איין בחור נישט קיין סעלפאון.
איך וועיס נישט.
אזוי וויל איך און אזוי וועט זיין.
עס איז אויס וועלט.
בעיביס קויפט מען אין האספיטל.
טאטי איז גרעסער פון מאמי.
איך ווייס מאמי'ס נאמען. (הערסט)
zurich האט געשריבן:לדעת גייט די אשכול זיין פון די גרעסטע וואס קאווע שטיבל פארמאגט!!

פון דא